יא, איך געדענק נאך ווי אזוי ס'האט זיך געשפירט אלס בחור, "ובפרט אלס אינגערמאן אן א קאר"
און כ'פרוביר רוב מאל (אפגערעדט פון ווען איך האב א עקסטערע פאר מינוט) צוצוטראגן ביז'ן טיר, פאר מיין אייגענע הנאה אז איך טו שוין עפעס זאל עס זיין בשלימות
איך געב ווען איך קען, אין ווען איך קען נישט זאג איך ניין, אפילו ס'איז מיר בטבע שווער צו זאגן ניין, ווייס איך אבער אז איך מוז עס טון פשוט ווייל איך וויל קענען ווייטער טיילן היטשעס.
איך האב זיך אלץ צוגעזאגט אז איך וועל געבן היטשעס, און אפי’ אפערן פאר מענטשן, ווייל איך קיינמאל געבעטן אפגעזען די וועטער, און געהאפט אז איינער וועט זיך אפשטעלן...
די ערשטע פאר יאר האב איך געגעבן היטשעס פאר יעעעדעם, די ערשטע איז געווען די טאג וואס איך האב געפעסט די ראוד טעסט. איך האב זיך אנגעזאמלט מיט א בינטעלע מעשיות, טאקע ווייל איך האב אריינגענימען אלע מיני זאכן- כ’מיין מענטשן אין קאר. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארגעסן.. און ס’איז פשוט געווארן א געוואוינהייט צו ”נישט באמערקן” אז איינער בעט זיך.
יעדע שטיק צייט הייבט מען אן מיט א פרישקייט, און האפענטליך פון היינט און ווייטער נאכאמאל בל”נ
ליטווישערהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 17, 2024 2:13 pm
shimon7323האט געשריבן:↑פרייטאג מאי 17, 2024 1:49 am
נישט יעדער קען אפזאגן א צוויטע אפילו מען זיצט ביים רעדל.
אפשר לערנסטו זיך אויס צו זיין א נארמאלע מענטש און יא קענען אפזאגן? דו פארלירסט צוליב דעם א דאורייתא פון חסד
טשעק נעקסטע חודש אויב איך בין שוין געווארן נארמאל, אויב געסטו א צישטומונג אז יא וועל דארפן פרובירן אויב איך קען שוין געבן. הגם וואס איך טוה האב איך שוין עקסטער געשריבן.
איך געב היטשעס ווען איך קען, אסאך מאל וועל איך מאכן אן אומוועג צו א פלאץ ווי מענטשן שטייען פאר א היטש, אדער צו צוטראגן איינעם צו זיין דעסטינאציע. אבער ווען איינער "בעט" צו צוטראגן וועל איך עס עפ"י רוב נישט טוען, די מענטשן רעגן מיר פשוט אויף.