אויב קען עס טאקע טוישן מענטשן אין עולם המעשה, וואלט גוט געווען קהילות שטעלן דאס צו פאר ביליג פארן ציבור, צווישן 10 טויזענט חברי קהילה קען מען פון קלענערע סכומים צושטעלן פאר א בעל דרשן א געלונגענע זאך און די השפעה גייט פיל ווייטער בעז"ה.
ליטווישערהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:54 pm
אותות ומופתיםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:08 pm
לויט דעם וואלט די שידוכים ביי די יונגערע קינדער געדארפט אנקומען גרינגער / שנעלער / מיט בעסערע רעזולטאטן ווי די עלטערע. איז דאס טאקע אזוי?
יא
פשוט אזוי, ווייל מ'קוקט אויף די פריערדיגע מחותנים, און מ'טראגט אן more less מענין לענין. משא"כ ביי ערשטע קינדער, נישט דו און נישט די שדכן ווייסט וואספארא סארט כאפט דיך, און מ'טראגט אן ימין ושמאל.
אויב קען עס טאקע טוישן מענטשן אין עולם המעשה, וואלט גוט געווען קהילות שטעלן דאס צו פאר ביליג פארן ציבור, צווישן 10 טויזענט חברי קהילה קען מען פון קלענערע סכומים צושטעלן פאר א בעל דרשן א געלונגענע זאך און די השפעה גייט פיל ווייטער בעז"ה.
טאמער די קהלה וואלט עס געמאכט וואלט עס גארנישט געהאלפן
די רגע וואס א מענטש באצאלט איז ער שוין אליינס משועבד וועט ער טוען שידוכים צי ווייזן אז עס האט געהאלפן