1) מזל טוב א שידוך געשלאסן, און ביי דעם לחיים האט זיך ברכות געגאסן, שוין פון פאראויס אויסגענומען, און ביידע זייטן צושטומען, א וויכטיגע ענין אין קבלת שבת,
1) מ'וועט דעם שבת פרי מקבל זיין, צינדען ליכט נישט אינעם זמן אריין, כאטש פיפצען מיניט לאנג, ביפאר עס קלינגט די שבת קלאנג, וועט זי צינדען לעכט מיט התלהבות,
2) און די ערשטע וואך די נאכט טוט שוין צופאלן, מיט די לעצטע הכנות צום שבת זיך איילן, זי לויפט נאך די לעצטע מיניט לכ''ש כאפן א שויער, אבער ביים ארויסקומען זעהט זי מיט באדויער,
2) זי קוקט זי גלייבט נישט וואס קומט דא פאר, עפעס שטומט נישט, זאכן זענען נישט קלאר, זי באטראכט דעם שבת טיש, צו זעה איך עכט, עס ברענט שוין אויפן טיש די שבת לעכט,
3) ביים סעודה'ס שבת זי איז אינגאנצען צושטאכן, די מחתנס'טע זעהט און פרעגט, וואס ביסטו צובראכן, זי ענטפערט מיט א שטיל קול, וואס זאגן דיר איך זאל, איך ווייס נישט צו מיר זענען א גוטע שידוך געפלעכט,
3) מיר האבן טאקע צוזאמען א קבלה געמאכט, צו צינדען פרי לעכט נאך פאר עס ווערט נאכט, אזוי פיל קען ער נישט פארשטיין, אז אויב האב איך נישט געטוהן פרי זיין, וועל איך צינדען די וואך אביסל שפעטער די לעכט,
2) די גאנצע זאל ביים שבע ברכות איז איבער געדרייט, צו מסביר זיין קיינער פארשטייט, צום ערשטן מאל צינדען נרות שבת האט זי געווארט, איר לאזן צינדען וואס האט איהם געארט,
2) אבער דער חתן שנעל כאפט זיך פונעם טעות, מסביר זיין וועל איך דא-עס, איך דערמאן זיך יעצט ציריק, ווען-איך, שטיי ביים לייכטער די קנויטן אפברען-איך,
2) ווען אינמיטן מיין טאטע ביים טיר ערשיינט, שוין צו גיין אין שוהל, איך האב גארנישט געמיינט, מיט מיין טאטע געקומען אין שוהל דא'ווענען, פארגעסן און געלאזט די לעכטלעך ברענען,
3) יעצט פארשטיי איך שוין, טוט די כלה זאגן, א שאד געוועהן די גאנצע פלאגן און קלאגן, ווען איך טראכט וועהן פון פריער, צו דן לכף זכות זיין דיר, וואלט די צימישעניש נישט געשעהן,
3) טייערע ברידער א לימוד פון די מעשה נעם, זיי דן לכף זכות נישט קיין חילוק וועם, פאר די טוסט ציריק א אקט, וואטש! סקען זיין געוואגט, די גוטע זייט פון יענעם פרוביר צו זעהן,
2) ווי עס שטייט הוי דן את כל האדם, לכף זכות אויף א וועג א גראדעם, ווי סאך שענער דער וועלט וואלט געוועהן געוויס, ווען מ'איז יעדעם נאר דן לכף זכות,
2) סקען זיין אז ס'מאכט נישט קיין סענס, אבער אפשר דאך, נעם נישט קיין טשענס, נישט קיין חילוק צו דער עמך איד, דער רב אדער דער שמש, זיין כוונה לטובה מסתם-איז.
מיין חברותא שוין אין כולל ער ווארט, ווען איך קום שפעט איהם ס'ארט, איך אין מיין קליינע דירה'לע זיץ פארשפארט, בשעת מיין חבר פון ישיבה, אין ביזנעס שוין גאלד ער שארט, קיין געלט מער, שוין אויסגענוצט די באס קארד, דער וועג צום בהמ''ד לאנגשטרעקיג און הארט,
קריכן די בערג אין אפסטעיט איז נישט גרינג, איך דאנק אבער דעם באשעפער אז איך בין נאך יונג, מיין וועג צום בהמ''ד שנעל איך שפרינג, פלוצלונג א קאר פליט דורך ווי אן אויגן בלינג, אה! דאס איז מיין חבר, א קאר געגעבן א דינג, וואס פליסטו מיר דורך? קומט מיר אויפן צונג, אבער ער איז שוין שנעל פארביי, די צער איך שלונג,
יעדן טאג איך שטיי אוף פרי, צו גיין אין ישיבה איך יאג זיך צו, אבער אן עקסטער קאפוויי פארמאגן איך טו, איך דארף פארן פון בארא פארק צו ווילי, ביים היטש פלאץ איך שטיי ואיננו, קיינער שטעלט זיך אפ, נאר געבט א פלי,
די זעהסט מיר ביים באס סטאפ, געמיר נישט א קלאפ, נאר א מצוה'לע כאפ, שטעל דיך אפ געב א פאאאאפ, איינער אפשר קיין וויליאמסבורג וויל געבן א האפ?
איש אלוקים קדוש הוא, התנא הקדוש ר' שמעון בר יוחאי, יכול לפטור העולם נאך דערצו,
די הייליגע תנאים ר' יודא ר' יוסי און ר' שמעון, זענען זיך אין בהמ''ד צוזאם געקומען, אין די טיפע ימים של תורה געשווימען, פתח ר' יודא, ער האט דאס ווארט גענומען,
כמה נאים ווי שיין זענען די רומיים'ס זאכן, גוטע שווקים האבן זיי געטון מאכן, בריקן פון איין פלאץ צום צווייטן דערגרייכן, מרחצאות האבן זיי געמאכט הערליך און רייכן,
ר' יוסי איז געזיצן א שטילן, ר' שמעון טוט דעם שטולקייט אנפילן, און זאגט, די רומיים טוען עס פון זייער אייגענע ווילן, פשוט די אייגענע תאות צו ערפילן,
דאס האט ר' יודא בן גרים פאר א חבר געטון פארציילן, נישט בדווקא איז די שמועה געפארן מיילן, צום מלכות אויערן האט זיך עס געטון איילן, נגזר גזרה פאר ר' שמען מיתה ל''ע צו טיילן,
איז ר' שמען בר יוחאי מיט אלעזר זיין זוהן, אנטלאפן פון דער היים מורא געהאט פונעם דין, אין בית המדרש באהאלטן האבן זיי זיך געטון, די ווייב האט געברענגט צו זיי עסן יעדן טאג אהין,
ר' שמען האט אבער געהאט א טוב עין, און געזאגט אז נשים דעתן קלה עליהן, די רומיים, זייער גוט זיי דאס פארשטייען, צווינגען די ווייב זאל אויס זאגן זיי גייען, ווי איך מיט אלעזר טוען זיך דרייען,
ממילא לאמיר אונזער באהעלטעניש שנעל בייטן, אוועק גיין פון דא צו א אנדערע פלאץ איך גיי-טון, איז ר' שמעון מיט זיין זוהן געגאנגען צו א באהעלטעניש א צווייטן, כדי די רומיים זאלן זיי חס ושלום נישט קענען וויי-טון,
האבן זיי זיך אין א מערה א הייל געטון באזעסן, און סאיז געשעהן מיט זיי א גרויסע נס-אין, פארנט פונעם הייל א באקסער בוים געוואקסן צו עסן, און פון א קוואל האט הקב''ה אויך נישט געטן פארגעסן,
זיי זענען געזיצן א גאנצען טאג אין די זאמד, אזוי זענען זיי געזיצן צוועלעף יאר און געלערנט באטעמ'ט, אתא אליהו וקם אפיתחא דמערתא און אויס גערופן, ווער קען זאגן פאר ר' שמעון אז דער קעניג איז אראפ פון אמט?
ר' שמעון מיט זיין זוהן ר' אלעזר האבן געטון באשטומען, אז זיי וועלן יעצט נאך צוועלעף יאר פון מערה ארויס קומען,
איז ארויס פון הימל א בת קול, להחריב עולמי איז געוועהן ענקער גאול? צוריק אין מערה ר' שמעון שוין גיין ער זאל, זענען זיי צוריק אינעם מערה אריין אינעם חול,
נאך צוועלעף חדשים פונעם טאג יענעם, האט ר' שמעון געמאכט א חשבון פון די משפט בגיהנום,
איז א בת קול פון הימל ארויס, עטס קענטס שוין צוריק גיין צו ענקער הויז,
און דעמאלטס וואס זיי האבן נאר געזעהן, מיט א גוטע אויג דן געוועהן,
שמע ר' פנחס בן יאיר אז זיי טוען זיך שוין נישט באהאלטן, איז ער געקומען זיין איידעם זעהן א שלום עליכם ערהאלטן, ווען ער האט געזעהן אויף ר' שמעון'ס גוף שפאלטן,
אמר לו אוי לי שראיתנו בכך, איך דיין שווער, זעה דיך אזוי שוואך, אין פון זיין אויגן פאלט א טרער, די טרער איז געפאלן אויף ר' שמעון'ס ווייען, און פאר ווייטאג האט ער געטון שרייען,