געווען אמאל... היינט נאך אויך?
אין די אלטע מעשה-ביכלעך ליינען מיר איבער אינטרעסאנטע טיפ-מענטשן, א כאראקטער וואס דא אין אמעריקע אדער ארץ ישראל, צי אפילו אין אייראפע הערט מען נישט די לעצטע הונדערט יאר.
איז עס ווייל מיר זענען קאמערשעלייזד?
יעדער איז אין זעלבן סארט באקס?
די אמאליגע וועלט פון זיין יוניק, איז מער נישטא?
לאמיר זעהן וואס איז היינט נישטא, אבער אמאל (ליינען מיר) איז יא געווען.
1) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער פראסטע, פשוט'ע מענטשן, וועלכע האבן געווענליך געוואוינט אין עק שטאט. זיי האבן געהאט א נאמען פאר עמי הארצים, קענען קוים עברי. האבן קיינמאל קיין עליה נישט באקומען, קיינער האט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט. ערשט נאך זייער פטירה איז מען דערגאנגען אז דער קליין אויסגעדארט אידל איז גאר געווען א פארבארגענער צדיק, אפשר גאר פון די ל"ו צדיקים. געלערנט יומם ולילה ביינאכט אין שטוב ביי א ליכט - געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נאכט נאך נאכט, קיינער האט איבער זיין קדושה וטהרה, צדקות, פרושות, בכלל נישט געוואוסט ביז נאך זייער פטירה. - ערשט נאך זייער פטירה איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט זיי פשוט מבזה געווען מיט'ן מקבר זיין בבזיון.
– קענט איר אט אזא עמיצן פארבארגענעם צדיק נסתר וקדוש וטהור?- (ביטע - נישט ר' משה ניו יארקער, אדער שושני).
2) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער יונגע עילויים, וואס דאס גאנצע שטעטל האט גערוישט מיט זיי, פון ווען זיי זענען געווען גאר אינג. – ביי די 8 יאר האבן שוין געהאלטן א דרשה אין שטעטלישן בית המדרש, געשטאנען אויף א קעסטל און געזאגט א דרשה כזקן ורגל. ביי די בר מצוה זענען אלע לומדים פון שטאט ממש ארויס פון התפעלות פון דעם קליינעם גאונ'ס טיפע לומדות און פשט'לעך.
– קענט איר אט אזא עמיצן עילוי וואס די שטאט האט גע'שמט מיט אים ביי די 8 יאר און ביי זייער בר מצוה?
3) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער געפערליך קארגע-עשירים, וועלכע האבן נישט געוואלט עפענען דעם טייסטער פאר קיינעם. האבן געהאט א נאמען פון געמיינע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין רחמנות אויף די ארימע באפעלקערונג. ווען דער קמצן איז נפטר געווארן האט יעדער געזאגט: א כפרה פאר אים. א רשע וואס ער איז! נישט געוואלט העלפן זיינע ארימע ברידער, וואס האט ער יעצט פון זיין געלט? וועט מען אים באגראבן דערמיט? ביי זייער לויה האט קיינער נישט געוואלט גיין. ביז דער רב פון שטעטל האט געהייסן דעם שמש אויסקלאפן: מורי ורבותי: דער גרעסטער בעל צדקה אין שטאט איז נפטר געווארן, און יעדער זאל ארויסגיין אים געבן דעם כבוד אחרון. ערשט נאך זייער פטירה איז מען געוואויר געווארן אז זיי האבן גאר אויסגעהאלטן אלע ארימע אידן בסתר, געגעבן שווערע פארמעגנס דורך שליחים און קיינער קיינער האט נישט געוואוסט אז דער קארגער קמצן איז געווען דער גרויסער בעל צדקה, און קיינער אויף דעם עולם האט בכלל נישט געוואוסט אז ער גיט א פרוטה פאר צדקה.
– קענט איר אט אזא עמיצן קארגן עושר אדיר, וואס האט בחייו גארנישט געגעבן קיין צדקה. און מענטשן האבן אים בארעדט כל ימיו. ערשט לאחר פטירתו איז מען געוואויר געווארן אז ער האט וואך נאך וואך אויסגעהאלטן טויזענטער עניים ודלים א גאנצן לעבן אן קיינעמס וויסן. (ביטע נישט ווער ס'האט געגעבן געלט פאר מוסדות התורה שטלערהייט).
ביטע נאר אויפברענגען שבחים פון נפטרים וואס מ'איז געוואויר געווארן זייער אמת'ע כאראקטער, אונטער זייער שלייער וואס זיי האבן געטראגן כל ימי חייהם - נישט קיין לעבעדיגע מענטשן ביטע.