ברענגסט ארויס זייער גוטע נקודות, און איך וועל צולייגן אויף דעם אז למעשה האלט איך אויך אז זי האט געהאט א בעסערע נאכט ווי טראמפ (איך האב עס געהערט) אבער זי האט דאך פארפעלט א זייער וויכטיגע זאך, ווי דו זאגסט.וויכטיג מאכער האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 3:36 amאיך האב נישט געזעהן די דיבעיט, אלעס וואס כאב געזעהן איז פון דא אויף אייוועלט אריינגערעכענט איין קורצע קליפ פון טראמפ'ס קלאוזינג סטעיטמענט...
סיז נישט צו פארשטיין וויזוי ביי יעדע דעבאטע האט מען פרישע עקספעקטעישענס ווי כאילו טראמפ איז א נייע מענטש אדער העריס האצעך פלוצלינג געטוישט... טראמפ בלייבט טראמפ, אזוי ווי ער האט גערעדט ווען מ'האט גע'הרגט אל באגדאדי, אזוי דיבעיט ער! און העריס דיבעיט העריס סטייל... גארניש קיין חידושים!
די איינציגסטע וואס זענען ביזי ווי גוט איינער האצעך ארויסגעדרייט פון ענטפערן א פראגע איז די עליטע! יא! אונז זעמער טייל פון זיי... א נארמאלע מענטש האט נישט קיין מושג וואס מיינט גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן... די אלע קאוד ווערטער וואס די מידיע פאטשט זיך די בייכל ווי גוט איינער זאגט, א דוגמא, טראמפ האט געזאגט "איך רעד יעצט, סאונד פעמיליער?" איך האניש געכאפט די מורא'דיגע גוטסקייט און מיליאונען וואס וואטשן די דיבעיט ווייסן אויך נישט...
א פשוטע בירגער הערט די מאדערעיטאר פרעגן העריס וועגן אימיגרעישן, אויב העריס ענטפערט עפעס וועגן טראמפ'ס ראליס, האט זי פארלוירן מיין שטומע! זי קען האבן געקראכן טויזענט מאל אונטער טראמפ'ס סקין... הו קעירס? מאט איר געפרעגט וועגן אינפלעישן, וואס האט זי געענטפערט? א זאפטיגע פליק? כאבעס נישט געזעהן, נאר געליינט דא אז זי האט זיך גוט ארויסגעדרייט... מורא'דיג!!!
די עליטע האבן כסדר די טעות... אין 2016 ווען טראמפ האט געפרעגט קלינטאן וועגן טרעיד דיעלס, די מידיע איז געווען ביזי ווי שטארק קלינטאן האט געוואונען... און צום שטוינען האבן די מידוועסט שטאטן איינוואוינער געוואוט פאר טראמפ... זיי זענען געווען סורפרייזד... יא יא! קלינטאן האט געוואונען אין די עליטע אויגן מיט קלוגע סאונדבייטס... טראמפ האט גערעדט צו די פשוטע פויערן...
נאכאמאל, כאב גארניש געזעהן פון די דיבעיט, נאר געליינט דא! און ווי געשריבן, אונז זעמער באמת מער אינפארמירט ווי רוב אמעריקא! א פשוטער מענטש, וואס רוב פאולס ווייזן אז עקאנעמי, אימיגרעישן און קריים זענען זיינע טאפ קאנסוירנס... האט געוואלט הערן העריס ענטפערן איבער די עקאנעמי, אינפלעישן, אימיגרעישן וכד'... זי האט זייער גוט זיך ארויסגעדרייט מיטן אריינפליקן איבער טראמפ'ס ראליס... די עליטע זענען צופרידן... דער פשוטער מענטש טראכט... וואס? ראלי? און קלוג האט טראמפ געטוהן מיטן רעדן פשוטע שפראך... גיי יעצט אראפ פון סטעידזש, פארמאך די גרעניץ!! און די זעלבע איז זיין קלאוזינג סטעיטמענט... זי איז יעצט אין די ווייסע הויז... פארוואס האסטעס נישט געטוהן ביז יעצט... דאס איז ווערטער וואס פשוטע אויערן הערן גוט...
אגב, לדעתי איז דאס טראמפ'ס אראפרייסן ביידן גאנץ א קלוגע סטראטעגישע מאוו... און העריס איז געפאלן דערפאר... אנשטאטס דיפענדן ביידן האצע געזאגט "איך בין נישט ביידן"... דאס מיינט אז דו האסט טעכניש עגריט אז יעצט איז די מצב בעד... אין די מצב וואס ביידן איז, און רוב לאנד האלט נישט אזא ער איז קעיפעבל... איז דא א סאליד טשענס אז רוב עולם קויפט אפ אז העריס איז לכה"פ טיילווייז שולדיג אויף די זאכן... און זי האט טעכניש עגריט דערצו...
די אלע וואס האבן עקספעקטעד טראמפ צו זיין רוביא, קרוז אדער ד'סענטעס... סארי! ער איז טראמפ! רעדט פשוטע שפראך, נישט קיין געפאלישטע סאונד בייטס...
און אלס א שטיקל מארקעטינג פארשטייער העלעכעס אנקוקן בערך ווי די פראפעשענאל עדס מיט היי ענד ווערטער, וואס די מארקעטינג קאמפאניס צווישן זיך גלייכן, ווס פשוטע עדס וואס דער המון עם גלייכט...
פארן דעבאטע האט יעדער געזאגט אז דאס איז איר געלעגנהייט זיך פארצושטעלן פארן פאלק מיט אירע פלענער, פאזיציעס, וכדומה. מיט דעם וואס זי האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן געהעריג אויף די וויכטיגע פראגן, האט זי געלאזט די אומבאשלאסענע וויילער מיט די צינג אינדרויסן. זיי ווייסן נאכאלץ נישט וואס פונקטליך זי איז און וואס זי פלאנט צו טון.
זי האט אויך פרובירט צו רעדן מיט א ווארימע סימפאטישע טאון. אבער אן קיין קאנקרעטע פלענער, האט זיך עס געהערט ווי די געטרייע באבע וואס גלעט און בארואיגט איר אייניקל מיט זיסע ווערטער ווייל מער ווי דעם קען זי נישט. זיין סימפאטיש מיט די וויילער איז זייער שיין, אבער פון א פירער ווילן מענטשן הערן שטארקייט און שטייפקייט אויך. און דאס האט געפעלט פון איר נעכטן.