קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די קוק פאליטישע רעפארט איז אנגענומען צו זיין די בייבל פון פאליטישע אנאלעסיס. די רעפארט איז אבער היילי מיסליעדינג.

אין דעם אשכול וועט מען ברענגן עקזעמפלס פון רעיסעס ווי קוק טוט בכונה מיסלידען די עקספעקטעישענ'ס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

די איינציגסטע זיץ אין אלעסקע (אלעסקע עט לארדזש) איז איינע פון די שמאלסטע רעיסעס אין 2024.

מערי פעלטאלע (ד) זיצט יעצט אויף דעם זיץ וואס זי האט שמאל געווינען אין די ספעציעלע אלעקשאן אין 2022, דערנאך וואס די לענגסט דינענדע קאנגרעסמאן דאן יאנג (ר) איז געשטארבן נאך 50 יאר אויף די זיץ.

טראמפ האט געווינען די דיסטריקט אין ביידע פרעזידענטליכע אלעקשאן'ס מיט אריבער 10 פוינטס. אין א פרעזידענטליכע אלעקשאן יאר איז די רעיס ערווארטעט צו זיין איינע פון די הייסטע טאסס-אפ'ס צווישן די רעפובליקאנער ניק בעגיטש 3 און די אינקאמבענט מערי פאלטאלע.

קוק פאליטישע רעפארט האט אריינגעשטעלט די רעיס ביי ''ליען דעמאקראט''.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

אױב איז עס אן אינקאמבענט קען איך פארשטײן פ״װ ס׳איז ליען דעמאקראט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

תגובה דורך יונער »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:13 am

מיט וואס איזער אנדערש פון לאולער וואס זיי לייגן אריין אינעם טאסאפ קאלום?

ביידן האט געוואונען זיין דיסטריקט מיט די זעלבע 10%

--
קוקט אויס א פיינעם אשכול...
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר

יונער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:48 am

אפשר האט מען עס רי-דיסטריקט?

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:50 am
יונער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:48 am
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:13 am
אױב איז עס אן אינקאמבענט קען איך פארשטײן פ״װ ס׳איז ליען דעמאקראט
מיט וואס איזער אנדערש פון לאולער וואס זיי לייגן אריין אינעם טאסאפ קאלום?

ביידן האט געוואונען זיין דיסטריקט מיט די זעלבע 10%

--
קוקט אויס א פיינעם אשכול...
אפשר האט מען עס רי-דיסטריקט?
לאולערס דיסטריקט בלייבט די זעלבע וואו 22
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:08 am
די איינציגסטע זיץ אין אלעסקע (אלעסקע עט לארדזש) איז איינע פון די שמאלסטע רעיסעס אין 2024.

מערי פעלטאלע (ד) זיצט יעצט אויף דעם זיץ וואס זי האט שמאל געווינען אין די ספעציעלע אלעקשאן אין 2022, דערנאך וואס די לענגסט דינענדע קאנגרעסמאן דאן יאנג (ר) איז געשטארבן נאך 50 יאר אויף די זיץ.

טראמפ האט געווינען די דיסטריקט אין ביידע פרעזידענטליכע אלעקשאן'ס מיט אריבער 10 פוינטס. אין א פרעזידענטליכע אלעקשאן יאר איז די רעיס ערווארטעט צו זיין איינע פון די הייסטע טאסס-אפ'ס צווישן די רעפובליקאנער ניק בעגיטש 3 און די אינקאמבענט מערי פאלטאלע.

קוק פאליטישע רעפארט האט אריינגעשטעלט די רעיס ביי ''ליען דעמאקראט''.
די סיבה פארוואס קוק לייגט עס אין ליען דעם איז די זעלבע סיבה פארוואס פעלטאלע האט געווינען אין 2022

אין אלאסקע ארבעטן די לאקאלע עלעקשאנס מיט רענקט טשאוס וואוטיניג, סא ס’האט אנדערע דינים ווי א געהעריגע וואן אן וואן פארמעסט ווי אין די דזשענעראל פרעזידענטליכע פארמעסט

דאס איז אויך די סיבה פארוואס ס’נישט געלונגען ארויס- צו- פריימערי’ען מערקאוסקי
לעצט פארראכטן דורך עצי היער אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאן בעקאן פון ביידן פלאס 7 נעבראסקע 2 האט ער אויך אין ליען רעפאבליקאנער.

והשנית, דא האסטו מיט וואס עס איז אנדערש פון לאולער און עני אנדערע דיסטריקט אויף וואס מען קוקט, עס איז נישט געווען נאנט אין די ענדע.

(עם כל זה בין איך פארט מסופק אויב ליען איז דער ריכטיגער רעיטינג, אבער מיט היפש אנדערע רעיטינגס פון זיי האב איך גרעסערע פראבלעמען.)
אטעטשמענטס
Screenshot_20240516-111014_Chrome.jpg
Screenshot_20240516-111014_Chrome.jpg (176.11 KiB) געזען 1342 מאל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

עצי היער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:08 am
פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:08 am
די איינציגסטע זיץ אין אלעסקע (אלעסקע עט לארדזש) איז איינע פון די שמאלסטע רעיסעס אין 2024.

מערי פעלטאלע (ד) זיצט יעצט אויף דעם זיץ וואס זי האט שמאל געווינען אין די ספעציעלע אלעקשאן אין 2022, דערנאך וואס די לענגסט דינענדע קאנגרעסמאן דאן יאנג (ר) איז געשטארבן נאך 50 יאר אויף די זיץ.

טראמפ האט געווינען די דיסטריקט אין ביידע פרעזידענטליכע אלעקשאן'ס מיט אריבער 10 פוינטס. אין א פרעזידענטליכע אלעקשאן יאר איז די רעיס ערווארטעט צו זיין איינע פון די הייסטע טאסס-אפ'ס צווישן די רעפובליקאנער ניק בעגיטש 3 און די אינקאמבענט מערי פאלטאלע.

קוק פאליטישע רעפארט האט אריינגעשטעלט די רעיס ביי ''ליען דעמאקראט''.
די סיבה פארוואס קוק לייגט עס אין ליען דעם איז די זעלבע סיבה פארוואס פעלטאלע האט געווינען אין 2022

אין אלאסקע ארבעטן די לאקאלע עלעקשאנס מיט רענקט טשאוס וואוטיניג, סא ס’האט אנדערע דינים ווי א געהעריגע וואן אן וואן פארמעסט ווי אין די דזשענעראל פרעזידענטליכע פארמעסט

דאס איז אויך די סיבה פארוואס ס’נישט געלונגען ארויס- צו- פריימערי’ען מערקאוסקי
ריכטיג. די איינציגסטע סיבה פארוואס פעלטאלע האט געווינען איז צוליב די נייע רענקד טשויז וואוטינג וואס צומישט אסאך אלגעמיינע וויילער, און נישט יעדער שטומט בכלל פאר א צווייטע טשויז. אזא זאך מוז בכלל נישט זיין אז עס גייט זיך איבערשפילן.

די רעפובליקאנער האבן געהאט מער שטומען פאר די זיץ אין די לעצטע אריבער 50 יאר, אריינגערעכענט די ערשטע רונדע אין די צוויי 2022 אלעקשען'ס. צו רענקד טשויז וועט נאכאמאל דזשעפרעדייזן די רעפובליקאנער? אדער יא אדער נישט, טאסס אפ! אין א פרעזידענטליכע אלעקשען יאר איז לייקלי אז נישט, צוליב וואס די רעפובליקאנער זענען ערווארטעט צו האבן אסאך א שטערקערע גריפ אין די ערשטע רונדע.

סאמערי: א טראמפ פלאס 10 דיסטריקט, איינציגסטע סיבה פארוואס סאיז טאסס אפ איז צוליב רענקד טשויז, ווייט פון ליען דעמאקראט!
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

זייער א שוואכע עקזעמפל

פעלטאלע האט ווי עס שיינט - פון 2022 באריכטן - קאנעקטעד צו אלעסקענס אויף א שטארקער פארנעם, און דער אמת איז אז ביי נאוועמבער האט זי אין ערשטן ראונד אנגעצויגן 48.8% וואס איז א ריזיגער נאמבער, איבערהויפט אין א מידטערם פון די אייגענע פארטיי, און כמעט אזוי שטארק ווי די 49.1% וואס די רעפובליקנער קאנדידאטן האבן אנגעצויגן קאמביינד

פונקט ווי רוב רעיטינגס האבן געהאט מארק קעלי פון אריזאנע ליען דעמ אין 2022 א מידטערם יאר פון זיין פארטיי, אין א סטעיט ווי ביידען האט געווינען מיט גארנישט פון א מארדזשין

רעיטערס קוקן בדרך כלל אויך אויף אנדערע פאקטארן ווי דזשאסט פרעזידענשאל מארדזשינס

--

לאולער דיסטריקט וואלט ווען געווען ליען דעמ אין נארמאלע אומשטענדן, קיינער ערווארט נישט די נ"י סטעיט מארדזשין אין 2024 צו זיין עניטינג אין געגנט פון 2022 מארדזשינס, אבער צוליב זיין שטארקע פאפולאריטעט האלט מען עס ביי טאססאפ
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז געווען 49% אין די ערשטע רונדע פאר ביידע רעפאבליקאנער אינאיינעם, קעגן 48.8% פאר פעלטאלע אליינס.

און שטייצעך אז נישט אלע שטיצער פון איין רעפאבליקאנער וואלטן געשטימט פארן צווייטן ביי געהעריגע וואלן. סיי זיי זענען באמת צוקריגט, סיי זיי האבן באזונדערע באזעס, סיי געאגראפיש און סיי אידעלאגיש.

בנוגע גריפ ביי די ערשטע רונדע, ביים ספעשל האבן די רעפאבליקאנער געהאט 57 קעגן 39 אין די ערשטע רונדע, נישט געווען גענוג.

וואל טאג האקט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נ. ב. דער פראבלעם אין אלאסקע - סיי פאר די רעפאבליקאנער און סיי פאר סענס - איז נישט באמת די רענקעד טשויס, דאס זייער סענסיבל, פונקט ווי ביי ניו יארק סיטי מעיאר, און איז אפשר ווען אפילו א העלפ פאר די אלאסקע רעפאבליקאנער אין נארמאלע אומשטענדן.

דער פראבלעם איז די פאני טאנדרע פריימערי סיסטעם, דאס איז וואס איז שולדיג אז עס איז געווען צוויי רעפאבליקאנער אין דעם דזשענערעל מיט קיינעם פון זיי נישט קומענדיג נאנט צו פעלטאלע אין קיין שום רונדע אין ביידע פארמעסטן. און דאס איז אויך שולדיג אין דעם אז מורקאווסקי האט געקענט זיין אויפן בעלאט אלס א רעפאבליקאנער נגד רצון רוב מנין ובנין אלאסקע רעפאבליקאנער.

אנשטאט מבטל זיין רענקעד טשויס פאר די אלגעמיינע וואלן,וואלטן די רעפאבליקאנער געדארפט ארבעטן צו טוישן דעם פריימערי סיסטעם צו נארמאלע פארטיזען פריימעריס, פילייכט טאקע דורך רענקעד טשויס אווי ניו יארק סיטי.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

תגובה דורך בבקשה »

לגבי עלעסקע, עלעסקע איז אן אינטרעסאנטע סטעיט, ער גייט אנדערש ווי עקספקעקטעישענס גאר אפט. ווי עס שיינט, זענען דא דארט מער מענטשען וואס זענען מער אינדעפענדענט און ווייניגער פארטייעש.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:50 am
די קוק פאליטישע רעפארט איז אנגענומען צו זיין די בייבל פון פאליטישע אנאלעסיס. די רעפארט איז אבער היילי מיסליעדינג.

אין דעם אשכול וועט מען ברענגן עקזעמפלס פון רעיסעס ווי קוק טוט בכונה מיסלידען די עקספעקטעישענ'ס.
סתם פאר נייגעריגקייט, ביזט איינגעשריבן ביי עם? די זעהסט זיינע פילע רעפארטס? אפשר וועט ער ארויפברענגן א נקודה וואס די האסט נישט געטראכט פון?
דיסאנטוס 2024
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 10:54 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיסאנטוס 2024 »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:13 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:50 am
די קוק פאליטישע רעפארט איז אנגענומען צו זיין די בייבל פון פאליטישע אנאלעסיס. די רעפארט איז אבער היילי מיסליעדינג.

אין דעם אשכול וועט מען ברענגן עקזעמפלס פון רעיסעס ווי קוק טוט בכונה מיסלידען די עקספעקטעישענ'ס.
סתם פאר נייגעריגקייט, ביזט איינגעשריבן ביי עם? די זעהסט זיינע פילע רעפארטס? אפשר וועט ער ארויפברענגן א נקודה וואס די האסט נישט געטראכט פון?
עס איז פשוט וואו געשמיעסט דא אויפן אשכול.

אן אינקאמבענט וואס האט געוואונען מיט 10% הייבט אן ליען, שטייצעך אויב וועלן פאולס סודזשעסטן אז זי קען פארלירן וועט ער עס טוישן צו טאס-אפ.

אגב אין די ספעשאל עלעקשאן פון 2022 האט ער דאס געהאט ביי לייקלי רעפ און פעלטאלא (ד) האט געוואונען.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

דיסאנטוס 2024 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:45 pm

זי האט נישט געווינען מיט 10%, נאר נאך די נערישע רענקד טשויז סיסטעם האט זיך אזוי אויסגעשטעלט.

אין די ספעשל אלעקשאן איז עס טאקע געווען לייקלי רעפ, און די רעפובליקאנער האבן טאקע געווינען אין די ערשטע רונדע, אפילו אין אין די צווייטע רונדע האט זי קוים ארויסגעשלעפט א זיג!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:04 pm
נ. ב. דער פראבלעם אין אלאסקע - סיי פאר די רעפאבליקאנער און סיי פאר סענס - איז נישט באמת די רענקעד טשויס, דאס זייער סענסיבל, פונקט ווי ביי ניו יארק סיטי מעיאר, און איז אפשר ווען אפילו א העלפ פאר די אלאסקע רעפאבליקאנער אין נארמאלע אומשטענדן.

דער פראבלעם איז די פאני טאנדרע פריימערי סיסטעם, דאס איז וואס איז שולדיג אז עס איז געווען צוויי רעפאבליקאנער אין דעם דזשענערעל מיט קיינעם פון זיי נישט קומענדיג נאנט צו פעלטאלע אין קיין שום רונדע אין ביידע פארמעסטן. און דאס איז אויך שולדיג אין דעם אז מורקאווסקי האט געקענט זיין אויפן בעלאט אלס א רעפאבליקאנער נגד רצון רוב מנין ובנין אלאסקע רעפאבליקאנער.

אנשטאט מבטל זיין רענקעד טשויס פאר די אלגעמיינע וואלן,וואלטן די רעפאבליקאנער געדארפט ארבעטן צו טוישן דעם פריימערי סיסטעם צו נארמאלע פארטיזען פריימעריס, פילייכט טאקע דורך רענקעד טשויס אווי ניו יארק סיטי.
וויאזוי מאכסטו סענס פון רענקד טשויז? אסאך פויערן ווייסן אפילו נישט אז זיי דארפן אריינשרייבן א צווייטע טשויז! וואס איז שלעכטע מיט פשוטע דעמאקראטישע אלעקשאן'ס? די פריימעריס מאכט טאקע אויך נישט קיין סענס!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:13 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:50 am
די קוק פאליטישע רעפארט איז אנגענומען צו זיין די בייבל פון פאליטישע אנאלעסיס. די רעפארט איז אבער היילי מיסליעדינג.

אין דעם אשכול וועט מען ברענגן עקזעמפלס פון רעיסעס ווי קוק טוט בכונה מיסלידען די עקספעקטעישענ'ס.
סתם פאר נייגעריגקייט, ביזט איינגעשריבן ביי עם? די זעהסט זיינע פילע רעפארטס? אפשר וועט ער ארויפברענגן א נקודה וואס די האסט נישט געטראכט פון?
נייו! אדרבה אויב איינער איז אויפגעסיינט זאל עראהערברענגן! דא איז מען אבדזשעקטיו!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:13 am
דאן בעקאן פון ביידן פלאס 7 נעבראסקע 2 האט ער אויך אין ליען רעפאבליקאנער.

והשנית, דא האסטו מיט וואס עס איז אנדערש פון לאולער און עני אנדערע דיסטריקט אויף וואס מען קוקט, עס איז נישט געווען נאנט אין די ענדע.

(עם כל זה בין איך פארט מסופק אויב ליען איז דער ריכטיגער רעיטינג, אבער מיט היפש אנדערע רעיטינגס פון זיי האב איך גרעסערע פראבלעמען.)
האסט פארגעסן אז בעקאן איז א ריינאו?, ערענסט גערעדט, בעקאן'ס דיסטריקט האט טראמפ געווינען אין 2016, מיט ראמני, בוש (ראשון ושני) און באב דאול האבן עס אויך געווינען,

פעלטאלעס דיסטריקט האט נאך קיין איין דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט געווינען די דיסטריקט אין די לעצטע 60 יאר זינט לינדען דזשאנסען, עס איז א אמת'ע רעפובליקאנער דיסטריקט, ווען נישט רענקד טשויז וואלט עס טאסאפ אויך נישט געווען.

(אפילו קוק'ס אייגענע PVI אינדעקס, געט פאר פעלטאלע'ס דיסטריקט א R+8, און פאר בעקאן'ס דיסטריקט רעיטן זיי א טיי)

אגב, בעקאן'ס דיסטריקט איז געווארן רידיסטריקטעד די יאר, אבער די דעמאגראפיקס האבן זיך נישט געטוישט.
.
Screenshot 2024-05-16 205031.png
Screenshot 2024-05-16 205031.png (106.03 KiB) געזען 776 מאל
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:30 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:13 am
דאן בעקאן פון ביידן פלאס 7 נעבראסקע 2 האט ער אויך אין ליען רעפאבליקאנער.

והשנית, דא האסטו מיט וואס עס איז אנדערש פון לאולער און עני אנדערע דיסטריקט אויף וואס מען קוקט, עס איז נישט געווען נאנט אין די ענדע.

(עם כל זה בין איך פארט מסופק אויב ליען איז דער ריכטיגער רעיטינג, אבער מיט היפש אנדערע רעיטינגס פון זיי האב איך גרעסערע פראבלעמען.)
האסט פארגעסן אז בעקאן איז א ריינאו?, ערענסט גערעדט, בעקאן'ס דיסטריקט האט טראמפ געווינען אין 2016, מיט ראמני, בוש (ראשון ושני) און באב דאול האבן עס אויך געווינען,

פעלטאלעס דיסטריקט האט נאך קיין איין דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט געווינען די דיסטריקט אין די לעצטע 60 יאר זינט לינדען דזשאנסען, עס איז א אמת'ע רעפובליקאנער דיסטריקט, ווען נישט רענקד טשויז וואלט עס טאסאפ אויך נישט געווען.

(אפילו קוק'ס אייגענע PVI אינדעקס, געט פאר פעלטאלע'ס דיסטריקט א R+8, און פאר בעקאן'ס דיסטריקט רעיטן זיי א טיי)
נישט קיין חילוק צו דו גלייכסט עס אדער נישט, רענקד טשאוס בלייבט אין אלאסקע פאר כאטש די יאר און דערפאר איז עס ליען דעמאקרעט (נעמענדיג אין באטראכט אז מיט די סיסטעם האט זי געוואונען מיט 10% צוויי יאר צוריק)

און איבער אלאסקע'ס רויטקייט Jאסט אביסעלע קאנטעקסט דאס זענען די ריזאלטס די לעצטע צוואנציג יאר, די פעטטערן איז זייער קלאר
00' R +31
04' R +26
08' R +22
12' R +14
16' R +15
20' R +10
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:01 pm

וויאזוי מאכסטו סענס פון רענקד טשויז? אסאך פויערן ווייסן אפילו נישט אז זיי דארפן אריינשרייבן א צווייטע טשויז!1 וואס איז שלעכטע מיט פשוטע דעמאקראטישע אלעקשאן'ס2? די פריימעריס מאכט טאקע אויך נישט קיין סענס!
1) דער פויער דערלייגט נישט זיין ערשטע וואויט. און גראדע צייגן אנקעטעס אז דער עולם אין אלאסקע ווייסט פיין ווי אזוי דאס ארבעט. און אפילו אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי דאס ארבעט, האט יעדער איינער געוויסט אז ער קען שטימען פאר זיין סעקאנד און טירד טשויס און אזוי ווייטער. (נ. ב. אזוי האבן חסידי מהרי"י טאקע געהאלפן אריינברענגען זייער סעקאנד טשויס, עריק עדעמס.)

2) צוויי וועגן וואס עס איז שלעכט.

א) צום ביישפיל אויב דער רעפאבליקאנער האט 49, דער דעמאקראט 49.1, און דער ליבערטעריען האט 1.9, אבער זיינע שטיצער ווילן זיכער ענדערש דעם רעפאבליקאנער. (אין דזשארדזשיע איז דא פארדעם א ראנאף סיסטעם, רענקעד טשויס איז אן אינסטענט ראנאף און פיל מער עפישענט פאר יעדן איינעם.) דאס איז מער שייך ביי אלגעמיינע וואלן, אבער קען אויך געשען אין א טייטע טאפ טו העווי פריימערי.

ב) צום ביישפיל אז איינער געווינט א מאסן קאנדידאטן פריימערי, מיט 17-18%, וואס מאכט גאר ווייניג סענס, כבר הי' לעולמים, אין אסאך פלעצער ווערט עס טאקע פארראכטן דורך א ראנאף אויב קיינער מיעט נישט א געוויסע טרעשהאלד, וואס רענקעד טשויס איז מער עפישענט כנ"ל, ועוד, א ראנאף לאזט נאר דורך די טאפ טו, וואס קען זיין איינער מיט 18 א צווייטער מיט 17, און פושט ארויס דעם דריטן אפילו מיט 16.8 וואס קען זיין פיל מער מרוצה לקהל, און טייל מאל איז די פריימעריס באמת די לעצטע ווארט. דאס איז בעיקר שייך ביי פריימעריס, הגם אין אנדערע לענדער קען עס אויך געשען ביי די אלגעמיינע וואלן.

און די געהעריגע רענקעד טשויס סיסטעם, מיט פארטיזען פריימעריס, האט נישט באמת קיין איין חסרון.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:08 pm

סאיז נישט ממש א אינסטענט ראנאף, והא ראיה די מענטשן אין אלאסקע זענען צומישט. קלאר אז ווען עס איז ווען דא א ראנאף וואלטן די רעזולטאטן געווען אנדערש.

רענקד טשויז צומישט וויילער, און אסאך וויילער ווייסן בכלל נישט וויאזוי רענקד טשויז ארבעט.

בנוסף צו וואס עס איז בכלל נישט פראקטיש וויבאלד עס נעמט וואכן צו ציילן, און שאדט פאר די באגלייבטקייט פון די המון עם אין די אלעקשאן'ס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

עפעס ווייסעך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:22 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:30 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:13 am
דאן בעקאן פון ביידן פלאס 7 נעבראסקע 2 האט ער אויך אין ליען רעפאבליקאנער.

והשנית, דא האסטו מיט וואס עס איז אנדערש פון לאולער און עני אנדערע דיסטריקט אויף וואס מען קוקט, עס איז נישט געווען נאנט אין די ענדע.

(עם כל זה בין איך פארט מסופק אויב ליען איז דער ריכטיגער רעיטינג, אבער מיט היפש אנדערע רעיטינגס פון זיי האב איך גרעסערע פראבלעמען.)
האסט פארגעסן אז בעקאן איז א ריינאו?, ערענסט גערעדט, בעקאן'ס דיסטריקט האט טראמפ געווינען אין 2016, מיט ראמני, בוש (ראשון ושני) און באב דאול האבן עס אויך געווינען,

פעלטאלעס דיסטריקט האט נאך קיין איין דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט געווינען די דיסטריקט אין די לעצטע 60 יאר זינט לינדען דזשאנסען, עס איז א אמת'ע רעפובליקאנער דיסטריקט, ווען נישט רענקד טשויז וואלט עס טאסאפ אויך נישט געווען.

(אפילו קוק'ס אייגענע PVI אינדעקס, געט פאר פעלטאלע'ס דיסטריקט א R+8, און פאר בעקאן'ס דיסטריקט רעיטן זיי א טיי)
נישט קיין חילוק צו דו גלייכסט עס אדער נישט, רענקד טשאוס בלייבט אין אלאסקע פאר כאטש די יאר און דערפאר איז עס ליען דעמאקרעט (נעמענדיג אין באטראכט אז מיט די סיסטעם האט זי געוואונען מיט 10% צוויי יאר צוריק)

און איבער אלאסקע'ס רויטקייט Jאסט אביסעלע קאנטעקסט דאס זענען די ריזאלטס די לעצטע צוואנציג יאר, די פעטטערן איז זייער קלאר
00' R +31
04' R +26
08' R +22
12' R +14
16' R +15
20' R +10
מיט די סיסטעם האט זי געווינען 2 יאר צוריק מיט 10%, און עטליכע חדשים פארדעם האט זי געווינען מיט ממש גארנישט, מיט די סיסטעם איז די אלעקשאן'ס עכט נישט פרידיקטעבל (א טאס אפפ) פארגאנגענע צוויי מאל איז אויך געווען אנדערש אז סיי פעלין און סיי בעגיטש זענען געווען היבש פאפולער, דאס מאל איז ערווארטעט אז בעגיטש זאל אנצוען שוין היבש שטארק אין די ערשטע ראונד.

די איינציגסטע פאול וואס 538 האט אין די אלעקשאנ'ס שטעלט די רעיס טאקע ביי א טיי נאכן לעצטע ראונד.

.
Screenshot 2024-05-17 073517.png
Screenshot 2024-05-17 073517.png (136.22 KiB) געזען 281 מאל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קוק פאליטישע רעפארט - 2024 פעקט טשעק אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אריבער קיין קאליפארניע!

קאליפארניע 9 גייט זיין א ערענסטע רעיס!

די אינקאמבענט דזשאש הארדער (ד) גייט פעיסן קעווין לינקאלן (ר) די מעיאר פון סטאקטען (די גרעסטע סיטי אין די דיסטריקט).

הארדער האט געווינען די דיסטריטק אין 2022 מיט 9 פוינטס, אבער מיט לינקלאן'ס פאפולעריטעט אין די דיסטריקט (ער האט שטארק רעדוצירט קריים אין סטאקטאן), בנוסף צו די שיפט ביי די שווארצע המון עם מער צו די רויטע זייט, איז די רעיס ערווארטעט צו זיין גאר א שמאלע רעיס מיט ערענסטע שאנסן פאר לינקאלן צו געווינען.

א אנקעטע דורך NMB ריסערטש געט פאר לינקאלן א 4 פונקט אויבערהאנט איבער הארדער.

א ריכטיגע טאסס אפ אלעקשען, אדער מערסטנס ליען דעמאקראט.

קוק רעיט די אלעקשאן אלץ לייקלי דעמאקראט!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”