וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... פינטעלעך...
בס"ד
מיין הארץ איז שיעור נישט אויסגעגאנגען פאר שרעק און אנגסט...
איך דריי מיך שוין ארום מיט מיין וויהיקל אין די אלטע צוהאקטע ראודס און כ'טרעף נישט קיין וועג ארויס... ווי די טייוול'ס מעיז... ווי פרעה אין זיינע פידשאמעס... ווי א פליג אין א פלעסטיק קאפ... ווי דשאני פיקלסאו"ס אויף א טרעמפעלין... (נעעע... דאס איז שוין איבערגעטריבן... נישט אויף אזוי ווייט, אבער די פוינט איז זיכער אמת.)
אויב מיין איך ביי יעדן דריי אז דא קומט די אזוי-געגארטע ישועה, זעה איך אז נאופ!... איך קום א גאנצע צייט צוריק צו סקווער איינס... סאם האו... משום מה, ווען כ'מאך א רעכטס, נאך א רעכטס, א לינקס, און נאך א שארפע רעכטס, קום איך אן דארט ווי כ'האב אנגעהויבן... כ'זאג דיר צו... כ'ווייס אז ס'שטימט נישט מיט פיזיקס, אבער דאס איז די מאדנע מציאות...
וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט.... (קענסט דעי שורה פון ערגעץ?... יא... די עדווערטייזמענט פון בלעכן שפרייי... אוי... ניין... ברעכן שפליי... וואטעווער... שפרעכן בליי... בקיצור, ער נעמט דעי סלאגאן פון מיך).
איך קוק נאכאמאל אויף די האנט געשריבענע וועיז וואס מיין חבר האט אויסגעמאלן אויף די בעעק פון א גראסערי רעסיט, און איך קען נישט כאפן ווי די טעות הייבט זיך אן און ווי ס'ענדיגט זיך... אין וועלכע בעק יארד האט ער מיר אריינגעצויגן? רבוינע שעלוילעם...
(ביז דא איז דא משל... קיינער זאל נישט פרעגן אין אישי וואס איז צום סוף געשעהן ווייל כ'האב עס נאך נישט אויסגעטראכט ביז'ן ענדע... כ'קען נאר געבן א ספוילער אז דעי געטרייע חבר וואס האט מיר דארט אהינגעשיקט האט עס איבערלעבט... מיט מילדע וואונדן...)
-----
עניוועי, איך בין נישט אין די שרייבן גוסטע איצטער... מיר זענען זיך נישט דא צאמגעקומען צו הערן מאסעס... נאר וואזשע דען?
איך רעד פון אלע געטרייע חאוויירעם אויף אייוועלט.
דו שרייבסט אן ארטיקל, שטארקע תוכן ליגט אין דעם... האסט אסאך געטראכט וואס דו ווילסט שרייבן און אויפקלערן אנטשיי שלוימייני.
אינוועסטיר נאך צעהן מינוט אז די ארטיקל זאל געבן גוטע דיירעקציעס!...
כ'מיין צו זאגן, למשל, לייג פינטלעך און שטרעכלעך ווען נעסעסערי... (דא האסטו אפאר ביז דו קויפסט אייגענע .,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,., אויב ווייסטו נישט ווי און ווען מ'באניצט זיך מיט זיי, לייג אראפ דיין פעדער און טוה עס אביסל דורך.
ס'איז האר-אויפשטעלנד וויכטיג צו געבן גוטע דיירעקציעס פאר'ן ליינער, צו וויסן ווי הייבט זיך אן א שטיקל, ווי ענדיגט זיך א קאשע און ווי שטייט די טערעץ...
איך בין שוין מיד פון זיך דרייען אויף א שורה הין און צוריק, אויבן און אראפ, צו פראבירן פארשטיין וואס די טיפע כוונה פונעם שרייבער איז געווען.
בקיצור, כאפסט די געדאנק?
זיי געזונט, וועסט נאך וואקסן א גוטע באליבטע שרייבער.