א איד צו זיין איז טייער, אבער...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט


פינעף - זעקס טעג א וואך
ארבעטן שווער, אבער דאך
דיר צו דאנקן מיר דערמאנען
איידער צום ארבעט מיר שפאנען

ליידער זענען מיר אין גלות
טרוד על המחיה ועל הכלכלות
און אפילו מיט אלע תירוצים זיי
דאווענען מיר טעגליך תפילות דריי

ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל

א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט


אזויפיל אימעילס נאך צו שיקן
אזויפיל בלעטער נאך צו דרוקן
ס'טוט אים נישט דערקוויקן
ווען אויפן זייגער ער טוט קוקן

אזויפיל קאלס נאך צו מאכן
אזויפיל אויפגאבעס און זאכן
ס'טוט אים אפשוואכן
ווען זיינע אויגן דעם זייגער גרייכן

ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל

א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט


און מיר דאנקען דיר עקסטער טאקע
פאר די געשאנק די געשמאקע
אפילו ארבעט איז דא אן א שיעור
דרייען מיר זיך אויס צו דיר

מיר נוצן אויס די צייט
ווען מיר זענען פונעם עול ווייט
מיר נעמען עס אן אלץ מתנה
און דאווענען צו דיר מיט כוונה

לאמיר צוזאמען זינגען דעם ליד
לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכע איד.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווייל צו זיין א איד דארף מען האבן געלט….
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

מיר ווייסן דאך אז יעדער שעלט...
אז די אידן באגנבענען די גאנצע וועלט...
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

דער בורא כל עולמים קוועלט...
וויאזוי א איד פירט א הייליג געצעלט...
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

ווען אינדרויסן הערשט א קעלט...
צו גיין אין בית מדרש וואלט זיך נאר א איד איינגעשטעלט...
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

יאפס זיין א איד איז טייער
ווייל מען דארף קויפן אייער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

צום פינטל
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א איד צו זיין איז טייער, אבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

@שוואכער יעדעס מאל מיט א נייע איידיע.

נאכן דעיס ליינען וועט זיך דאווענען אנדערש...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”