געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

עס איז א געווענליכער זוניגער טאג אין מאגאדישו, דער הויפט שטאט פון סאמאליע, ווען דער הויכער גערויש פון עטליכע דערנענטערנדע מיליטערישע העליקאפטערס הערן זיך פלוצלונג העכער די קעפ פון די צענדליגע פארבייגייער.

”די אמעריקאנער זענען ווידער דא.” זידט ארויס א מיטל יעריגער סאמאליער איינוואוינער מיט א שמוציגע פאטשיילע אויפ'ן קאפ.
”זיי זענען געקומען ברענגען שלום.” לייגט א צווייטער צו מיט איראניע.

די צושויער אויפ'ן גאס קוקן מיט שרעק געמישט מיט כעס ווי איינס פון די העליקאפטערס דערנענטערט זיך צו איינס פון די דערבייאיגע בנינים, ווען די קאמאנדאס פון אינעווייניג לאדענען אן די ביקסן, גרייט אויף א שנעלע אקציע.

”ארויס מיט די שטריק!” שרייט דער קאמאנדיר.
צוויי שטריקן ווערן שנעל אראפגעלאזט פון ביידע זייטן, אויף וואס די קאמאנדאס נעמען זיך פלינק אראפגליטשן איינער נאכן צווייטן.

1.png
1.png (196.97 KiB) געזען 3138 מאל

”זיי קומען!” הערט זיך א געשריי פון אונטן.
א געלויף, מענער, פרויען און קינדער נעמען זיך לויפן מיט די נשמה אין די האנט, בשעת עליטע קאמאנדאס פון דעלטא פארס הייבן אן אריינלויפן אינעם געביידע מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, איינער נאכ'ן אנדערן.

ווי נאר דער העליקאפטער ענדיגט אראפלאזן זיינע זעלנער, געבט ער זיך א הייב אונטער עטליכע צענדליג מעטער העכערן געביידע, ערלויבנדיג פאר פיר פון די אנדערע העליקאפטערס צו נעמען פאזיציעס ביי די פיר זייטן פונעם געביידע.
אלע פיר העליקאפטערס בלייבן הויערן אויף זייערע ערטער, ווען פון זייערע טירן גיסן זיך ארויס נאך און נאך קאמאנדאס, בשעת א שווערער וואלקן פון שטויב פארשפרייט זיך ארום זיי. די סאלדאטן גליטשן זיך אצינד אראפ די שטריק און נעמען אן דעפענסיווע פאזיציעס ביי אלע ווינקלען ארום דעם ציל געביידע.

צווישן זיי געפינט זיך אויך דער אכצן יעריגער ארמיי רעינזשער טאדד בלעקבורן, פאר וועמען עס איז דער סאמע ערשטער עכטער מיסיע אין וואס ער באטייליגט זיך זינט ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם ארמיי און אהערגעשיקט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אלס טייל פון אפעראציע גאטיק סערפאנט.
אנטשלאסן, ענערגיש, פול מיט אמביציע, געבט ער א שפרינג ארויס פונעם העליקאפטער צום ריכטונג פונעם שטריק, אבער מיטאמאל קומט צופליען א קליינער ראקעט גראנאט פון ערגעצוואו, און בלעקבורן פארלירט זיין גלייכגעוויכט.
”כאפ דעם שטריק!” שרייט אויס דער פילאט צום פאלנדן זעלנער. אבער ער איז א רגע צו שפעט.

די אנדערע קאמאנדאס אינעם העליקאפטער קענען נישט טוהן מער ווי קוקן מיט שוידער ווי בלעקבורן פאלט זיבעציג פוס, און בלייבט ליגן א פארוואונדעטער אין א מאסע פון שטויב און בלוט.
”גיי! גיי!” שרייט דער פילאט צו די פארגליווערטע קאמאנדאס אינעם העליקאפטער וועלכע קומען שנעל צו זיך און שפרינגען פארזיכטיג ארויס צו די שטריקן.

2.png
2.png (133.83 KiB) געזען 3138 מאל

פון אונטן הערן זיך די נאכאנאנדע קולות פון שיסערייען. די סאמאליער מיליצע באנדעס פון די ארומיגע געגנטער האבן זיך אריענטירט בליץ שנעל, און געקומען צולויפן פון זייערע הייזער, זיך נעמענדיג שיסן אויף די אמעריקאנער פון אלע זייטן.

אונטער א האגל פון קוילן ווערט בלעקבורן ארויפגעלייגט אויף א בעטל דורך צוויי פון זיינע קאלעגן וועלכע יאגן אים אריין אין איינס פון די דערנעבנדיגע האמווי טרעקלעך.

אינצווישן באווייזט דער ערשטער גרופע דעלטא פארס קאמאנדאס זיך אריינצוזען אינעם געצילטן געביידע און אראפצוואונגען אלע אנוועזנדע אויפן פאדלאגע. טייל פון זיי נעמען זיך בינדן די ארעסטאנטן אין קייטן, בעת די איבריגע פארזיכערן די אנדערע אפטיילונגען פונעם געביידע.

”זיי שיסן!” הערט זיך פלוצלונג א געשריי.
פון אלע ארומיגע דעכער באווייזן זיך די שווארצע, אויפגערעגטע פנימ'ער פון די סאמאליער קעמפער, באוואפנט מיט מאשין געווער און האנט ראקעטן. קיינער ווייסט נישט וויאזוי זיי האבן אזוי שנעל באוויזן אהערצוקומען.
די דעלטא פארס קאמאנדאס פארקירעווען זייער אויפמערקזאמקייט פון די צוואנציג ארעסטאנטן וועמען זיי האבן אצינד געזאלט ארויספירן צו די ווארטנדע האמווי טרעקלעך, און נעמען זיך קודם צוריקשיסן מיט אייפער.
די קאמאנדאס זענען פיל בעסערע ציל שיסער ווי די סאמאליער, און זיי באווייזן אראפצונאגלען איינס נאכן צווייטן פון די סאמאליער קעמפער וועלכע שיסן בלויז אין דער וועלט אריין.

נאך אפאר מינוט פון נאכאנאנדע פייער אויסטוישן, בארואיגט זיך דער שיסעריי אויף געציילטע מאמענטן, גענוג פאר די דעלטא פארס קאמאנדאס זיך צוריק צו נעמען צו זייער אריגינעלע מיסיע - די ארעסטאנטן.

אבער כאטש וואס עס איז קלאר ביי יעדן פון זיי אז דער אקציע גייט זיי נישט ווי זייערע גענעראלן האבן אויסגעפלאנט, חלומ'ט אבער קיינער נישט ווי געפארפול זייער סיטואציע איז באמת.
זייער ציל דא איז פשוט געווען צו פארכאפן די צוואנציג סאמאליער טראבל מעיקער וואס האבן זיך דא אנגעבליך באטייליגט אין א זיצונג, און דאן שנעל צוריקפארן צום באזע מיט די האמווי טרעקלעך, אבער מוחאמעד פאראה אדיד, דער פירער פונעם נאציאנאלן סאמאליער אליאנץ, האט געהאט אנגעגרייט פאר זיי אנדערע פלענער.

***

סאמאליע אין די אנהייב ניינצן ניינציגער יארן איז געווען א הפקר'דיגע מלחמה זאנע.

דער רעגירונג איז צאמגעפאלן עטליכע יאר בעפאר אין א ווילדע אויפשטאנד, נאך וועלכע פערצן באזונדערע באנדעס מיליטאנטן האבן זינט דאן זיך אנגעהויבן ארומגעשלאגן איבער'ן קאנטראל פונעם לאנד.
עס האט נישט עקזיסטירט קיין שום פאראייניגטע מאכט, אויטאריטעט אדער ארדענונג, חוץ פון די מערדערישע פאמיליע גרופעס וואס האבן געווארפן א שרעק איינער אויפ'ן אנדערן און אויף די פרידליכע בירגער, אריינווארפנדיג דאס גאנצע לאנד אין א כאאס וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן בעפאר.
די שולעס זענען על פי רוב געווען פארשפארט, אדער פארוואנדלט געווארן אין וואפן מאגאזינען, און טויזנטער קינדער האבן זיך ארומגעדרייט, ארעם און אפגעשליסן אויף די געזעצלאזע גאסן, זוכנדיג מיט וואס צו שטילן דעם אומדערטרעגליכן הונגער.
טאג טעגליך זענען הונדערטער קינדער פשוט אויסגעגאנגען פאר הונגער, און עס איז נישט געווען אפילו ווער עס זאל זיי באערדיגן.
באוואפנטע מיליטאנטן פלעגן ארומפארן די שטאטישע גאסן מיט גרויסע טרעקלעך, ארויסשטעקנדיג ביקסן און מאשין גאן'ס פון די אפענע פענסטער, שיסנדיג, פארכאפנדיג און באראבעווענדיג סיי וועמען עס האט זיי געשמעקט.

דאס געשריי פון די מיליאנען סאמאליער איינוואוינער האט געטריבן די יו ען און מענטשן רעכט גרופעס, ווי דער רויטער קרייץ און אנדערע, צו נעמען באלדיגע שריט אפצושטעלן דעם קריזיס איידער דער צושטאנד גייט גענצליך ארויס פון קאנטראל.

אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען עטליכע שיפן אנגעלאדנט מיט זעק פון שפייז און מעדיצינען אנגעקומען צו די סאמאליער ברעגעס, אבער כמעט גארנישט דערפון האט דערגרייכט צו די הונגעריגע ציווילע איינוואוינער. די שפייז זעק זענען באלד געהייזשעקט געווארן דורך די באוואפנטע באנדעס וועלכע האבן פשוט אריינגעשאסן א פלייץ פון קוילן אין די מאסן ציווילע וועלכע האבן געהאלפט אפלאדענען די שיפן און זיי געצוואונגען איבערצולאזן די אוצרות צו זיי. די באנדעס האבן דערנאך גענוצט דאס שפייז אלס מיטל איינצוקויפן נאך געווער זיך צו פארמעסטן קעגן זייערע קעגנערישע גרופעס.

זעענדיג ווי אלע פרואוון ארויסצוהעלפן די הונגעריגע סאמאליער לאזן זיך אויס מיט גארנישט, האט דער יו ען באשלאסן אריינצושיקן עטליכע גרויסע באטאליאנען זעלנער פון פארשידענע לענדער צו מאכן זיכער אז די שיפן ווערן נישט געהייזשעקט און די שפייז דערגרייכט צו די בירגער.
זייער אויפגאבע איז געווען צווייפאכיג, סיי צו שטיין אויף דער וואך ביים האפן אז די שפייז ליפערונגען זאלן נישט ווערן פארכאפט דורך די ארטיגע מיליטאנטן, און גלייכצייטיג פראבירן אויסצוהאמערן א פייער שטילשטאנד, צי גאר א שלום אפמאך צווישן די מאכטגייציגע פאמיליעס, אזוי ארום צו קענען עטוואס נענטער ברענגען דאס לאנד אין ריכטונג פון נארמאליטעט.

4.png
4.png (266.68 KiB) געזען 3138 מאל

פארשטייט זיך אז די קריגערישע גרופעס האבן בכלל נישט געקוקט מיט קיין גוטן אויג אויף די יו ען'ס אקטיוויטעטן, און עס פלעגן טעגליך אויסברעכן בלוטיגע געפעכטן צווישן די יו ען טרופן און די סאמאליער מיליצעס.

זעענדיג אז זאכן גייען נאך אלס נישט צום בעסערונג, האט פרעזידענט זשארזש בוש פארארדנט אריינצושיקן א ספעציעלע מושטירטע גרופע אמעריקאנער זעלנער ארויסצוהעלפן די ארטיגע יו ען טרופן אין זייער מיסיע.

די אמעריקאנער האבן זיך באפעסטיגט אין עטליכע ליידיגע ווערהאוזעס נאנט צום ים, און דורכגעפירט געמיינזאמע הומאניטערישע אקציעס אינאיינעם מיט די יו ען טרופן.
אבער דאס האט בלויז נאכמער אויפגערעגט די סאמאליער מיליצעס, וועלכע האבן אין רעאקציע אנגעהויבן פארשפרייטן צווישן די איינוואוינער האס און קעגנערשאפט צו די דרויסנדיגע שלום היטער.

דער קלימאקס צום שטרייט איז געווען אום יולי 5, ווען פיר און צוואנציג פאקיסטאנער זעלנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך איינס פון די באוואפנטע באנדעס, דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, אונטער'ן פירערשאפט פון א מאכטפולע קריגס לארד מיט'ן נאמען מוחאמאד פאראה אדיד.


דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, מער באקאנט אלס דער NSA, איז געווען דער שטערקסטער פון צווישן די באנדעס, און זייער פירער, מוחאמאד פאראה אדיד, איז געווען אממערסטנס פאראנטווארטליך פאר די כסדר'דיגע אטאקעס וואס האבן חרוב געמאכט די מיסיעס פון דער יו ען אינערהאלב סאמאליע.
פארהאן קאנספיראציעס אז דער NSA האט זאגאר באקומען הילף און טרענירונג פון על קאידא אין שפיץ פון אסאמא בין לאדין, א זאך וואס בין לאדין זעלבסט האט באשטעטיגט אין אן אינטערוויו ין 1998, אבער רוב אמעריקאנער מיליטערישער פירער האלטן אז דאס איז א פשוט'ע ליגנט, און בין לאדין האט דערמיט פשוט געזוכט צו נעמען קרעדיט פאר א זאך אין וואס ער האט אין אמת'ן אריין גארנישט געהאט צוטוהן דערמיט.

אזוי צי אזוי, איז דער אליאנץ געווען העכסט געפארפול און פארגעשריטן אין פארגלייך צו די אנדערע באנדעס, און די יו ען טרופן האבן געוואוסט צו שטיין וואס ווייטער פון מוחאמאד פאראה אדיד וועמען'ס שרעק אנווארפנדע מיליצעס האבן קאנטראלירט דאס רוב פונעם הויפט שטאט מאגאדישו. די טרופן זענען דעריבער אריינגעגאנגען דארט בלויז ווען עס איז נישט געווען קיין ברירה, און אויך דאן בלויז אונטער שיץ פון די גרויסע שווארצע העליקאפטער'ס.

אין דעם ספעציפישן פאל, אין וועלכע די פאקיסטאנער זעלנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך'ן אליאנץ, האט די יו ען געהאט אונטערגענומען אן אקציע אדורכצופירן א רעוויזיע איבער'ן ראדיא סטאנציע ”ראדיא מאגאדישו” - פון וואו דער NSA האט כסדר פארשפרייט העסליכע פראפאגאנדע קעגן די יו ען - מיטן אויסרייד אז עס געפינט זיך דארט אן אומלעגאלן וואפן סטארעזש.
אבער די סאמאליער מיליצעס, אויפן באפעל פון מוחאמאד, זענען פלוצלונג באפאלן די יו ען טרופן, באווייזנדיג אומצוברענגען פיר און צוואנציג פון זיי.

אין רעזולטאט, איז די יו ען, אין א שריט וועלכע ווערט באטראכט אלס דער מערסט קאנטראווערסיאל וואס די יו ען האט נאר דורכגעפירט, באפאלן א געביידע אין וועלכע א גרופע סאמאליער מיליטאנטן האבן אנגעבליך אפגעהאלטן א מיליטערישער זיצונג.
דאס איז געווען דער פונקט וואו די יו ען איז פארוואנדלט געווארן פון שלום היטער צו אנגרייפער, האבנדיג ארויפגעלייגט א פרייז פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלאר אויף מוחאמאדס קאפ.

די יו ען העליקאפטערס האבן ארומגענומען דעם געביידע, אריינשיסנדיג דערין מאכטפולע ראקעטן, בשעת די טרופן האבן נאכאנאנד געשאסן מיט זייערע ביקסן אויף יעדן וואס האט נאר פראבירט צו אנטלויפן.
דער אקציע האט געקאסט דאס לעבן פון צענדליגע, אויב נישט הונדערטער, סאמאליער איינוואוינער, צווישן זיי פיל עלטערע לייט, פרויען און קינדער.
דער אויפברויז אינערהאלב סאמאליע איז געווען גאר הויך.
פיר אויסלענדישער זשורנאליסטן וועלכע זענען געקומען דעקן דעם אטאקע זענען באפאלן און אומגעברענגט געווארן דורך די אנגעהיצטע מאסן, און א פינפטער האט באוויזן צו אנטלויפן.
בעת די יו ען האט גע'טענה'ט אז זיי האבן ערהאלטן קראנטע אינפארמאציע אז אין יענעם געביידע איז פארגעקומען א מיליטערישער זיצונג צווישן מוחאמאד און זיינע מענטשן, האבן די סאמאליער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א זיצונג צווישן די עלטערע לייט פון סאמאליע וועלכע האבן זיך גאר צאמגענומען צו זוכן וועגן וויאזוי צו פארבעסערן די באציאונגען מיט דער יו ען...

און זייער נקמה האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, ווען איין חודש שפעטער, אין אוגיסט, זענען פיר אמעריקאנער טרופן גע'הרג'עט געווארן ווען א באמבע איז אונטערגעשטעלט געווארן אונטער זייער טרעקל.

דאס איז שוין געווען איבער גענוג פאר פרעזעדענט זשארזש בוש, און ער האט אפגעשיקט קיין סאמאליע א גרעסערע גרופע אמעריקאנער זעלנער, צווישן זיי עליטע קאמאנדאס פון דעלטא פארס, אז זיי זאלן זען זיך אפצורעכענען מיט דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, און בעיקר מיט זייער געוואגטער פירער, מוחאמאד פאראה אדיד.

מוחאמאד פאראה אדיד איז דאן אריין אין באהעלטעניש פון וואו ער האט ווייטער אנגערייצט די בירגער קעגן די אויסלענדישע טרופן.

אין אקטאבער 3, האבן די אמעריקאנער באקומען אינפארמאציע אז צוויי פון מוחאמאס הויפט ליוטענענטס וועלן אנטיילנעמען אין א זיצונג אינאיינעם מיט נאך עטליכע אין צוואנציג הויכראנגיגע מיטגלידער פונעם אליאנץ. עס איז געווען א גאלדענער געלעגנהייט פאר אמעריקע.
דער פראבלעם איז אבער געווען אז דער פלאץ וואו דער זיצונג איז פארגעקומען איז געווען טיף אריין אין מוחאמאדס טעריטאריע, אין א געגנט וועלכע איז געווען להשמיד קעגן די אמעריקאנער.

דעריבער האבן די קאמאנדירן אויסגעפלאנט א שנעלע אטאקע וואס זאל נישט נעמען מער פון דרייסיג מינוט, אז די מיליצעס זאלן נישט האבן קיין צייט צו רעאגירן איידער די דעלטא טרופן וועלן שוין זיין אויף זייער וועג ארויס.


אין די נאכמיטאג שעות פון אקטאבער 3, איז געגעבן געווארן דעם סיגנאל, און זעכצן העליקאפטערס האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם באזע נעבן ים אין ריכטונג פון שטאט. דער פלאן איז געווען ווי פאלגנד:

די דעלטא פארס זעלנער וועלן אראפגעלאזט ווערן פון די קלענערע העליקאפטערס אינדרויסן פונעם געביידע וואו זיי וועלן תיכף אריינשטורעמען און כאפן די אנוועזנדע אין סורפרייז.
דערווייל וועלן פיר גרעסערע העליקאפטערס אראפלאזן דעלטא און רעינזשער טרופן ביי אלע פיר ווינקלען פונעם בלאק, צו פארזיכערן אז קיינער קען נישט אריין אדער ארויסגיין.
ווי נאר די דעלטא טרופן וועלן זיין גרייט ארויסצופירן די ארעסטאנטן, וועלן אנקומען א קאנוואוי פון האמווי טרעקלעך אויף וועמען מען וועט זיי אלע ארויפלאדענען, און אפטראגן צום באזע.

***

ווי נאר דער גערויש פון די דערנענטערנדע העליקאפטערס האבן זיך געהערט פון ריכטונג פונעם ים, האבן די סאמאליער מיליצעס אויף דער וואך אלאמירט זייערע אויבערהארן דורך ראדיא סיגנאלן אז די אמעריקאנער קומען.

מוחאמאד פאראה אדיד האט געהאט פארזיכטיג אויסגעפלאנט א פאסיגער קבלת פנים פאר די אמעריקאנער, און יעצט איז געקומען די צייט דאס דורכצופירן.

וויבאלד די אמעריקאנער האבן צומישט די סיגנאלן מיט וואס מוחאמאד האט זיך באנוצט צו קאמוניקירן מיט זיינע קעמפער, האבן די סאמאליער זיך באנוצט מיט פרימיטיווע מעטאדן, טייל פון זיי גע'גנב'עט דירעקט פון די משנה אין ראש השנה... דהיינו, פלאקערנדע רעדער און אנדערע גרויסע פייערן אויף פארשידענע ערטער.

מיט אויער פארטייבנדע קולות האבן די העליקאפטערס אראפגענידערט פון די הימלען, לעכערנדיג די אויערן פון די סאמאליער איינוואוינער וואס האבן געקוקט מיט צארן ווי די אויסלענדישע 'אינוואדירער' קומען שוין ווידעראמאל מאכן חרבנות.

א סאמאליער מיליטאנט איז ארומגעגאנגען צווישן די הייזער מיט א הויכהילכער, רופנדיג די בירגער ארויסצוקומען באשיצן זייערע מענטשן.

ווען די אמעריקאנער האבן געלאנדעט, זענען שוין געווען פארזאמלט א גרעסערע גרופע מיליצן, און סתם אומבאוואפנטע סאמאליער אויף די געסער ארום דעם געביידע, גרייט צו באקעמפן די אמעריקאנער.

די דעלטא טרופן זענען - אין איינקלאנג צום פלאן - אריינגעלאפן אינעם געביידע מיט הויכע געשרייען, פאכענדיג מיט די ביקסן אויף ווער עס האט נישט געפאלגט זייערע באפעלן, און אנגעהויבן בינדן די אנוועזנדע.
דריי פון די פיר דעזיגנירטע העליקאפטערס האבן אראפגעלאזט זייערע זעלנער ביי די באשטימטע ווינקלען, אבער דער פערדער האט זיך בטעות אפגעשטעלט איין בלאק ארויפציר.
בשעת די רעינזשער טרופן זענען ארויסגעשפרינגען דערפון, האט זיך דער אכצן יעריגער טאדד בלעקבורן געשטרויכלט און אראפגעפאלן זיבעציג פוס צום שטראז אונטן וואו ער איז געבליבן ליגן באוואוסטלאז.

דער העליקאפטער האט אנגעהויבן קומען אונטער שווערע פייער פון די סאמאליער קעמפער און געמוזט ארויפפליען העכער, נישט קענענדיג עוואקואירן דעם פארוואונדעטן בלעקבורן.
אנשטאט, איז בלעקבורן ארויפגעלייגט געווארן אויף איינס פון די אנקומענדע האמווי טרעקלעך, וועלכע איז אין באגלייטונג פון צוויי אנדערע טרעקלעך, צוריקגעפארן צום באזע דורך די אנגעלייגטע גאסן.

די דריי טרעקלעך זענען געפארן די שנעלסטע וואס זיי האבן געקענט, ווערנדיג באשאסן פון אלע זייטן מיט קוילן און ראקעטן.
אפיציר פיללא, האלטנדיג אינמיטן צוריקשיסן מיט מאשין געווער אויף די ארומיגע סאמאליער פונעם דאך פענסטער אויף איינס פון די טרעקלעך, איז באטראפן געווארן פון א קויל, און אריינגעפאלן אינעם טרעקל א טויטער, ווערנדיג דער ערשטער קרבן פונעם אקציע אויף דער אמעריקאנער זייט.

”איינער זאל אים איבערנעמען דארט!” האט דער דרייווער געשריגן.
פיללא'ס קערפער איז באזייטיגט געווארן, און א צווייטער אפיציר האט איבערגענומען זיין ארט.

אויך אינדרויסן פונעם געביידע זענען זאכן נישט געפארן לויטן פלאן.

אלע ארעסטאנטן זענען שוין געווען פארזיכערט און צוגעבינדן אין די טרעקלעך, אבער ס'איז נישט געווען קלאר ווער עס דארף געבן דעם סיגנאל אז מען קען זיך שוין צוריקקערן צום באזע. די דרייווערס פון די האמוויס האבן געווארט אז די דעלטא טרופן זאלן זיי ארויסגעבן דעם באפעל צוריקצופארן, אבער די דעלטא טרופן האבן געווארט צו הערן פון די דרייווערס אז זיי זענען גרייט ארויסצופארן, פארלירנדיג אינצווישן עטליכע טייערע מינוטן.

דערווייל איז געוואקסן דער היציגער המון ארום דעם געביידע, און די טרופן זענען געווען געצוואונגען צו נוצן מאכט זיי צו פארטרייבן. א זאך וואס האט בלויז צוגעגעבן אויל צום פייער פון כעס מצד די סאמאליער.

די מיליצעס פון דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ האבן זיך באנוצט מיט ציווילע בירגער אלס מענטשליכע פאנצערס, זיך דערנענטערנדיג צו די אמעריקאנער פאזיציעס פון אלע זייטן, און די זעלנער האבן זיי געהאלטן אין איין צוריקשטויסן מיט די הילף פון די העליקאפטערס פון אויבן.

***

פלוצלונג האט פאסירט עפעס גענצליך אומערווארטעט.

פון א זייטיגן געסל איז ערשינען א הויכער מאן מיט א ראקעט אויפן אקסל, און דאס געצילט אין ריכטונג פון סופער 64, איינס פון די גרעסערע העליקאפטערס.

”ס'איז דא דארט א מענטש מיט אן RPG!” האט דער קא פילאט געשריגן צום פילאט מיט פאניק.
”איז ער נעבן א געוויסע בנין מיט וואס דו זאלסט מיר קענען קלארער זאגן זיין פונקטליכער לאקאציע?” האט דער פילאט שנעל געפרעגט.

נאך איידער דער קא פילאט האט געקענט עפעס ענטפערן, האט דער גאנצער העליקאפטער געכאפט א טרייסל.
דער וויידל איז שארף באטראפן געווארן דורך'ן ראקעט, און דער גאנצער העליקאפטער האט זיך גענומען דרייען און דרייען ארויס פון קאנטראל.
איינס פון די אפיצירן דערויף, וועלכע האט נישט געהאט אנגעטוהן קיין זיכערהייט גארטל, איז ארויסגעזויגן געווארן צום אפענעם טיר, זיך אנהאלטנדיג מיט אלע כוחות אין א דערבייאיגן זיץ.

”א שווארצע האוק פאלט אראפ! א שווארצער האוק פאלט אראפ!” האבן זיך געהערט היסטערישע געשרייען אויפן ראדיא.
די סאלדאטן פון אונטן האבן געקוקט מיט אנגסט ווי דער העליקאפטער מאכט איין שנעלן צירקל נאכן צווייטן פליענדיג מיט א דראסטישע שנעלקייט אויף אראפ, און קראכט ענגילטיג אריין אינעם דאך פון א געביידע. פון דארט איז עס אראפגעפאלן צום שטראז, וואו עס האט זיך איבערגעקערט אויף דער זייט איידער'ן קומען צו א האסטיגער אפשטעל.

די צוויי פילאטן זענען זאפארט אומגעקומען.

עס ווערט געגלויבט, אז אין א העראאישער שריט, האט דער פילאט אין דער לעצטער רגע פארקירעוועט דעם נאז פונעם העליקאפטער אויף אראפ, כדי ער און דער קא פילאט זאלן ארייננעמען דעם שטארקן קלאפ, ראטעווענדיג דאס לעבן פון די איבריגע זעלנער.
דער פראפעלאר האט זיך נאך געדרייט פאר עטליכע סעקונדן נאכן קראך, אבער ווי נאר דער העליקאפטער האט זיך איבערגעקערט אויף דער זייט, זענען די דרייענדע שטיקער צופליקט געווארן אויף שטיקער.

”מיר זענען געווען היבש שאקירט ווען מיר האבן געהערט אז א העליקאפטער האט אראפגעקראכט.” האט איינס פון די זעלנער שפעטער פארציילט. ”איך מיין, וואס גייט דא פאר? נישט אזוי ארבעטן זאכן! מיר זענען אמעריקאנער, מיר זענען די וואס קאנטראלירן דעם שפיל דא, ניין?”

צוריק אינעם באזע, זענען די קאמאנדירן אינעם קאנטראל צימער אינגאנצן פארלוירן געווארן.

עס איז נישט געווען קיין רעדע פון איבערלאזן די זעלנער און די פילאטן פונעם געקראכטן העליקאפטער צו די חסדים פון די מאסן אויפגערעגטע סאמאליער וואס האבן זיך גענומען מארשירן אין זייער ריכטונג, אבער דאס האט געמיינט זיך אריינלאזן אין א פארצויגענע שלאכט מיט די ארטיגע מיליצן וואס זיי האבן געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז.

צום ערשט איז א קליינער ליטל בירד העליקאפטער שנעל צוגעפלויגן צום ארט און ארויפגענומען צוויי פון די פארוואונדעטע אפיצירן, אבער די איבריגע האבן געברויכט צוקומען צו מעדיצינישע הילף איידער מען האט זיי בכלל געקענט עוואקואירן. דאס האט געמאכט דעם גאנצן אקציע היבש קאמפליצירט.

”דער קאנוואוי זאל שנעל פארן צום ארט פונעם קראך!” האבן זיי ארויסגעגעבן דעם ערשטן באפעל.
מיט א שטורעם האבן זיך די טרעקלעך אינאיינעם מיט די ארעסטאנטן אינעווייניג גענומען פארן די פאר בלאקס אין ריכטונג פונעם קראך, מיט די הילף פון די גענויע אנווייזונגען וואס די פילאטן אויף די אנדערע העליקאפטערס האבן זיי געגעבן.
ביים עק גאס האט זיך דער קאלום אנגעטראפן אין א בלאקאדע פון פלאקערנדע רעדער, און זיך פארכטנדיג אז עס ענטהאלט אויפרייס מאטריאל האט דער דרייווער זיך פארקירעוועט אין א צווייטן געסל, ווען דער גאנצער קאנוואוי פאלגט אים נאך.

פלוצלונג האט א קויל באטראפן דעם פאדערשטן פענסטער פונעם טראק, און דער דרייווער איז שווער פארוואונדעט געווארן פון די געקראכטע גלאז.
דער אפיציר נעבן אים האט א כאפ געטוהן דאס רעדל, שרייענדיג ”האלט דיין פוס אויף די געז! האלט דיין פוס אויף די-” ער האט נישט עספיעט צו ענדיגן דעם זאץ ווען א קויל האט אים אויך באטראפן.

דער קאנוואוי איז שטעקן געבליבן אינמיטן א גאס, פול מיט סאמאליער קעמפער.

איינס פון די רעינזשער טרופן איז ארויסגעקומען פון זיין טראק, בלויז צו ווערן באטראפן דורך א קויל פון א סאמאליער מאשין געווער.
”מעדיק!” האבן זיך געהערט געשרייען אין פאניק.
א בעטל איז שנעל צוגעטראגן געווארן. ”ער גייט אריין אין שאק!” האט איינער פון די ארומיגע סאלדאטן געשריגן. ”מ'דארף אים ארויסזען פון דא וואס שנעלער!”

די קולות פון די זעלנער האבן זיך אויסגעמישט מיט די ווילדע געשרייען פון די סאמאליער מיליצעס וואס האבן געשאסן אויף אויף זיי פון די ארומיגע דעכער. א וואלקן פון שטויב האט זיך דערהויבן בשעת א העליקאפטער האט אראפגערעגנט קוילן אויף די פיינטליכע פאזיציעס.

”גרופע נומער צוויי זאל גיין צום געקראכטן העליקאפטער אויף די פוס!” האבן די קאמאנדירן ארויסגעגעבן א צווייטן באפעל.
דער גרופע האט זיך גענומען לויפן מיט אימפעט צום קראך ארט, שיסנדיג אויף יעדן זאך וואס האט זיך באוועגט אין פארנט פון זיי.

א צווייטער העליקאפטער האט דערווייל אראפגעלאזט עטליכע טרופן הארט נעבן דעם געקראכטן העליקאפטער, ווערנדיג אליינס באטראפן דורך שווערע פייער. ער האט אבער באוויזן אראפצולאזן אלע זעלנער און שנעל אוועקפליען.
די טרופן האבן שנעל געכאפט עטליכע שטיקער פונעם געקראכטן העליקאפטער און אויפגעשטעלט א צייטווייליגער דעפענסיווע פאזיציע, אריינטראגנדיג די פארוואונדעטע אפיצירן אין א דערנעבנדיגן הייזקע.



ענדע קומט אי"ה
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

די העליקאפטער'ס ביים ארויספארן צום אטאקע
6.png
6.png (231.09 KiB) געזען 3122 מאל

ביים אנקומען אינדרויסן פונעם געביידע
7.png
7.png (386.83 KiB) געזען 3122 מאל

איינס פון די האמווי טרעקלעך
8.png
8.png (336.34 KiB) געזען 3122 מאל
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

איינער קען מיר אויסזאגן דעם סוד וויאזוי מען לייגט מער פון דריי בילדער אין איין תגובה?
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

בן דרוסאי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:11 pm
איינער קען מיר אויסזאגן דעם סוד וויאזוי מען לייגט מער פון דריי בילדער אין איין תגובה?
איך קום אין אישי
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
איש נבון
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
לאקאציע:אויף דער וועלט

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש נבון »

דראמאטיש! א גרויסן שכח!
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א געשמאק צו ליינען
יישר כח
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

הערליכע ארבעט! שיין צוזאמגענומען.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

מאסיוו! שכח פאר די ארבעט, עכט ענזשאוט צו ליינען.

די אפאראציע איז טאקע אין די היסטאריע ביכער אלס איינע פון די גרעסטע פלאפ פאר אמעריקע... צו סאך זעלנער פארלוירען אין איין אפאראציע.
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
צוגעמאכט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 8:29 pm

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעמאכט »

הערליך !! הערליך !! איך האף העסט אינז נישט לאזן לאנג ווארטן פאר די צווייטע חלק
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואו!

נעם אונז ביטע ווי שנעלער ארויס פונעם מקום סכנה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

גאר אינטערעסאנט און דראמאטיש!

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

די סאמאליער קעמפער האבן געשאסן פון יעדן ריכטונג, און די רעינזשערס, אויף די באפעלן פון די עליטע דעלטא פארס קאמאנדאס האבן צוריקגעשאסן מיט וואס זיי האבן נאר פארמאגט.

צווישן אנדערע, זענען די אפיצירן שאקירט געווארן צו זען צווישן די סאמאליער מיליצעס, גאנץ קליינע קינדער וועלכע האבן געהאלטן ריזיגע ביקסן, באלד גרעסער פון זיי, און געשאסן קוילן, זיך באשיצט אונטער ווענטלעך, פונקט ווי געהעריגע סאלדאטן. די אמעריקאנער זענען בכלל נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע סצענעס, אבער האבן נישט געהאט קיין אנדערן ברירה ווי צוריקשיסן אויף סיי וועמען עס האט געשאסן אויף זיי.

אינעווייניג אינעם געקראכטן העליקאפטער זענען געלעגן צוויי טויטע פילאטן, און נאך עטליכע פארוואונדעטע אפיצירן וואס האבן געקרעכצט מיט ווייטאג. אבער די נאכאנאנדע שיסערייערן פון די סאמאליער האט נישט ערלויבט פאר די טרופן זיך אפצוגעבן מיט זיי.

דער צושטאנד האט אויסגעזען האפנונגסלאז.

***

ענדליך האט זיך דער קאנוואוי באוויזן ארויסצורירן פונעם געסל, אבער זיך אנגעטראפן אין איין בלאקאדע נאכן צווייטן, און זיי האבן אנגעהויבן בלאנזשען צווישן די שמאלע געסלעך, בשעת סאמאליער מיליצעס הערן נישט אויף זיי באשיסן מיט קוילן און ראקעטן.

”עס איז געווען שוידערליך צו הערן פארוואונדעטע זעלנער ליגן אין די טרעקלעך און זאגן איינמאל און נאכאמאל, 'איך בין געשאסן געווארן, איך דארף הילף', און קיינער האט זיך פשוט נישט צוטוהן געמאכט.” האט א זעלנער שפעטער געזאגט.

דער קאנוואוי האט זיך שוין טאקע געהאט ארויסגעזען פונעם פאסטקע, אבער מיט צופלאצטע רעדער, צושאסענע פענסטערס און פארוואונדעטע אפיצירן איז קלאר געווארן אז דער קאנוואוי וועט שוין נישט קיין סך העלפן די געשטראנדעטע ביים געקראכטן העליקאפטער, און זיי זענען באפוילן געווארן זיך צוריקצוקערן צום באזע אונטערן שוץ פון עטליכע פון די גרעסערע העליקאפטער'ס פון אויבן.

***

אבער מיטאמאל האט פאסירט א צווייטער אומגליק.

עס האט זיך געהערט א מאכטפולע אויפרייס, און איינס פון די העליקאפטערס וואס האבן באגלייט דעם קאנוואוי פון אויבן, איז באטראפן געווארן דורך א ראקעט.
צום ערשט האט אויסגעקוקט ווי די פילאטן פארמאגן נאך א שטיקל קאנטראל דערויף, און דער פילאט האט פראבירט מיט אלע כוחות צו מאנעוורירן דעם געשעדיגטן העליקאפטער צוריק צום באזע, אבער דאן איז דער גאנצער אונטערשטער פראפעלאר אראפגעקומען, און דער העליקאפטער האט זיך גענומען ווארפן ארויס פון קאנטראל.

”א צווייטער העליקאפטער אויפן וועג אראפ!” האבן זיך ווידער געהערט געשרייען אויף דער ראדיא.

פונקט ווי דער ערשטער העליקאפטער, האט זיך דער צווייטער העליקאפטער אויך געדרייט ווילדערהייט אין שנעלע צירקלען, ביז'ן ענדליך אראפקראכן אין א קליינעם געסל, אומברענגענדיג עטליכע ציווילע סאמאליער.
אין דער לעצטער רגע האט דער פילאט, מייקל דורענט, באוויזן אויסצוגלייכן דעם העליקאפטער און אלע פיר זעלנער וואס האבן זיך געפינען דערויף האבן איבערגעלעבט דעם קראך.

2.png
2.png (142.85 KiB) געזען 1198 מאל
3.jpg
3.jpg (106.09 KiB) געזען 1198 מאל

א צעווילדעוועטע המון פון מיליצעס און ציווילע איינוואוינער האבן זיך אצינד געיאגט אין ריכטונג פונעם צווייטן קראך ארט, גרייט צו צעפליקן אויף שטיקער סיי וועלכע איבערלעבער.

”שיק זאפארט ארויס א פרישער קאנוואוי פונעם באזע צו גיין באשיצן דעם צווייטן קראך ארט!” האבן די קאמאנדירן פארארדנט אין פאניק.
דער קאנוואוי האט זיך שנעל ארויסגעלאזט, אבער האט זיך אנגעשטויסן אין איין בלאקאדע נאכן צווייטן, קומענדיג אונטער שווערע פייער, און זיך געמוזט צוריקקערן צום באזע.

”צוויי דעלטא סנייפערס זענען וויליג אראפצוגיין באשיצן די פארוואונדעטע!” האט איינס פון די פילאטן געמאלדן זיינע אויבערהארן דורך דער ראדיא.

דאס איז געווען א בראווע, אבער געפערליך ריזיקאלישער אונטערנעמונג. דאס האט געמיינט אז זיי וועלן זיין בלויז צוויי, קעגן הונדערטער, פאר ווער ווייסט ווי לאנג? קיינער האט נישט געקענט פאראויס זאגן ווי לאנג עס וועט דויערן פאר'ן קאנוואוי זיך אדורכצוברעכן די שטרויכלונגען.

”זיי פארשטייען די ריזיקעס דערפון?” האבן די קאמאנדירן געוואלט קלאר מאכן.
”יא!” איז געקומען דער ענטפער.

ווען ערלויבעניש איז געגעבן געווארן, האבן זיך די צוויי העראאישע דעלטא סנייפערס אראפגעלאזט צום קראך ארט דורך די שטריק, באגעגענענדיג פיר פארוואונדעטע אפיצירן, פון וועמען בלויז איינער, דער פילאט מייקל דורענט איז געווען אין א מעסיגער צושטאנד, אבער זיך נישט געקענט רירן פון ארט האבנדיג זיך צובראכן דעם רוקן ביים קראך.

קוים מיט צרות האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם שווער פארוואונדעטן פילאט, און אים געזעצט אין א האלב באשיצטן פאזיציע נעבן א בוים, באפעלנדיג אים צו שיסן אויף סיי וועמען עס דערנענטערט זיך פון יענעם ריכטונג.
די צוויי סנייפער'ס האבן אנגענומען פאזיציעס ביי די צוויי זייטן פונעם געקראכטן העליקאפטער און זיך גענומען אראפקניידלען איינס נאכ'ן צווייטן פון די מאסן סאמאליער איינוואוינער וועלכע האבן זיך פראבירט צו דערנענטערן פון אלע פיר זייטן.

אזוי האבן די צוויי עליטע דעלטא טרופן אין א אומגלויבליכע העלדישע שריט באוויזן צוריקצוהאלטן א גאנצער מארש פון סאמאליער בירגער פון איבערפאלן דעם העליקאפטער.

די סאמאליער האבן זיך גערוקט נענטער און נענטער, אבער זענען איינמאל און נאכאמאל צוריקגעשטויסן געווארן דורך די צוויי דעלטא סנייפערס מיט די הילף פון א העליקאפטער פון אויבן וואס האט געשפיגן פייער אויף סיי ווער עס האט זיך דערנענטערט.
דער שלאכט איז געווען א שווערער און כמעט פארצווייפלטער, מיט קיין איין רגע איבעררייס. נאך א שעה אומאויפהערליכע געפעכטן, האט דער העליקפטער אריינגעכאפט א טויטליכע קויל. און דאן נאך איינס, און נאך איינס, זייענדיג געצוואונגען אוועקצופליען פון שטח און איבערלאזן די צוויי סנייפערס פארטיידיגן זייערע פאזיציעס אויף דער אייגענער האנט.

פון מינוט צו מינוט האבן זיך די מאסן געשטארקט איבער די צוויי דעלטא זעלנער וואס זענען צוביסלעך אויסגעלאפן פון אמוניציע.

פלוצלונג האט דורענט געהערט א שוידערליכער געשריי פון גערי גארדאן'ס ריכטונג, א צייכן אז ער איז שווער באטראפן געווארן.
א האלבע מינוט שפעטער האט רענדי שוגאט אים געברענגט גארדאן'ס ביקס. דורענט האט פארשטאנען דערפון אז גארדאן איז שוין אומגעקומען.

אצינד איז שוגאט פארבליבן דער איינציגער קעמפער אויפ'ן סצענע. ער האט עספיעט אויסצושיסן זיינע לעצטע פאר פארצווייפלטע קוילן, ביז די מאסן האבן זיך ענדליך געשטארקט איבער אים.
עס האבן זיך געהערט ווילדע נצחון געשרייען. א געדיכטע מאסע היציגע סאמאליער האבן אויף איינמאל איינגענומען דעם העליקאפטער, און זיך געלאזט איבער שוגאט און די אנדערע פארוואונדעטע אפיצירן, זיי צושלאגנדיג מיט כעס צום טויט, און ארומווארפנדיג זייערע קערפערס מיט שאנדע.

נאכ'ן זיך אפרעכענען מיט די לעבנגעבליבענע, האבן זיי זיך געלאזט איבער'ן העליקאפטער מיט ווילדע געשרייען, שפרינגענדיג מיט שמחה אויפן צובראכענעם פראפעלאר וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א רייד פאר די סאמאליער קינדער, בשעת דורענט האט זיך צוגעקוקט פון זיין באהעלטעניש מיט טויט שרעק. מיט זיין צובראכענעם רוקן האט ער נישט געקענט טוהן מער ווי ווארטן מיט אנגסט אויף זיין גורל.

ענדליך האט אים איינער פון צווישן די מאסן באמערקט. ”אט דא האבן מיר נאך איינעם!” האט ער אויסגעשריגן, און אלע האבן זיך גענומען לויפן אין ריכטונג פון דורענט'ס באהעלטעניש.
זעענדיג די צענדליגע דראענדע געזיכטער פון די דערנענטערנדע סאמאליער, האט דורענט זיך צוגעמאכט די אויגן, זיך גרייטנדיג צו שטארבן א מיתה משונה אין די הענט פון די אויפגערייצטע מאסן.

פלוצלונג איז געקומען הילף פון אן אומערווארטעטן ריכטונג.
עס האט ארויסגעשפראצט פון צווישן די מאסן א הויכראנגיגן מיליטאנט, און אין נאמען פון מוחאמאד פאראה אדיד, האט ער באפוילן די צוהיצטע מאסן אוועקצושטיין פונעם אמעריקאנעם סאלדאט. מוחאמאד האט ווייזט אויס באשלאסן אז דער אמעריקאנער וועט אים ברענגען מער נוצן אלס משכון, און דורענט איז אוועקגעפירט געווארן, א פארוואונדעטער און ערשיטערטער. זיין לעבן איז אים נארוואס געשאנקען געווארן במתנה.

***

דערווייל איז אנגעקומען די ידיעה צו די זעלנער ביים ארט פונעם ערשטן קראך אז דער קאנוואוי וועלכע האט געזאלט קומען זיי ארויסראטעווען, איז צוריקגעפארן צום באזע.

דאס איז געקומען ווי א דונער אינמיטן העלן טאג.
זיי זענען איבערגעלאזט געווארן טיף אינמיטן א פרעמדע שטאט, וועמען'ס אלע איינוואוינער האבן געשוואוירן נקמה אין יעדן אמעריקאנעם זעלנער. דער זון האט שוין געהאלטן ביים אונטערגיין, און דער סיטואציע איז בלויז געווארן ערגער און ערגער מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט.

היות דער גאנצער אפעראציע האט נישט געזאלט דויערן מער ווי דרייסיג מינוט, האבן זיי בלויז מיטגענומען א באגרעניצטע סכום וואפן, און זיי זענען בכלל נישט געווען אויסגעשטאטעט מיט די נאכט וויזיע גאגעלס וועלכע זענען געווען קריטיש וויכטיג אין די בעפארשטייענדע נאכט שלאכטן.
און אין די צייט וואס זייערע קעגנער האבן זיך גאר גוט אויסגעקענט אינעם ראיאן, איז עס פאר די אמעריקאנער געווען דאס ערשטער מאל וואס זיי האבן בכלל אריינגעטרעטן דארט.
הארט איידער די זון איז אונטערגעגאנגען, איז אריינגעשיקט געווארן א העליקאפטער אנגעפולט מיט סופלייען, ווי וואסער און אמוניציע, און די זעלנער דערויף האבן אלעס ארויסגעווארפן צו די טרופן אויף דער ערד.

אין לויף פון די דרייסיג לאנגע סעקונדן וואס דער העליקאפטער האט געהויערט אויף זיין ארט, האבן די סאמאליער מיליצעס נישט אויפגעהערט שיסן קוילן און ראקעטן אין זיין ריכטונג, אבער די זעלנער האבן באוויזן אלעס ארויסצושטופן פון די טירן איידער דער העליקאפטער האט געמאכט פליטה.
1.jpg
1.jpg (16.21 KiB) געזען 1198 מאל

נאכט איז צוגעפאלן, און דער מערהייט פון די סאמאליער ציווילע זענען אהיימגעגאנגען שלאפן. פארבליבן זענען בלויז די געלערנטע קעמפער פונעם נאציאנאלן סאמאליער אליאנץ, און זייערע אטאקעס האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין רגע.
די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן זען א באדייטנדע חילוק פון די שלאכטן במשך'ן טאג, און די שלאכטן יעצט. דורכאויס דעם טאג, זענען די שיסערייען געווען פיל מער ווילד, אומאויסגערעכנט און אפט. אבער יעצט, מיט בלויז די מיליטערישע איינהייטן אויפן פראנט, זענען די אטאקעס געווארן פונקטליכער און רואיגער.

אינצווישן זענען די קאמאנדירן אינעם באזע אויך נישט געשלאפן. א צווייטער פלאן, אריינצושיקן א מאכטפולע קאנוואוי וואס וועט קענען ענדגילטיג אדורכברעכן די סאמאליער בלאקאדעס און ארויסראטעווען די געשטראנדעטע סאלדאטן פון זייערע ענגע פאזיציעס, איז באלד אונטערגענומען געווארן מיט די הילף פון די מאלאזיער און פאקיסטאנער יו ען זעלנער, וועלכע זענען בלויז יעצט אינפארמירט געווארן איבערן דורכגעפאלענעם אקציע.

עס האט אבער געדויערט עטליכע ענדלאזע שעות ביז זיי זענען געווען גרייט, ווייל די ענגליש רעדנדע אמעריקאנער האבן זיך נישט אזוי גוט פארשטאנען מיט די מאלאזיער און פאקיסטאנער וועלכע האבן נישט גערעדט קיין ווארט ענגליש, און ביז זיי האבן ענדליך קלאר געמאכט פאר יעדן וואס די פונקטליכע פלענער זענען, האט געדויערט נאך עטליכע שעה.

***

א לאנגע קאנוואוי פון טאנקען און געפאנצערטע טרעקלעך האבן זיך ענדליך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון די געקראכטע העליקאפטערס.
דער קאנוואוי, באלד צוויי מייל לאנג, איז געפארן בעיקר אויף די גרעסערע שאסייען, ווען יעדע פאר מינוט האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין פרישע סאמאליער מיליצעס וואס האבן געשאסן ראקעטן אין זייער ריכטונג.
עטליכע העליקאפטערס האבן זיי באגלייט, צושטעלנדיג שוץ פון אויבן.

פון די געשטראנדעטע זעלנער אין די טיפענישן פון שטאט זענען כסדר אריינגעקומען אנגעצויגענע רופן ”ווען קומט שוין דער קאנוואוי? מיר לויפן אויס פון אמוניציע!”
צום ערשט האבן די פאקיסטאנער געענטפערט ”נאך פערציג מינוט!” אבער דרייסיג מינוט שפעטער האבן זיי ווידער געזאגט ”נאך פערציג מינוט!” צען מינוט שפעטער ”נאך צוואנציג מינוט!” און פון דארט און ווייטער האבן זיי בלויז געענטפערט ”אט אט!”
די טרופן האבן נישט געקענט טוהן מער ווי בייסן די ליפן און האפן אז די פאקיסטאנער ווייסן וואס זיי טוען.

ווען זיי זענען ענדליך אנגעקומען צום קראך, האבן שוין געפעלט א שיינע פאר טרעקלעך פונעם קאנוואוי, אינאיינעם מיט נאך עטליכע פרישע קרבנות.
די געשטראנדעטע זעלנער זענען אויפגעשפרינגען מיט שמחה זעענדיג די לאנג ערווארטעטע הילף אנקומען, אבער זאכן זענען בכלל נישט געפארן געשמירט פון דארט און ווייטער.

צום ערשט האבן זיי זיך געפלאגט ארויסצושלעפן די טויטע פילאטן פונעם געקראכטן העליקאפטער, און עס איז בכלל נישט געווען קיין גרינגע ארבעט. אלע פרואוון אדורכצולעכערן דעם טיר פונעם העליקאפטער מיט קוילן זענען דורכגעפאלן, אדאנק די קוילן באשיצטע בעטאן מיט וואס עס איז געווען געמאכט, און זיי האבן געמוזט אויפקומען מיט אן אייגנארטיגן, שעפערישן מהלך.
די טרופן האבן פעסט באהאפטן די צוויי עקן פונעם העליקאפטער צו צוויי באזונדערע טרעקלעך וואס האבן זיך ביידע גענומען פארן אין פארקערטע ריכטונגען, ביז דער העליקאפטער איז ענדליך געשפאלטן געווארן אין צוויי, און די פילאטן זענען באפרייט געווארן.

אין לויף פון די לאנגע שעות אין וועלכע זיי זענען געווען פארנומען ארויסצוזען די קערפער פונעם העליקאפטער, האבן די סאמאליער נישט אויפגעהערט מיט זייערע אטאקעס, און דאס האט ווייטער געקאסט שווערע קרבנות פאר די אמעריקאנער און פאקיסטאנער צוגלייך.

אבער אנקומענדיג צום צווייטן קראך ארט, איז קיינער פון די טרופן נישט געווען צו געפינען. די סאמאליער האבן געהאט אוועקגעשלעפט די טויטע זעלנער, און פארכאפט איין לעבעדיגן.
ס'איז אבער נישט געווען קיין צייט צו קווענקלען. די זון האט שוין אנגעהויבן אויפשיינען, און זיי האבן צוביסלעך פארלוירן די שוץ פון די נאכט פינסטערניש. מען האט געמוזט עוואקואירן תיקף ומיד.

א צווייטער פראבלעם איז געווען, אז די געפאנצערטע טרעקלעך האבן נישט פארמאגט גענוג פלאץ פאר די איבער ניינציג דעלטא און רעינזשער טרופן וואס זענען געווען געצוואונגען צו מאכן דעם וועג צוריק צופוס.
כאטש וואס ביי דעם פונקט האט די זון שוין געהאט אויפגעשיינט, זענען די פוסגייער אבער גאנץ שנעל געווארן הינטערשטעליג פונעם גאנצן קאנוואוי, און זיי האבן כמעט אנגעהויבן בלאנזשען.

”אין א געוויסן זין, איז דאס געווען שווערער פון אלעס.” האט איינס פון די רעינזשער טרופן ערקלערט אין אן אינטערוויו. ”מיר האלטן דא שוין נאך א גאנצע נאכט בלוטיגע שלאכטן, אויסגעשעפט פיזיש און גייסטיש, און דא זענען מיר געצוואונגען צו מאכן דעם וועג צוריק אויף אונזערע פוס! וויאזוי האבן מיר זיך דערקייקלט צו אזא מצב?”

במשך דער דער שווערער מארש צוריק, באקאנט אלס דער ”מאגאדישו מייל” זענען נאך עטליכע זעלנער פארוואונדעט געווארן פון די סאמאליער קוילן, אבער קיינער נישט ערנסט.
זיי האבן געשפאנט אויף די חרוב'ע גאסן, צווישן אומצאליגע טויטע קערפער און פארברענטע אויטאס, ביז זיי האבן זיך פאראייניגט מיט'ן קאנוואוי אויף איינס פון גרעסערע שאסייען.
זעקס אזייגער אינדעפרי איז דער קאשמאר ענדליך געקומען צו אן אפשטעל, ווען דער קאנוואוי האט זיך ענדליך דערזען צוריק אינעם באזע, צושמעטערט, פארבלוטיגט און פאררויכערט.

אמעריקאנער בירגער זענען אויפגעשטאנען יענעם אינדערפרי צו די שוידערליכע נייעס אז אכצן סאלדאטן זענען אומגעקומען אין לויף פון דער נאכט, און נאך זיבעציג זענען שווער פארוואונדעט געווארן.
שווערער פון אלעס איז געווען דער פאקט אז די סאמאליער האבן באוויזן צו פארכאפן אן אמעריקאנער משכון, דער העליקאפטער פילאט מייקל דורענט, און קיינער האט נישט געהאט קיין מינדעסטע השגה וואו אין מאגאדישו ער געפינט זיך.

די קומענדיגע פאר טעג זענען ארומגעפלויגן איבער מאגעדישו מיליטערישע העליקאפטערס וועלכע האבן געשריגן איבער אלע געגנטער מיט ספעציעלע הויכהילכער ”אפיציר מייקל דורענט! מיר וועלן דיר נישט פארלאזן! מיר וועלן דיר בקרוב ארויסזען פון דא!” און זיי האבן אויך אויפגעשפילט מוזיק פון דורענט'ס באליבסטער ארקעסטרא.

דורענט איז באפרייט געווארן עלף טעג שפעטער און ארויסגענומען געווארן פון סאמאליע דורך דער רויטער קרייץ.

פרעזידענט ביל קלינטאן, האט פארארדנט אלע אקציעס אינערהאלב סאמאליע צו קומען צו אן אפשטעל, און טאקע ביז עטליכע מאנאטן דערויף זענען רוב פון די אמעריקאנער טרופן אהיימגיברענגט געווארן.

דער בלוטיגער שלאכט אין מאגאדישו איז באצייכנט געווארן אלס אויסנאמליכער סוקסעס דורך דער נאציאנאלער סאמאליער אליאנץ, האבנדיג דערגרייכט דערמיט זייער הויפט ציל, פארטרייבן די אמעריקאנער פון לאנד. עס איז זיי גאנץ ווייניג אנגעגאנגען אז אינצווישן האבן הונדערטער, צו גאר טויזנטער סאמאליער איינוואוינער באצאלט מיטן לעבן.

תיכף נאכן שלאכט, האט מוחאמאד פאראה אדיד זיך דערקלערט פרעזידענט איבער סאמאליע, אבער קוים פערצן חדשים שפעטער איז ער אומגעברענגט געווארן דורך איינס פון די קעגנערישע גרופעס.

פון דאן און ווייטער האבן זיך מער ווייניגער אפגעשטעלט די פרואוון פון דער יו ען צוריקצושטעלן שלום אין סאמאליע, און עד היום הזה ווערט דאס לאנד געפלאגט פון הונגער און נויט אדאנק דעם בירגער קריג וואס האט זיך נאך אלס נישט איינגעשטילט.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

הערליך איז צו קארג געזאגט
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דארפסט ווען מאכן אן אשכול צו באקומען א נאטעפיקאציע גלייך ווען עס קומט א פרישע געקעכטץ.
איך האב עס נאר יעצט באמערקט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

האמיר עס ארויסגעפרינט און יעצט אפגעליינט די גאנצע, אפי' די מעשה האב איך שוין געקענט איז א @בן דרוסאי ארטיקל נאכאלץ סאמטינג מאר דען ספעשל!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8653
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

בן דרוסאי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:11 pm
איינער קען מיר אויסזאגן דעם סוד וויאזוי מען לייגט מער פון דריי בילדער אין איין תגובה?
קעפל: זאכן וואס איך וויל וויסן
קנאפער ידען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:38 pm
new news האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:33 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:27 pm
new news האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:23 pm
וואס איז די ציל פון די אפלאודן אשכול?
viewtopic.php?t=5658&start=3625
קוק דער ערשטער תגובה דארט צו זען בערך.

מ'קען עס נוצן אויב מ'וויל מער ווי דריי פיקטשערס אין א תגובה. אדער אויב מ'וויל די בילדער צו ליגן אין דער תגובה שענער אן דער קעסטל דערינטער מיט דער צאל פון וויאוס און נאמען. ווי אויך אויב מ'וויל שיקן א בילד אין אישי וכדו'.
מ'לייגט עס דארט ארויף נאכדעם ציטירט מען עס?
מ'קאפיעט דער לינק פון דער בילד פון דארט (רייט קליק > קאפי אימעידזש אדרעס) און מ'פעיסט עס אריין אינעם דעסטינאציע נאכן דרוקן דערבילדקנעפל.
שטייגינג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 10:41 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגינג »

@בן דרוסאי שכח גדול!
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

וואו שאפט מען אזא פעדער?... געליינט אין איין אטעם, האסט מיר ממש דערקוויקט @בן דרוסאי יישר כח!
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

@בן דרוסאי ווי איז חלק ב פון די ווידיא?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:30 am
דארפסט ווען מאכן אן אשכול צו באקומען א נאטעפיקאציע גלייך ווען עס קומט א פרישע געקעכטץ.
איך האב עס נאר יעצט באמערקט.
קוק אין זיין חחימה:
בן דרוסאי געקעכצן
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

PDF?
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

בן דרוסאי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:11 pm
איינער קען מיר אויסזאגן דעם סוד וויאזוי מען לייגט מער פון דריי בילדער אין איין תגובה?
קעפל: דער אפלאודן אשכול
זיידעניו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 2:08 am
יא איר זעהט גוט איך טוה מיט גרינדן א אפלוידן אשכול, וואס איז איר באדייט?.

האט איר שוין אמאל געוואלט ארויפלאדענען עטליכע בילדער אין איין תגובה, מיט שרייבן ווערטער אינדערמיט און עס זאל נישט זיין ווי א עטעטשמענט פון אינטען?
און אמאל האט איר שוין געוואלט האבן מער ווי איין בילד אין א תגובה אנדעם וואס די מספר התגובות זאל ארויף גיין?.
די וואס פלעגן דאס טוהן פון פריער האבן עס געדארפט טוהן מיט די הילף פון וועב זייטלעך פון ערגעץ אנדערש צום ביי שפיל הייד פארק אבער לכבוד דעם האט מען געדארפט דארט באשאפן א ניק, און נישט אייביג האט דער מחמיר פילטער עס אריבערגעלאזט און חרדים זענען געבליבן מיטן בלויזן עקס פון זייער פילטער,

לאור זה האב איך יעצט געעפנעט דעם אשכול, לטובת הציבור, אז איר זאלט נישט דארפן גיין פאשענען אין מבואות המטונפות בלויז צילובן ארויף לייגן עטליכע בילדער, און ווייל ביי מיר מאכט זיך עס זייער אפט אז איך וויל ארויף לייגן איטליכע בלדער אין איין תגובה, און איך האב נישט קיין ניק אין הייד פארק, און עס קומט מיר שטארק צוניץ ביי ארויף לייגן בילדער ביי על הצדיקים און ביי מעתיק זיין ספרים און ביי סתם אזוי ווען כ'וויל.
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

שמייכל תמיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:51 pm
@בן דרוסאי ווי איז חלק ב פון די ווידיא?
ווידיא חלק ב'
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: געשטראנדעט אין א פיינטליכע געגנט צווישן געפארפולע מיליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

דא איז ווירקליכע פוטטעיזש פונעם ערשטן העליקאפטער קראך, כאטש היבש אומקלאר.

געכאפט געווארן ווארשיינליך דורך איינס פון די אנדערע העליקאפטערס.

https://drive.google.com/file/d/1sGpBd8 ... sp=sharing
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”