Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?
נאר ווען איך בין רוהיג....
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אקעי גוט צי וויסן פאר נעקס טיים
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
איך זיץ מיר אזוי אין אפיס אנגעצויגן ווי א מאנקי, 3 ארבעטערס זענען נישט אריינגעקומען היינט, יעדער מיט זיין תירוץ, איך מיין איך גיי זיי אלע פייערען, כ'דארף נישט אזעלכע ארבעטערס, איך דארף יעצט ארבעטן מיין אייגענע ארבעט פלאס די ארבעט פון די אנדערע דריי, כ'האלט עס נישט אויס, כ'האב נישט קיין געדולד.
מיין כלי גיבט זיך א צודריזל, יא? ווער מאכט שוין יעצט משוגע? אה משה חיים שיקט מיר א טעקסט:
With gratitude to hashem I’d like to invite you to my yingela baby’s vochnocht that will take place tom IYH @BinyenBrach in williamsburg
וואס מיינט ער טאקע? איך גיי קומען צו קריכן ביז וויליאמבורג פאר א וואכנאכט פון א 5'טע אינגל?
כ'גיי נישט! נעקסט!
פארשטייסט אבער אז א טאג שפעטער באקום איך נאך א מעסעדזש:
Reminder!! Tonight IYH!!
יוש וואס וויל ער פון מיר??? כ'גיי נישט קיין וויליאמס פאר א וואכנאכט, דו הערסט נישט? דו פארשטייסט נישט??
========
מה עשה הקב"ה? איך קום אהיים יענע נאכט און בטעות איז מיר אלעס געגאנגען גאנץ פיין, מיין ווייב האט פאר א טשעינדש נישט געמאכט קיין שניצל און די קינדער האבן מיר נישט פארדרייט א קאפ, איך ענדיג מיין נאכטמאל און כ'גיי לערנען, מיין חברותא האט מיר היינט פונקט נישט געקראכן אויף די נערווען, איך ענדיג לערנען, איך בין אין א גוטע גיסטע, איך טראכט ווייסט וואס? וואלט נישט געווען קיין שלעכטע פלאן צו פארן יעצט קיין וויליאמסבורג צום וואכנאכט, סוף כל סוף בין איך דאך גוט מיט משה חיים'ן.
געגאנגען, איך שפאן איין דעם פערד און וואגן, און מ'לאזט זיך ארויס אויפן יארכע (אזוי ספעלט מען עס? כ'האב נישט קיין אנונג)
איך בין געווען אין א א שטיקל האלי מאוד האביך מחליט געווען אז איך גיי אנצונדען דעם FAVOR.IT עפפ (פוי!) און זעהן אויב איינער וויל זיך מיט מיר מיטכטאפן, העמיר שוין אריינכאפן נאך מצוות אויפן וועג.
למעשה האט זיך פונקט יענע פאר מינוט קיינער נישט געמאלדן אבער ווען איך פאר אריבער דעם היטש פלאץ איך זעה 5 אידן שטיין דארט, נערמאל טראכט איך, האלוי כאפ דעם באס פאר 3.25 (די פרייז האלט נאך דא?) אויב נישט נעמטס א קאר סערוויס בשותפות ס'וועט קאסטן פאר יעדעם נישט מער ווי אפאר אללאר און לאזטס מיך אפ.
אבער יעצט אין די האלי מאוד טראכט איך נישט אזוי בכלל, אדרבא, זאל יעדער קומען.
איך שטעל מיך אפ און פלוצלונג די אלע נעמען זיך איבער דעם קאר, מ'רוקט זיצן, מ'שטיפט, איינער עפענט דעם טראנק האלוי האסט געפרעגט פארדעם?? אקעי פארגעט איט ס'גוט.
"וואו גייט מען??" פרעג איך זיי, "איך גיי קיין בנין בראך, איך קען מאכן קליינע אומוועגן, איך האב אבער נישט קיין חשק ארומצופארן גאנץ וויליאמס."
בקיצור, אלע פון זיי האבן מיר געזאגט אז זיי גייען מער ווייניגער אראפ אין מיין געגענט, נו אויב אזוי איז דאך גוט.
מ'לאזט זיך ארויס קיין וויליאמס, די וועגן זענען געווען גאנץ אקעי, מ'קומט אן דארט אין וויליאמס דארט ביי פלאשינג, און איינער בעט אראפצוגיין, אפאר גאסן ווייטער נאך איינער און נאך איינער און אזוי צוביסלעך זענען רוב חברה אראפגעגאנגען.
איינער מורמעלט מיר אריין אין אויער, ווען גייט איר צוריק? איך קען מיטקומען? איך קען האבן אייער נומבער? עכט האב איך נישט קיין געדולד צו האבן לחץ פון איינעם פאר די וועג צוריק אבער אז א איד בעט, האב איך אים געגעבן מיין נומבער.
איך קום אן צו בנין בראך, הודו לשם געטראפן פארקינג און דא הער איך א קול פון די בעק "בבביז וואו גייט איר?"
ס'מיר ביטער, "עם אם איך גיי דא, איך גיי צו בנין בראך"
"אקעי איך וועל שוין וואקן" האט ער מיר געגעבן אזא סטראשע
ביז וואו דארפסטו גיין?
"ראטלידזש און מארסי"
"וואו קומט עס אויס? לאמיך זעהן די ג'י פי עס"
6" מינוט, אקעי כ'וועל דיר נעמען"
דא האט זיך אנגהויבן די "ניין ס'גוט" ווערטל פון ביידע זייטן און פארשטייט זיך איך טרעף מיך פארן קיין ראטלידזש (אגב די גאסן נעמען דא אין וויליאמס, גיי פארשטיי, ביי אונז אין בארא פארק פארט אלעס מער ווייניגער מיט די נומבערס, די נעמען אין וויליאמס איז דאך אזא מין צומישעניש, עניוועי)
איך לייג אראפ דעם איד, איך פאר צוריק צו בנין בראך, עפעס א מעין גאס איז פארשפארט, הצלה איז דארט, דארף איך פארן נאך צוויי גאסן, און איבעריג צו זאגן אז פארקינג איז שוין נישט געווען, איך פארק 3 גאסן אוועק פונעם וואכנאכט און איך זעה אז דאס אומוועג האט מיר געקאסט 16 מינוט אויפן זייגער.
איך קום אריין צום וואכנאכט, דער בעל שמחה משה חיים נעמט מיר שיין אויף "פון בארא פארק??" ניין דאמי, פון ראטלידזש!
איך בייג ארויף מיין רעקל זיך אראפצוזעצן, די רגע איך זיץ, אופס! די טעלעפאון צוקלינגט זיך!
"האלאוי, איר פארט שוין צוריק? איך בין שוין גרייט."
"נאכנישט, גיבטס מיר נאך א פאר מינוט."
נערמאלערהייט וואלט איך געזאגט פאר יענעם זייטס מיר און האטס מיר, אבער אזוי ווי זיין בארד איז שוין אינגאנצן ווייס האב איך דאס נישט געקענט טון.
ער רופט שוין ווייטער,
"יא יא איך בין גרייט אין 2 מינוט." זאג איך אים.
מ'קומט אן צום קאר, ער איז מלא שמחה, די נאכט האט זיך פיין אויסגעארבעט ב"ה.
מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג אהיים קיין בארא פארק, ס'געוען גאנץ רואיג אבער נאר פאר 2 מינוט.
דער יעניגערס טעלעפאון צוקלינגט זיך און פון דארט האב איך שוין געהערט דרשות ביזן וועג אהיים,
איך פרעג אים, וואו דארפט איר גיין, און יא, ס'נאכאמאל געשען!! ער דארף גיין די אנדערע זייט שטאט, ער זאגט איר דארפט זיך נישט מטריח זיין… יא יא…
למעשה בין איך ברוך השם אהיימגעקומען און פון איין זייט זיך גערעגט אויף די אלע אומוועגן און זיך כמעט צוגעזאגט אז דאס איז עס מיט היטשעס אבער פון די אנדערע זייט האביך זיך געפרייט אז כ'האב געקענט טון חסד און כ'האף אז מיט מיינע מחשבות פון זיך רעגן האביך נישט פארלוירן מיין שכר.
דא האסטו מעשיותבלוט בלבול האט געשריבן: ↑ מוצ"ש מאי 18, 2024 10:57 pmכ'געב ממש רוב מאל, כ'געדענק נאך וואס מיינט ווארטן פאר א היטש.
כ'בין גראדע נייגעריג וואס די אלע "מעשיות" זענען וואס מענטשן געבן אן אלס סיבה נישט צו געבן היטשעס.
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אז אויב דיהאסט נישט רחמנות אויפן דרייווער פארוואס זאל דער דרייווער רחמנות האבן אויף דיר
,מסכת סנהדרין דף מב עמוד א
וואס די געדאנק פון נישט צופירן ?
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אסאך היטש געבערס זענען געווארן אויסגעברענט ווען דער היטשער האט "טראג מיך נאר אפ ממש אביסל אראפ וואלאבאוט" און עס האט געקאסט עקסטערע 20 מינוט.