צוויי יודען האבן זיך משדך געווען, די חתן וואוינט אויף ראדני צווישען בעדפארד און לי די כלה וואינט אויף היוז צווישען בעדפארד און לי, די חתונה גייט זיין אין 2 חדשים ארום, מען האט געטראפען א דירה אין די זעלבע בנין ווי די חתן וואוינט, וועט שפעטער זיין פראבלעמען?
הרב_שלוםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:31 pm
צוויי יודען האבן זיך משדך געווען, די חתן וואוינט אויף ראדני צווישען בעדפארד און לי די כלה וואינט אויף היוז צווישען בעדפארד און לי, די חתונה גייט זיין אין 2 חדשים ארום, מען האט געטראפען א דירה אין די זעלבע בנין ווי די חתן וואוינט, וועט שפעטער זיין פראבלעמען?
איך זע נישט א וועג בדרך הטבע די פרישע ווייבל זאך נישט פילן זייער אומבאקוועם. און אויך מצד די מאן פעלט פון די על כן יעזוב איש את אביו ואמו, ממילא פעלט פון די דבק באשתו. און מצד ביידע איז זיכער געזונטער פאר די שלום בית אז מלעבט מיט א דיסטענס פון די עלטערן. די ערשטע צייט זיכער.