חכמה!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בס״ד.




ס׳איז ידוע די קשיות העולם..
דאס איז קלאר אז חכמה איז א טייערערער ארטיקל ווי עשירות, איז פארוואס איז עס אז די חכם וויל זיין רייך און האבן אסאך געלט, משא״כ די גביר לויפט נישט נאך די חכם?
די תירץ איז ידוע, אז די חכם ווייסט וואס חכמה איז ער ליגט אין זיין חכמה און ער איז אינטרעסירט אין עס, נאר ער וויל ״אויך״ האבן כסף, משא״כ די גביר האט נישט קיין מושג וואס די אפטייטש פון חכמה איז, און ער ווייסט ניטאמאל עס נאכצולויפן.

פשט איז מען דארף זיין אינטרעסירט אין חכמה און האבן די שכל עס צו נאכלויפן.

ס׳איז ידוע דברי הרמב״ם, אז א חכם איז איינער וואס ס׳אינטרעסירט אים חכמה, און לאו דווקא איינער מיט שכל.





מענטשן עפרישיעיט״ן נישט גענוג וואס דאס מיינט כאפן א נייער דערהער פארשטיין א נייער קאנצעפט, מען לערענט א חסידישער ספר, און באוםםם א נייער געדאנק האט דערגרייכט דיין שכל, ״די ווייסט אז דאס איז ווערט כל הון דעלמא! די ביסט א נייער מענטש!״ דיין געדאנקן גאנג האט דערגרייכט נאך א פונקט!״

ווען א מענטש פארשטייט די חשיבות פון א נייער דערהער און קאנצעפט, קען אים עס מאכן גאר גליקליך! מען דארף נישט האבן געלט פאר דעם! ס׳איז נישט לימיטי״ד צו א געוויסער זמן! ס׳איז אייביג עוועילעבע״ל פאר דיר!

יעדער אויף זיין מדריגה אין הבנה!





עפרישיעי״ט דיין שכל!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאפ !!! גוט געזאגט!!!
וואס איז די לשון הרמב״ם וואס די ברענגסט דא אראפ ?
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:37 am
יאפ !!! גוט געזאגט!!!
וואס איז די לשון הרמב״ם וואס די ברענגסט דא אראפ ?
איך געדענק נישט די פינקליכער לשון הרמב״ם. כ׳וועל עס אפירזוכן און אהערברענגן.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

געוואלדיג! און די קאנצעפט פון חכמה איז אוודאי נישט לימיטעד צו בלויז ספרי חסידות.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:42 am
געוואלדיג! און די קאנצעפט פון חכמה איז אוודאי נישט לימיטעד צו בלויז ספרי חסידות.
100% גערעכט!

עס גענוצט פאר א משל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
סם החיים
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:18 pm

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סם החיים »

שטארק!
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:42 am
געוואלדיג! און די קאנצעפט פון חכמה איז אוודאי נישט לימיטעד צו בלויז ספרי חסידות.
די אמת איז אז וויבאלד ס'איז ערב שבת, און מ'האט דעמאנט דער רמב"ם, דארף מען וויסן אז שיטת הרמב"ם (בסימן ש"ז) איז אז שבת טאר מען נישט לערנען אין ספרי חכמות, נאר בלויז דברי תורה, ואתי שפיר אז מ'האט אנגעכאפט ספרי חסידות דייקא (און ס'איז נישט נוגע פאר אונז וואס דער רמב"ם אליין וואלט געהאלטן בנוגע ספרי חסידות, צו וועלכע קאטאגאריע עס געהער, די עיקר איז אז להלכה נעמט מען אן אז ס'איז דברי תורה).
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיינע געדאנק!

און מזל טוב צו דער ואת האלף.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: חכמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

משה יצחקי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:35 am
בס״ד.

מענטשן עפרישיעיט״ן נישט גענוג וואס דאס מיינט כאפן א נייער דערהער פארשטיין א נייער קאנצעפט, מען לערענט א חסידישער ספר, און באוםםם א נייער געדאנק האט דערגרייכט דיין שכל, ״די ווייסט אז דאס איז ווערט כל הון דעלמא! די ביסט א נייער מענטש!״ דיין געדאנקן גאנג האט דערגרייכט נאך א פונקט!״
Wow ש'כח א נייע געדאנק האט דערגרייכט מיין שכל..
.Hey there! I am using Ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”