געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס
”די אמעריקאנער זענען ווידער דא.” זידט ארויס א מיטל יעריגער סאמאליער איינוואוינער מיט א שמוציגע פאטשיילע אויפ'ן קאפ.
”זיי זענען געקומען ברענגען שלום.” לייגט א צווייטער צו מיט איראניע.
די צושויער אויפ'ן גאס קוקן מיט שרעק געמישט מיט כעס ווי איינס פון די העליקאפטערס דערנענטערט זיך צו איינס פון די דערבייאיגע בנינים, ווען די קאמאנדאס פון אינעווייניג לאדענען אן די ביקסן, גרייט אויף א שנעלע אקציע.
”ארויס מיט די שטריק!” שרייט דער קאמאנדיר.
צוויי שטריקן ווערן שנעל אראפגעלאזט פון ביידע זייטן, אויף וואס די קאמאנדאס נעמען זיך פלינק אראפגליטשן איינער נאכן צווייטן.
”זיי קומען!” הערט זיך א געשריי פון אונטן.
א געלויף, מענער, פרויען און קינדער נעמען זיך לויפן מיט די נשמה אין די האנט, בשעת עליטע קאמאנדאס פון דעלטא פארס הייבן אן אריינלויפן אינעם געביידע מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, איינער נאכ'ן אנדערן.
ווי נאר דער העליקאפטער ענדיגט אראפלאזן זיינע זעלנער, געבט ער זיך א הייב אונטער עטליכע צענדליג מעטער העכערן געביידע, ערלויבנדיג פאר פיר פון די אנדערע העליקאפטערס צו נעמען פאזיציעס ביי די פיר זייטן פונעם געביידע.
אלע פיר העליקאפטערס בלייבן הויערן אויף זייערע ערטער, ווען פון זייערע טירן גיסן זיך ארויס נאך און נאך קאמאנדאס, בשעת א שווערער וואלקן פון שטויב פארשפרייט זיך ארום זיי. די סאלדאטן גליטשן זיך אצינד אראפ די שטריק און נעמען אן דעפענסיווע פאזיציעס ביי אלע ווינקלען ארום דעם ציל געביידע.
צווישן זיי געפינט זיך אויך דער אכצן יעריגער ארמיי רעינזשער טאדד בלעקבורן, פאר וועמען עס איז דער סאמע ערשטער עכטער מיסיע אין וואס ער באטייליגט זיך זינט ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם ארמיי און אהערגעשיקט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אלס טייל פון אפעראציע גאטיק סערפאנט.
אנטשלאסן, ענערגיש, פול מיט אמביציע, געבט ער א שפרינג ארויס פונעם העליקאפטער צום ריכטונג פונעם שטריק, אבער מיטאמאל קומט צופליען א קליינער ראקעט גראנאט פון ערגעצוואו, און בלעקבורן פארלירט זיין גלייכגעוויכט.
”כאפ דעם שטריק!” שרייט אויס דער פילאט צום פאלנדן זעלנער. אבער ער איז א רגע צו שפעט.
די אנדערע קאמאנדאס אינעם העליקאפטער קענען נישט טוהן מער ווי קוקן מיט שוידער ווי בלעקבורן פאלט זיבעציג פוס, און בלייבט ליגן א פארוואונדעטער אין א מאסע פון שטויב און בלוט.
”גיי! גיי!” שרייט דער פילאט צו די פארגליווערטע קאמאנדאס אינעם העליקאפטער וועלכע קומען שנעל צו זיך און שפרינגען פארזיכטיג ארויס צו די שטריקן.
פון אונטן הערן זיך די נאכאנאנדע קולות פון שיסערייען. די סאמאליער מיליצע באנדעס פון די ארומיגע געגנטער האבן זיך אריענטירט בליץ שנעל, און געקומען צולויפן פון זייערע הייזער, זיך נעמענדיג שיסן אויף די אמעריקאנער פון אלע זייטן.
אונטער א האגל פון קוילן ווערט בלעקבורן ארויפגעלייגט אויף א בעטל דורך צוויי פון זיינע קאלעגן וועלכע יאגן אים אריין אין איינס פון די דערנעבנדיגע האמווי טרעקלעך.
אינצווישן באווייזט דער ערשטער גרופע דעלטא פארס קאמאנדאס זיך אריינצוזען אינעם געצילטן געביידע און אראפצוואונגען אלע אנוועזנדע אויפן פאדלאגע. טייל פון זיי נעמען זיך בינדן די ארעסטאנטן אין קייטן, בעת די איבריגע פארזיכערן די אנדערע אפטיילונגען פונעם געביידע.
”זיי שיסן!” הערט זיך פלוצלונג א געשריי.
פון אלע ארומיגע דעכער באווייזן זיך די שווארצע, אויפגערעגטע פנימ'ער פון די סאמאליער קעמפער, באוואפנט מיט מאשין געווער און האנט ראקעטן. קיינער ווייסט נישט וויאזוי זיי האבן אזוי שנעל באוויזן אהערצוקומען.
די דעלטא פארס קאמאנדאס פארקירעווען זייער אויפמערקזאמקייט פון די צוואנציג ארעסטאנטן וועמען זיי האבן אצינד געזאלט ארויספירן צו די ווארטנדע האמווי טרעקלעך, און נעמען זיך קודם צוריקשיסן מיט אייפער.
די קאמאנדאס זענען פיל בעסערע ציל שיסער ווי די סאמאליער, און זיי באווייזן אראפצונאגלען איינס נאכן צווייטן פון די סאמאליער קעמפער וועלכע שיסן בלויז אין דער וועלט אריין.
נאך אפאר מינוט פון נאכאנאנדע פייער אויסטוישן, בארואיגט זיך דער שיסעריי אויף געציילטע מאמענטן, גענוג פאר די דעלטא פארס קאמאנדאס זיך צוריק צו נעמען צו זייער אריגינעלע מיסיע - די ארעסטאנטן.
אבער כאטש וואס עס איז קלאר ביי יעדן פון זיי אז דער אקציע גייט זיי נישט ווי זייערע גענעראלן האבן אויסגעפלאנט, חלומ'ט אבער קיינער נישט ווי געפארפול זייער סיטואציע איז באמת.
זייער ציל דא איז פשוט געווען צו פארכאפן די צוואנציג סאמאליער טראבל מעיקער וואס האבן זיך דא אנגעבליך באטייליגט אין א זיצונג, און דאן שנעל צוריקפארן צום באזע מיט די האמווי טרעקלעך, אבער מוחאמעד פאראה אדיד, דער פירער פונעם נאציאנאלן סאמאליער אליאנץ, האט געהאט אנגעגרייט פאר זיי אנדערע פלענער.
***
סאמאליע אין די אנהייב ניינצן ניינציגער יארן איז געווען א הפקר'דיגע מלחמה זאנע.
דער רעגירונג איז צאמגעפאלן עטליכע יאר בעפאר אין א ווילדע אויפשטאנד, נאך וועלכע פערצן באזונדערע באנדעס מיליטאנטן האבן זינט דאן זיך אנגעהויבן ארומגעשלאגן איבער'ן קאנטראל פונעם לאנד.
עס האט נישט עקזיסטירט קיין שום פאראייניגטע מאכט, אויטאריטעט אדער ארדענונג, חוץ פון די מערדערישע פאמיליע גרופעס וואס האבן געווארפן א שרעק איינער אויפ'ן אנדערן און אויף די פרידליכע בירגער, אריינווארפנדיג דאס גאנצע לאנד אין א כאאס וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן בעפאר.
די שולעס זענען על פי רוב געווען פארשפארט, אדער פארוואנדלט געווארן אין וואפן מאגאזינען, און טויזנטער קינדער האבן זיך ארומגעדרייט, ארעם און אפגעשליסן אויף די געזעצלאזע גאסן, זוכנדיג מיט וואס צו שטילן דעם אומדערטרעגליכן הונגער.
טאג טעגליך זענען הונדערטער קינדער פשוט אויסגעגאנגען פאר הונגער, און עס איז נישט געווען אפילו ווער עס זאל זיי באערדיגן.
באוואפנטע מיליטאנטן פלעגן ארומפארן די שטאטישע גאסן מיט גרויסע טרעקלעך, ארויסשטעקנדיג ביקסן און מאשין גאן'ס פון די אפענע פענסטער, שיסנדיג, פארכאפנדיג און באראבעווענדיג סיי וועמען עס האט זיי געשמעקט.
דאס געשריי פון די מיליאנען סאמאליער איינוואוינער האט געטריבן די יו ען און מענטשן רעכט גרופעס, ווי דער רויטער קרייץ און אנדערע, צו נעמען באלדיגע שריט אפצושטעלן דעם קריזיס איידער דער צושטאנד גייט גענצליך ארויס פון קאנטראל.
אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען עטליכע שיפן אנגעלאדנט מיט זעק פון שפייז און מעדיצינען אנגעקומען צו די סאמאליער ברעגעס, אבער כמעט גארנישט דערפון האט דערגרייכט צו די הונגעריגע ציווילע איינוואוינער. די שפייז זעק זענען באלד געהייזשעקט געווארן דורך די באוואפנטע באנדעס וועלכע האבן פשוט אריינגעשאסן א פלייץ פון קוילן אין די מאסן ציווילע וועלכע האבן געהאלפט אפלאדענען די שיפן און זיי געצוואונגען איבערצולאזן די אוצרות צו זיי. די באנדעס האבן דערנאך גענוצט דאס שפייז אלס מיטל איינצוקויפן נאך געווער זיך צו פארמעסטן קעגן זייערע קעגנערישע גרופעס.
זעענדיג ווי אלע פרואוון ארויסצוהעלפן די הונגעריגע סאמאליער לאזן זיך אויס מיט גארנישט, האט דער יו ען באשלאסן אריינצושיקן עטליכע גרויסע באטאליאנען זעלנער פון פארשידענע לענדער צו מאכן זיכער אז די שיפן ווערן נישט געהייזשעקט און די שפייז דערגרייכט צו די בירגער.
זייער אויפגאבע איז געווען צווייפאכיג, סיי צו שטיין אויף דער וואך ביים האפן אז די שפייז ליפערונגען זאלן נישט ווערן פארכאפט דורך די ארטיגע מיליטאנטן, און גלייכצייטיג פראבירן אויסצוהאמערן א פייער שטילשטאנד, צי גאר א שלום אפמאך צווישן די מאכטגייציגע פאמיליעס, אזוי ארום צו קענען עטוואס נענטער ברענגען דאס לאנד אין ריכטונג פון נארמאליטעט.
פארשטייט זיך אז די קריגערישע גרופעס האבן בכלל נישט געקוקט מיט קיין גוטן אויג אויף די יו ען'ס אקטיוויטעטן, און עס פלעגן טעגליך אויסברעכן בלוטיגע געפעכטן צווישן די יו ען טרופן און די סאמאליער מיליצעס.
זעענדיג אז זאכן גייען נאך אלס נישט צום בעסערונג, האט פרעזידענט זשארזש בוש פארארדנט אריינצושיקן א ספעציעלע מושטירטע גרופע אמעריקאנער זעלנער ארויסצוהעלפן די ארטיגע יו ען טרופן אין זייער מיסיע.
די אמעריקאנער האבן זיך באפעסטיגט אין עטליכע ליידיגע ווערהאוזעס נאנט צום ים, און דורכגעפירט געמיינזאמע הומאניטערישע אקציעס אינאיינעם מיט די יו ען טרופן.
אבער דאס האט בלויז נאכמער אויפגערעגט די סאמאליער מיליצעס, וועלכע האבן אין רעאקציע אנגעהויבן פארשפרייטן צווישן די איינוואוינער האס און קעגנערשאפט צו די דרויסנדיגע שלום היטער.
דער קלימאקס צום שטרייט איז געווען אום יולי 5, ווען פיר און צוואנציג פאקיסטאנער זעלנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך איינס פון די באוואפנטע באנדעס, דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, אונטער'ן פירערשאפט פון א מאכטפולע קריגס לארד מיט'ן נאמען מוחאמאד פאראה אדיד.
דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, מער באקאנט אלס דער NSA, איז געווען דער שטערקסטער פון צווישן די באנדעס, און זייער פירער, מוחאמאד פאראה אדיד, איז געווען אממערסטנס פאראנטווארטליך פאר די כסדר'דיגע אטאקעס וואס האבן חרוב געמאכט די מיסיעס פון דער יו ען אינערהאלב סאמאליע.
פארהאן קאנספיראציעס אז דער NSA האט זאגאר באקומען הילף און טרענירונג פון על קאידא אין שפיץ פון אסאמא בין לאדין, א זאך וואס בין לאדין זעלבסט האט באשטעטיגט אין אן אינטערוויו ין 1998, אבער רוב אמעריקאנער מיליטערישער פירער האלטן אז דאס איז א פשוט'ע ליגנט, און בין לאדין האט דערמיט פשוט געזוכט צו נעמען קרעדיט פאר א זאך אין וואס ער האט אין אמת'ן אריין גארנישט געהאט צוטוהן דערמיט.
אזוי צי אזוי, איז דער אליאנץ געווען העכסט געפארפול און פארגעשריטן אין פארגלייך צו די אנדערע באנדעס, און די יו ען טרופן האבן געוואוסט צו שטיין וואס ווייטער פון מוחאמאד פאראה אדיד וועמען'ס שרעק אנווארפנדע מיליצעס האבן קאנטראלירט דאס רוב פונעם הויפט שטאט מאגאדישו. די טרופן זענען דעריבער אריינגעגאנגען דארט בלויז ווען עס איז נישט געווען קיין ברירה, און אויך דאן בלויז אונטער שיץ פון די גרויסע שווארצע העליקאפטער'ס.
אין דעם ספעציפישן פאל, אין וועלכע די פאקיסטאנער זעלנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך'ן אליאנץ, האט די יו ען געהאט אונטערגענומען אן אקציע אדורכצופירן א רעוויזיע איבער'ן ראדיא סטאנציע ”ראדיא מאגאדישו” - פון וואו דער NSA האט כסדר פארשפרייט העסליכע פראפאגאנדע קעגן די יו ען - מיטן אויסרייד אז עס געפינט זיך דארט אן אומלעגאלן וואפן סטארעזש.
אבער די סאמאליער מיליצעס, אויפן באפעל פון מוחאמאד, זענען פלוצלונג באפאלן די יו ען טרופן, באווייזנדיג אומצוברענגען פיר און צוואנציג פון זיי.
אין רעזולטאט, איז די יו ען, אין א שריט וועלכע ווערט באטראכט אלס דער מערסט קאנטראווערסיאל וואס די יו ען האט נאר דורכגעפירט, באפאלן א געביידע אין וועלכע א גרופע סאמאליער מיליטאנטן האבן אנגעבליך אפגעהאלטן א מיליטערישער זיצונג.
דאס איז געווען דער פונקט וואו די יו ען איז פארוואנדלט געווארן פון שלום היטער צו אנגרייפער, האבנדיג ארויפגעלייגט א פרייז פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלאר אויף מוחאמאדס קאפ.
די יו ען העליקאפטערס האבן ארומגענומען דעם געביידע, אריינשיסנדיג דערין מאכטפולע ראקעטן, בשעת די טרופן האבן נאכאנאנד געשאסן מיט זייערע ביקסן אויף יעדן וואס האט נאר פראבירט צו אנטלויפן.
דער אקציע האט געקאסט דאס לעבן פון צענדליגע, אויב נישט הונדערטער, סאמאליער איינוואוינער, צווישן זיי פיל עלטערע לייט, פרויען און קינדער.
דער אויפברויז אינערהאלב סאמאליע איז געווען גאר הויך.
פיר אויסלענדישער זשורנאליסטן וועלכע זענען געקומען דעקן דעם אטאקע זענען באפאלן און אומגעברענגט געווארן דורך די אנגעהיצטע מאסן, און א פינפטער האט באוויזן צו אנטלויפן.
בעת די יו ען האט גע'טענה'ט אז זיי האבן ערהאלטן קראנטע אינפארמאציע אז אין יענעם געביידע איז פארגעקומען א מיליטערישער זיצונג צווישן מוחאמאד און זיינע מענטשן, האבן די סאמאליער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א זיצונג צווישן די עלטערע לייט פון סאמאליע וועלכע האבן זיך גאר צאמגענומען צו זוכן וועגן וויאזוי צו פארבעסערן די באציאונגען מיט דער יו ען...
און זייער נקמה האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, ווען איין חודש שפעטער, אין אוגיסט, זענען פיר אמעריקאנער טרופן גע'הרג'עט געווארן ווען א באמבע איז אונטערגעשטעלט געווארן אונטער זייער טרעקל.
דאס איז שוין געווען איבער גענוג פאר פרעזעדענט זשארזש בוש, און ער האט אפגעשיקט קיין סאמאליע א גרעסערע גרופע אמעריקאנער זעלנער, צווישן זיי עליטע קאמאנדאס פון דעלטא פארס, אז זיי זאלן זען זיך אפצורעכענען מיט דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, און בעיקר מיט זייער געוואגטער פירער, מוחאמאד פאראה אדיד.
מוחאמאד פאראה אדיד איז דאן אריין אין באהעלטעניש פון וואו ער האט ווייטער אנגערייצט די בירגער קעגן די אויסלענדישע טרופן.
אין אקטאבער 3, האבן די אמעריקאנער באקומען אינפארמאציע אז צוויי פון מוחאמאס הויפט ליוטענענטס וועלן אנטיילנעמען אין א זיצונג אינאיינעם מיט נאך עטליכע אין צוואנציג הויכראנגיגע מיטגלידער פונעם אליאנץ. עס איז געווען א גאלדענער געלעגנהייט פאר אמעריקע.
דער פראבלעם איז אבער געווען אז דער פלאץ וואו דער זיצונג איז פארגעקומען איז געווען טיף אריין אין מוחאמאדס טעריטאריע, אין א געגנט וועלכע איז געווען להשמיד קעגן די אמעריקאנער.
דעריבער האבן די קאמאנדירן אויסגעפלאנט א שנעלע אטאקע וואס זאל נישט נעמען מער פון דרייסיג מינוט, אז די מיליצעס זאלן נישט האבן קיין צייט צו רעאגירן איידער די דעלטא טרופן וועלן שוין זיין אויף זייער וועג ארויס.
אין די נאכמיטאג שעות פון אקטאבער 3, איז געגעבן געווארן דעם סיגנאל, און זעכצן העליקאפטערס האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם באזע נעבן ים אין ריכטונג פון שטאט. דער פלאן איז געווען ווי פאלגנד:
די דעלטא פארס זעלנער וועלן אראפגעלאזט ווערן פון די קלענערע העליקאפטערס אינדרויסן פונעם געביידע וואו זיי וועלן תיכף אריינשטורעמען און כאפן די אנוועזנדע אין סורפרייז.
דערווייל וועלן פיר גרעסערע העליקאפטערס אראפלאזן דעלטא און רעינזשער טרופן ביי אלע פיר ווינקלען פונעם בלאק, צו פארזיכערן אז קיינער קען נישט אריין אדער ארויסגיין.
ווי נאר די דעלטא טרופן וועלן זיין גרייט ארויסצופירן די ארעסטאנטן, וועלן אנקומען א קאנוואוי פון האמווי טרעקלעך אויף וועמען מען וועט זיי אלע ארויפלאדענען, און אפטראגן צום באזע.
***
ווי נאר דער גערויש פון די דערנענטערנדע העליקאפטערס האבן זיך געהערט פון ריכטונג פונעם ים, האבן די סאמאליער מיליצעס אויף דער וואך אלאמירט זייערע אויבערהארן דורך ראדיא סיגנאלן אז די אמעריקאנער קומען.
מוחאמאד פאראה אדיד האט געהאט פארזיכטיג אויסגעפלאנט א פאסיגער קבלת פנים פאר די אמעריקאנער, און יעצט איז געקומען די צייט דאס דורכצופירן.
וויבאלד די אמעריקאנער האבן צומישט די סיגנאלן מיט וואס מוחאמאד האט זיך באנוצט צו קאמוניקירן מיט זיינע קעמפער, האבן די סאמאליער זיך באנוצט מיט פרימיטיווע מעטאדן, טייל פון זיי גע'גנב'עט דירעקט פון די משנה אין ראש השנה... דהיינו, פלאקערנדע רעדער און אנדערע גרויסע פייערן אויף פארשידענע ערטער.
מיט אויער פארטייבנדע קולות האבן די העליקאפטערס אראפגענידערט פון די הימלען, לעכערנדיג די אויערן פון די סאמאליער איינוואוינער וואס האבן געקוקט מיט צארן ווי די אויסלענדישע 'אינוואדירער' קומען שוין ווידעראמאל מאכן חרבנות.
א סאמאליער מיליטאנט איז ארומגעגאנגען צווישן די הייזער מיט א הויכהילכער, רופנדיג די בירגער ארויסצוקומען באשיצן זייערע מענטשן.
ווען די אמעריקאנער האבן געלאנדעט, זענען שוין געווען פארזאמלט א גרעסערע גרופע מיליצן, און סתם אומבאוואפנטע סאמאליער אויף די געסער ארום דעם געביידע, גרייט צו באקעמפן די אמעריקאנער.
די דעלטא טרופן זענען - אין איינקלאנג צום פלאן - אריינגעלאפן אינעם געביידע מיט הויכע געשרייען, פאכענדיג מיט די ביקסן אויף ווער עס האט נישט געפאלגט זייערע באפעלן, און אנגעהויבן בינדן די אנוועזנדע.
דריי פון די פיר דעזיגנירטע העליקאפטערס האבן אראפגעלאזט זייערע זעלנער ביי די באשטימטע ווינקלען, אבער דער פערדער האט זיך בטעות אפגעשטעלט איין בלאק ארויפציר.
בשעת די רעינזשער טרופן זענען ארויסגעשפרינגען דערפון, האט זיך דער אכצן יעריגער טאדד בלעקבורן געשטרויכלט און אראפגעפאלן זיבעציג פוס צום שטראז אונטן וואו ער איז געבליבן ליגן באוואוסטלאז.
דער העליקאפטער האט אנגעהויבן קומען אונטער שווערע פייער פון די סאמאליער קעמפער און געמוזט ארויפפליען העכער, נישט קענענדיג עוואקואירן דעם פארוואונדעטן בלעקבורן.
אנשטאט, איז בלעקבורן ארויפגעלייגט געווארן אויף איינס פון די אנקומענדע האמווי טרעקלעך, וועלכע איז אין באגלייטונג פון צוויי אנדערע טרעקלעך, צוריקגעפארן צום באזע דורך די אנגעלייגטע גאסן.
די דריי טרעקלעך זענען געפארן די שנעלסטע וואס זיי האבן געקענט, ווערנדיג באשאסן פון אלע זייטן מיט קוילן און ראקעטן.
אפיציר פיללא, האלטנדיג אינמיטן צוריקשיסן מיט מאשין געווער אויף די ארומיגע סאמאליער פונעם דאך פענסטער אויף איינס פון די טרעקלעך, איז באטראפן געווארן פון א קויל, און אריינגעפאלן אינעם טרעקל א טויטער, ווערנדיג דער ערשטער קרבן פונעם אקציע אויף דער אמעריקאנער זייט.
”איינער זאל אים איבערנעמען דארט!” האט דער דרייווער געשריגן.
פיללא'ס קערפער איז באזייטיגט געווארן, און א צווייטער אפיציר האט איבערגענומען זיין ארט.
אויך אינדרויסן פונעם געביידע זענען זאכן נישט געפארן לויטן פלאן.
אלע ארעסטאנטן זענען שוין געווען פארזיכערט און צוגעבינדן אין די טרעקלעך, אבער ס'איז נישט געווען קלאר ווער עס דארף געבן דעם סיגנאל אז מען קען זיך שוין צוריקקערן צום באזע. די דרייווערס פון די האמוויס האבן געווארט אז די דעלטא טרופן זאלן זיי ארויסגעבן דעם באפעל צוריקצופארן, אבער די דעלטא טרופן האבן געווארט צו הערן פון די דרייווערס אז זיי זענען גרייט ארויסצופארן, פארלירנדיג אינצווישן עטליכע טייערע מינוטן.
דערווייל איז געוואקסן דער היציגער המון ארום דעם געביידע, און די טרופן זענען געווען געצוואונגען צו נוצן מאכט זיי צו פארטרייבן. א זאך וואס האט בלויז צוגעגעבן אויל צום פייער פון כעס מצד די סאמאליער.
די מיליצעס פון דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ האבן זיך באנוצט מיט ציווילע בירגער אלס מענטשליכע פאנצערס, זיך דערנענטערנדיג צו די אמעריקאנער פאזיציעס פון אלע זייטן, און די זעלנער האבן זיי געהאלטן אין איין צוריקשטויסן מיט די הילף פון די העליקאפטערס פון אויבן.
***
פלוצלונג האט פאסירט עפעס גענצליך אומערווארטעט.
פון א זייטיגן געסל איז ערשינען א הויכער מאן מיט א ראקעט אויפן אקסל, און דאס געצילט אין ריכטונג פון סופער 64, איינס פון די גרעסערע העליקאפטערס.
”ס'איז דא דארט א מענטש מיט אן RPG!” האט דער קא פילאט געשריגן צום פילאט מיט פאניק.
”איז ער נעבן א געוויסע בנין מיט וואס דו זאלסט מיר קענען קלארער זאגן זיין פונקטליכער לאקאציע?” האט דער פילאט שנעל געפרעגט.
נאך איידער דער קא פילאט האט געקענט עפעס ענטפערן, האט דער גאנצער העליקאפטער געכאפט א טרייסל.
דער וויידל איז שארף באטראפן געווארן דורך'ן ראקעט, און דער גאנצער העליקאפטער האט זיך גענומען דרייען און דרייען ארויס פון קאנטראל.
איינס פון די אפיצירן דערויף, וועלכע האט נישט געהאט אנגעטוהן קיין זיכערהייט גארטל, איז ארויסגעזויגן געווארן צום אפענעם טיר, זיך אנהאלטנדיג מיט אלע כוחות אין א דערבייאיגן זיץ.
”א שווארצע האוק פאלט אראפ! א שווארצער האוק פאלט אראפ!” האבן זיך געהערט היסטערישע געשרייען אויפן ראדיא.
די סאלדאטן פון אונטן האבן געקוקט מיט אנגסט ווי דער העליקאפטער מאכט איין שנעלן צירקל נאכן צווייטן פליענדיג מיט א דראסטישע שנעלקייט אויף אראפ, און קראכט ענגילטיג אריין אינעם דאך פון א געביידע. פון דארט איז עס אראפגעפאלן צום שטראז, וואו עס האט זיך איבערגעקערט אויף דער זייט איידער'ן קומען צו א האסטיגער אפשטעל.
די צוויי פילאטן זענען זאפארט אומגעקומען.
עס ווערט געגלויבט, אז אין א העראאישער שריט, האט דער פילאט אין דער לעצטער רגע פארקירעוועט דעם נאז פונעם העליקאפטער אויף אראפ, כדי ער און דער קא פילאט זאלן ארייננעמען דעם שטארקן קלאפ, ראטעווענדיג דאס לעבן פון די איבריגע זעלנער.
דער פראפעלאר האט זיך נאך געדרייט פאר עטליכע סעקונדן נאכן קראך, אבער ווי נאר דער העליקאפטער האט זיך איבערגעקערט אויף דער זייט, זענען די דרייענדע שטיקער צופליקט געווארן אויף שטיקער.
”מיר זענען געווען היבש שאקירט ווען מיר האבן געהערט אז א העליקאפטער האט אראפגעקראכט.” האט איינס פון די זעלנער שפעטער פארציילט. ”איך מיין, וואס גייט דא פאר? נישט אזוי ארבעטן זאכן! מיר זענען אמעריקאנער, מיר זענען די וואס קאנטראלירן דעם שפיל דא, ניין?”
צוריק אינעם באזע, זענען די קאמאנדירן אינעם קאנטראל צימער אינגאנצן פארלוירן געווארן.
עס איז נישט געווען קיין רעדע פון איבערלאזן די זעלנער און די פילאטן פונעם געקראכטן העליקאפטער צו די חסדים פון די מאסן אויפגערעגטע סאמאליער וואס האבן זיך גענומען מארשירן אין זייער ריכטונג, אבער דאס האט געמיינט זיך אריינלאזן אין א פארצויגענע שלאכט מיט די ארטיגע מיליצן וואס זיי האבן געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז.
צום ערשט איז א קליינער ליטל בירד העליקאפטער שנעל צוגעפלויגן צום ארט און ארויפגענומען צוויי פון די פארוואונדעטע אפיצירן, אבער די איבריגע האבן געברויכט צוקומען צו מעדיצינישע הילף איידער מען האט זיי בכלל געקענט עוואקואירן. דאס האט געמאכט דעם גאנצן אקציע היבש קאמפליצירט.
”דער קאנוואוי זאל שנעל פארן צום ארט פונעם קראך!” האבן זיי ארויסגעגעבן דעם ערשטן באפעל.
מיט א שטורעם האבן זיך די טרעקלעך אינאיינעם מיט די ארעסטאנטן אינעווייניג גענומען פארן די פאר בלאקס אין ריכטונג פונעם קראך, מיט די הילף פון די גענויע אנווייזונגען וואס די פילאטן אויף די אנדערע העליקאפטערס האבן זיי געגעבן.
ביים עק גאס האט זיך דער קאלום אנגעטראפן אין א בלאקאדע פון פלאקערנדע רעדער, און זיך פארכטנדיג אז עס ענטהאלט אויפרייס מאטריאל האט דער דרייווער זיך פארקירעוועט אין א צווייטן געסל, ווען דער גאנצער קאנוואוי פאלגט אים נאך.
פלוצלונג האט א קויל באטראפן דעם פאדערשטן פענסטער פונעם טראק, און דער דרייווער איז שווער פארוואונדעט געווארן פון די געקראכטע גלאז.
דער אפיציר נעבן אים האט א כאפ געטוהן דאס רעדל, שרייענדיג ”האלט דיין פוס אויף די געז! האלט דיין פוס אויף די-” ער האט נישט עספיעט צו ענדיגן דעם זאץ ווען א קויל האט אים אויך באטראפן.
דער קאנוואוי איז שטעקן געבליבן אינמיטן א גאס, פול מיט סאמאליער קעמפער.
איינס פון די רעינזשער טרופן איז ארויסגעקומען פון זיין טראק, בלויז צו ווערן באטראפן דורך א קויל פון א סאמאליער מאשין געווער.
”מעדיק!” האבן זיך געהערט געשרייען אין פאניק.
א בעטל איז שנעל צוגעטראגן געווארן. ”ער גייט אריין אין שאק!” האט איינער פון די ארומיגע סאלדאטן געשריגן. ”מ'דארף אים ארויסזען פון דא וואס שנעלער!”
די קולות פון די זעלנער האבן זיך אויסגעמישט מיט די ווילדע געשרייען פון די סאמאליער מיליצעס וואס האבן געשאסן אויף אויף זיי פון די ארומיגע דעכער. א וואלקן פון שטויב האט זיך דערהויבן בשעת א העליקאפטער האט אראפגערעגנט קוילן אויף די פיינטליכע פאזיציעס.
”גרופע נומער צוויי זאל גיין צום געקראכטן העליקאפטער אויף די פוס!” האבן די קאמאנדירן ארויסגעגעבן א צווייטן באפעל.
דער גרופע האט זיך גענומען לויפן מיט אימפעט צום קראך ארט, שיסנדיג אויף יעדן זאך וואס האט זיך באוועגט אין פארנט פון זיי.
א צווייטער העליקאפטער האט דערווייל אראפגעלאזט עטליכע טרופן הארט נעבן דעם געקראכטן העליקאפטער, ווערנדיג אליינס באטראפן דורך שווערע פייער. ער האט אבער באוויזן אראפצולאזן אלע זעלנער און שנעל אוועקפליען.
די טרופן האבן שנעל געכאפט עטליכע שטיקער פונעם געקראכטן העליקאפטער און אויפגעשטעלט א צייטווייליגער דעפענסיווע פאזיציע, אריינטראגנדיג די פארוואונדעטע אפיצירן אין א דערנעבנדיגן הייזקע.
ענדע קומט אי"ה
בן דרוסאי געקעכצן