פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- American Dream
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6971
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
דזשעק טעפער גייט זיין די מארדירעטער
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
WOW דער טראמפ גייט פול פורס.. ער איז פון די אויסגעשפראכענסטע חברה דארט קעגן טראמפ..!
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
יאסי געשטעטנער איז בייז אויף טראמפ פאר'ן פארלאנגען א דעבאטע אויף פאקס מיט ברעט באיער וחבירו.
ער טענה'ט אז די חברה אויף CNN באגייען זיך שענער מיט רעפובליקאנער ווי ברעט באיער אקעגן געוויסע רעפובליקאנער.
ער טענה'ט אז די חברה אויף CNN באגייען זיך שענער מיט רעפובליקאנער ווי ברעט באיער אקעגן געוויסע רעפובליקאנער.
- פלעגט גיין שלאפן פרי
- שר חמש מאות
- תגובות: 905
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am
- איך מיין קיינעם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 346
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:55 pm
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
יא יא קיינמאל נישט דעבאטירען
דעיס איז די ערשטע אינגרידיענס צו ברעין וואשען, ח״ו נישט לאזען הערען קיין צווייטע צד
#דיקטאטורשאפט
איך האלט נישט אזוי ווייל אזוי האב איך מחליט געווען , נאר ווייל אזוי פארשטיי איך….
- הינגער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4553
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
- לאקאציע:אויפן טיש
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
- today not tomorrow
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 269
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
א בליק אויף צוריק..
וואס צו ערווארטן ביי די דעבאטעס..
https://drive.google.com/file/d/1fMZXJS ... sp=sharing
וואס צו ערווארטן ביי די דעבאטעס..
https://drive.google.com/file/d/1fMZXJS ... sp=sharing
לאז אויף די מוסקלען, קנייטש אויף די שטערן, אטעם טיעף אההה.. געב א שמייכל, טראכט & קוק פאזעטיוו אויף מענטשן & פאסירונגען
די באשעפער איז גוט און האט אונז ליעב, מענטשן פראבירן זיין גוט & ערליך.
שווערע טאג? עס קומט גוטע צייטן
די באשעפער איז גוט און האט אונז ליעב, מענטשן פראבירן זיין גוט & ערליך.
שווערע טאג? עס קומט גוטע צייטן
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
די טראמפ קאמפיין נעמט אן פאקס נייעס ריקוועסט אנצופירן מיטן וויצע פרעזידענט דעבאטע.
פון די ביידן - העריס קאמפיין האט מען נאכנישט געהערט קיין ענטפער
פון די ביידן - העריס קאמפיין האט מען נאכנישט געהערט קיין ענטפער
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
אין אן ראדיא אינטערוויא היינט זאגט טראמפ אז ער איז מסכים אז RFK זאל זיך באטיילונגען אין די דעבאטע אויב ער קומט נאך די CNN טרעשהאלד.
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
טראמפ נעמט אן א דעבאטע געפירט דורך NBC נייעס.
דערווייל האט ביידן זיך נאר פארפליכטעט פאר 2 דעבאטעס און טראמפ 4
דערווייל האט ביידן זיך נאר פארפליכטעט פאר 2 דעבאטעס און טראמפ 4
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45159
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
טראמפ האלט נישט אפ די געווענליכע דעבאטע פראבעס מיט עימיצער וואס שפילט ביידען אבער זיינע געהילפן האלטן אפ א סעריע זיצונגען איבער פאליסי און ווי אזוי טראמפ זאל אדרעסירן א רייע טעמעס
ביי די נעכטיגע זיצונג האבן זיי געהאט סענאטאר מארקא רוביא פאר א סעסיע
ביי די נעכטיגע זיצונג האבן זיי געהאט סענאטאר מארקא רוביא פאר א סעסיע
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
ווי באקאנט איז רוביא א סאליד דיבעיטאר...הכל הבל האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 14, 2024 11:34 amטראמפ האלט נישט אפ די געווענליכע דעבאטע פראבעס מיט עימיצער וואס שפילט ביידען אבער זיינע געהילפן האלטן אפ א סעריע זיצונגען איבער פאליסי און ווי אזוי טראמפ זאל אדרעסירן א רייע טעמעס
ביי די נעכטיגע זיצונג האבן זיי געהאט סענאטאר מארקא רוביא פאר א סעסיע
https://drive.google.com/file/d/1Lw8qEP ... YpSYn/view
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
קעפל: נקדימון'ס נייעס ווינקל
נקדימון האט געשריבן: ↑ מוצ"ש יוני 15, 2024 11:41 pmסנ"ן וואס גייט אפהאלטן די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע צווישן ביידן אין טראמפ האט ארויסגעשטעלט די ענדגילטיגע רעגולאציעס פאר די דעבאטע אויף וואס ביידע לאגערן זענען איינשטימיג.
די שעה אנדערטהאלבן דעבאטע גייט פארקומען יוני 27 אין אטלאנטא דזשארדזשע. אנגעפירט דורך יענקל טעפפער און דינה בּאַש פון סנ"ן.
עס וועט זיין 2 קאמערציאלע פויזעס דורכאויס די דעבאטע. די קאנדידאטן וועלן נישט זיין ערלויבט צו זיך דורכרעדן מיט זייער ראטגעבער און שטאב ספעציאליסטן בשעת פויזע.
די פאדיומס און פאזיציעס פון די קאנדידאטן וועט ווערן אויסגעוועלט דורך די ווארפן פון א מטבע.
די מייקס וועלן זיין פארלאשן בשעת די צייט וואס דער אנדערע קאנדידאט דארף רעדן.
קאנדידאטן וועלן באקומען א פענע, נאטיץ ביכל און א פלעשל וואסער. זיי וועלן נישט זיין ערלויבט צו קומען מיט אנגעגרייטע נאטיצן.
די דעבאטע וועט פארקומען אין אבוועזנהייט פון א פארזאמלטע ציבור, אנדערש פון געווענליכע דעבאטעס. עס וועט זיין שא שטיל ווי די קאנדידאטן וועלן רואיג קענען שלאפן אויב זיי באגערן..
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2396
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
ביידן שלאפט זיין 2 וואכן שלאף כנהוג אצלו בעפאר א דעבאטע?
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
- נוסח אשכנז
- שר חמש מאות
- תגובות: 720
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
כ'ווייס נישט, יעצט בעטן זיי שוין א בענקל אפשר וועלן זיי באלד בעטן א בעט..
כ'טראכט נאר אפשר דארפן זיי א בענקל אז ס'זאל נישט אויסקוקן ווי ביי עפעס אן אנדערע מעמד ווען ער האט זיך געוואלט אראפזעצן און...
!Hey there I'm using IVELT
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
געוויסע ווילן טענה׳ן אז דאס אויסלעשן די מייק בשעת די צווייטע רעדט וועט מעגליך שווערער מאכן פאר ביידען ווייל דאס וועט אים באצווינגען גענצליך צו ענדיגן די זאץ אנע טעותים און געפפס אנדערש ווי אין 2020 ווי טראמפ האט אים כסדר אריינגעהאקט
- נועם המידות
- שר האלף
- תגובות: 1107
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
סי.ען.ען באשטעטיגט אז די באריכטן אז די ביידען קאמפיין וויל אז די דיבעיט זאל ווערן אפגעהאלטן זיצעדיג איז דורכאויס פאלטש.
שאץ קיינמאל נישט אינטער ווי שטארק ביידען ווערט אינטערגעשאצט!
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2396
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
נועם המידות האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 17, 2024 4:51 pmסי.ען.ען באשטעטיגט אז די באריכטן אז די ביידען קאמפיין וויל אז די דיבעיט זאל ווערן אפגעהאלטן זיצעדיג איז דורכאויס פאלטש.
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
גייטס אן מיט די רעדע אז ביידען וועפט אויף כוחות, אויב אבער קומט ער אריין שטארק וויינטס נישט אז מ'האט אראפגעשפילט די ערווארטונגען פאר ביידען.
- American Dream
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6971
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
כאילו עס מאכט אויס. עטס גייטס דאך סייווי שרייען אז ביידען איז אריינגעקומען מעכטיג אפילו ער זאל זיך ווען אויסציען אויפן סטעיטש, מען וועט מסביר זיין אז עכט האט ער געוואלט ווייזען א טאמס אפ פאר עפעס א מוראשקע אויפן פלאר.
נעבעך פאר א קאנדידאט וואס ברויך ווייזן ביי א דיבאטע אז עכט וועפט ער נישט אייביג
עס איז נישט ערווארטעט אז ביידען וועט שלאפן אזוי ווי ער טוט ווען ער איז נישט אויף די געווירצן
עס איז יא ערווארטעט אז ער וועט שרייען ווי א האן אזוי ווי ער טוט ווען ער איז הויך אנגעשטאפט מיט די ריכטיגע סחורה
טעותים וועט זיך גיסן אזוי ווי נאך אין די יונגע יארן
עס איז נאר צו האפן אז טראמפ וועט אויסניצן די געלעגנהייט צו דערמאנען אמעריקאנער די דיזעסטער פון ביידענס פרעזידענטשאפט מיט אינפלאציע מלחמות אין די גוטע זאטא יארן אונטער טראמפ
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
Re: פרעזידענט דעבאטעס - 2024 למספרם
וכן להיפך.American Dream האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 17, 2024 5:15 pmכאילו עס מאכט אויס. עטס גייטס דאך סייווי שרייען אז ביידען איז אריינגעקומען מעכטיג אפילו ער זאל זיך ווען אויסציען אויפן סטעיטש, מען וועט מסביר זיין אז עכט האט ער געוואלט ווייזען א טאמס אפ פאר עפעס א מוראשקע אויפן פלאר.
נעבעך פאר א קאנדידאט וואס ברויך ווייזן ביי א דיבאטע אז עכט וועפט ער נישט אייביג
עס איז נישט ערווארטעט אז ביידען וועט שלאפן אזוי ווי ער טוט ווען ער איז נישט אויף די געווירצן
עס איז יא ערווארטעט אז ער וועט שרייען ווי א האן אזוי ווי ער טוט ווען ער איז הויך אנגעשטאפט מיט די ריכטיגע סחורה
טעותים וועט זיך גיסן אזוי ווי נאך אין די יונגע יארן
עס איז נאר צו האפן אז טראמפ וועט אויסניצן די געלעגנהייט צו דערמאנען אמעריקאנער די דיזעסטער פון ביידענס פרעזידענטשאפט מיט אינפלאציע מלחמות אין די גוטע זאטא יארן אונטער טראמפ
וואס די דעמאקראטן גייען זאגן איז נישט נוגע, עס איז נוגע וואס אויפריכטיגע רעפובליקאנער און אינדעפענדענסט גייען זאגן, גענוי ווי ביי די סטעיט אוו די יוניאן רעדע וואס דא האבן כמה רעפובליקאנער געזאגט אז ער איז אריינגעקומען גאר שטארק טראץ וואס מען זאגט אז ער וועפט.