פליכטן
בס״ד
צעפליקט פון פליכטן
און מענטש'נס געריכטן
אזש ביז דוכטן
כ'צופליק זיך אליין.
צעפיצלט פון שליכטן
פארמיידן און פארריכטן
אנשטעלן געזיכטן
און נאך דערקענען זיך אליין.
טאנען געוויכטן
עמאציאנאלע שיכטן
די טריט וואו צו ריכטן
איינער אליין.
טרעפן אויסזוכטן
אינעם געדיכטן
וואלד פון באריכטן
עלנד אליין.
זוכן דעם געזוכטן
דיכטער צו דיכטן
מיט טינט כאטש פארציכטן
וואס כ'קען נישט אליין.
צעפליקט פון פליכטן
און מענטש'נס געריכטן
אזש ביז דוכטן
כ'צופליק זיך אליין.
צעפיצלט פון שליכטן
פארמיידן און פארריכטן
אנשטעלן געזיכטן
און נאך דערקענען זיך אליין.
טאנען געוויכטן
עמאציאנאלע שיכטן
די טריט וואו צו ריכטן
איינער אליין.
טרעפן אויסזוכטן
אינעם געדיכטן
וואלד פון באריכטן
עלנד אליין.
זוכן דעם געזוכטן
דיכטער צו דיכטן
מיט טינט כאטש פארציכטן
וואס כ'קען נישט אליין.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון