דראונס פאולאו סקול באסעס
כ'האב יעצט באקומען א מעסידזש פון מיין מענעדזשער אז לעצטנס פארן ארום דראונס וואס פאלוען סקול באסעס פון דער הייעך (דערווייל אין מאנסי) און שוין גיכאפט אסאך אומדערהערטע אום אחריות'דיגע עוולות וואס ווערן געטוהן ביי סקול באס (חיות) דרייווערס,די דראונס ווערן נישט געשיקט פון סתם ציווילע בירגער נאר דורך די הויעכע פענסטער,,,
אלס אליין א סקול באס דרייווערס בעהט איך אייך בכל לשון של בקשה, פירט אייך אויף ווי נארמאלע מענטשן, האלט נישט קיין טלפון בשעת'ן דרייוון, אויב גאר וויכטיג נאר אויף א בלויע ציינדל, און ענדיגט נישט קרבנות אינעם סידור ביים דרייוון, איך לאז נישט קינדער זיצן אויף די ערשטע זיץ אזוי וועל איך נישט ווערן גישטערט ווען מען זיצט מיר אויפן קאפ, פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אן עצה פאר א מוסד וואס פילט אהן די באס טא קעפעסעטי בלית ברירה, און הלוואי וועט מען אויך שיקן דראונס נאכצוקוקן די עוולות וואס קאר דרייווערס באגייען פאר סקול באסעס,
כ'וויל סתם ארויס ברענגען אזאך וואס א קאר דרייווער זאל פארשטיין ווען א באס שניידט אריין פארנט פון אייך און איך מיין 100 פראצענט אויסדריקלעך "נישט" צו בארעכטיגן דעם שניידער, אבער טראכט אריין אז עס איז כמעט במציאות נישט פארהאן אז א קאר דרייווער זאל אריין לאזן א באס פון א זייטיגע גאס און איך פארשטיי עס זייער גיט ווייל קיינער וויל נישט זיין אונטערן באס, אבער מיסטער קאר דרייווער טייערער, זייט וויסן אז אין א האלבע מינוט אראפ די גאס וועסטו סייווי זיין אונטער א באס ווייטער, איז זייט מוחל האט אביסל געדולד און פארשטענדעניש, און לייגט אראפ דעם פאון ווען איר דרייווט (מכת.......,,, אנטיסעמיט און א ראסיסט דער שרייבער, אבער הייליגע אמת, חלילה נישט ביי יודן נאר ביי די גוים) ס'איז נישט במציאות שבעולם אז איר ווייסט וואס גייט פאר אין אייער סאראונדינגס, און דער באס דרייווער איז א רוצח 56 מאל ווען ער רעדט אויפן פאון אדער דאוונט ביים דרייוון, כבין נישט אין הימל אבער כבין נייגעריג אויב דער רבוש"ע איז צופרידן מין אזא געדאווענעכץ,,,
פארט לשלום און קומט בשלום