מיין ערשטער ווייסער האר
איך קוק מיך אן אין שפיגל מיט אן ערענסטע געזוכט און פארקנייטשטע שטערן, איך קלאץ אריין אינעם גלאז און קליינע קיצל-כוואליעס פולן אן מיינע געדערים. איך קום צו נענטער מיטן ציל צו כאפן א בעסערע בליק אויפן געשטאלט וועלכע שטייט קעגן מיר און רעפרעזענטירט מיך אינעם ווירטואלן וועלט פון אונטער דעם טויטן גלאז, אבער דער געשטאלט טוט דער זעלבע. איך הייב אויף מיינע אויגן צו באטראכטן די הארעלעך העכער מיין שטערן אבער זיי ווערן שנעל פארשווינדן פון מיין זע פעלד, נאך עטליכע פארזוכן געלונגט עס מיך א שנעלע בליק צו געבן אויף די פאר הארעלעך וועלכע פארדעקן די הויט פון מיין קאפ. איך קוק גוט און איך עס ווערט מיר קלארער, איך פאנטאזיר נישט, עס איז וואר, קליפ און קלאר. שווארץ אויף ווייס, אדער אייגענטליך ווייס אויף שווארץ, איך האב אפציעל אנגעהויבן ווייס צו ווערן, דער ערשטע ווייסער האר האט שוין געצייטיגט. מיט וואקעלדיגע הענט בייג איך מיך צו נענטער צום שפיגל איך בייג אראפ מיין קאפ און פון די ווינקל פון מיין אויג פרוביר איך צו כאפן א קלארערע בליק פון דעם פארווייסטן הארל. אפשר פארט דמיון איך, אפשר איז עס דאך, בלויז א ליכטיגערער האר וואס האט בלויז נישט דעם פולסטן קאליר ווי די אנדערע, אבער ווי מער איך קוק און באטראכט, זעט זיך עס קלארער און קלארער, דער האר איז גענצליך ווייס. יא, דער זעלבער קאליר ווי שניי, ווי קאלעך. א נגע, בליצט אין מיך ארויף קינדערישע פחדים וועלכע באווייזן עטוואס אויסצואצוען מיינע ליפן פאר א קליינע וויילע.
און דאן פאלט מיך ביי א נייע געדאנק אין א לעצטיגע פרואוו זיך צו פארטיידיגן. אפשר איז דאס נישט מיין האר, אפשר האט זיך עס צוגעקלעבט צו מיך, קען זיין עס איז איינפאך א שטיקל פאדעם. דער געדאנק אליין באווייזט מיך צוריק צוגעבן עטוואס זיכערקייט, איך טאפ אן דעם ריין ווייסן האר און איך טו א קליינעם צי געבן, און עס געבט א ציפ אריין ביזן לעצטן פינגער אויפן פוס. איך שטיי דארט קעגן דעם געשטאלט און איך שעם זיך אריין צוקוקן איהם אין פנים, וואס האסטו געמיינט? פון וואו זאל דא פלוצלונג ארויסוואקסן א שניי ווייסע פאדעם? אוודאי איז דאס דיינס, עס איז געקומען דער צייט זאלסט דאס איינפאך אנערקענען און פארשטיין, איך בין שוין עלטער, איך האב שוין אנגעהויבן ווייס צו ווערן.
ווי מער מאל איך זאג דאס צו מיר אליין, קומען מער און מער געדאנקען צו לויפן און זיי צעשטורעמען מיין וועזן.
איך, ווייסער האר? וואס? דאס מיינט אז איך בין שוין אפעציעל אלט? איך האב דאך קוים חתונה געהאט, איך האב נאך גארנישט אנגעיאגט אין לעבן, איך האב מיך איינגערעדט אז איך האב נאך איבער גענוג צייט, אז איך קען נאך זוצן רואיג און ווארטן פאר דעם פאסיגן טאג, פאר דער גלענצנדע געלעגענהייט, צי פאר אנדערע, צו קומען צו מיך. איך האב נישט אין אכט גענומען אז צייט גייט אויך אריבער אויף מיר, איך האב מיך איבערהויפט געלאזט איינרעדן פון מיין תמימות אז נאר אויף יענער גייט צייט אריבער, נאר זיי פארעלטערן זיך, און דא פלוצלונג, אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג, אפילו נישט א ווינק, גארנישט, ווי א טריקענע מדבר אינעם טיפן אקעאן האט עס מיך באטראפן, מיין האר איז ווייס, איך ווער שוין עלטער.
איך פרוביר צו צעקייען די אויפטרייסלענדע אנערקענונג אבער איך וויל נאכאלס נישט קומען צו דער באשלוס אז דאס איז עס און איך קען עס שוין נישט צוריק דרייען. פארגאנגען זענען די קינדערישע בלאנדע יארן, פארביי זענען זיי, די זארגפעליגע טעג פון טענץ און געזאנג, די לייכטזיניגע נעכט פון האליעריי און שוואוילטאג. איך קען מיך גיין זוכן גוטע שמירעכצע און זייפן וואס זאלן העלפן פרעזערווירן נאטורליכע פייכקייט, אבער צייט לויפט בלויז איין וועג און דאס איז פאראויס. די יונגער טעג זענען שוין אין די פארגאנגענהייט און אט איז געקומען דער צייט ארויפצוגיין א כיתה. איך קען נישט בלייבן שטעקן זינקען אין געפילן פון נאסטאלגיע און בענקעניש נאך דעם גלארייכן אמאל, צייט צו גיין ווייטער, ווייל יעצט האב איך איינגעזען אז קיינער ווארט נישט אויף דיך, ניטאמאל דיין אייגענע קערפער...