זייער פיין. דארף מען שטעלן קלאר אין קורצן די טיפס.
1. קויף ארויס פון שטאט. 2. נעם א 97% מארגעדזש.
מיט די געלט וואס מ'ווארפט ארויס ביים חתונה בין איך 100% מיט דיר, נאר איך ווייס נישט אויב די צדקה געבערס ווילן געבן פאר א דאון פעימענט. סוף סוף איז עס נישט איינגעפירט דא משא"כ אמאליגע צייטן אין א"י.
זייער פיין. דארף מען שטעלן קלאר אין קורצן די טיפס.
1. קויף ארויס פון שטאט. 2. נעם א 97% מארגעדזש.
מיט די געלט וואס מ'ווארפט ארויס ביים חתונה בין איך 100% מיט דיר, נאר איך ווייס נישט אויב די צדקה געבערס ווילן געבן פאר א דאון פעימענט. סוף סוף איז עס נישט איינגעפירט דא משא"כ אמאליגע צייטן אין א"י.
איך רעד פון און שטאט וואס איז מער זעכער, קען אבער זיין אינדרויסן אויך, אבער דאס איז נישט וואס איך רעד,
יעדע דאלער וואס איר פארמאגט אין באנק פאלט די ווערט דערפון א געווענליכע יאר מיט ארום 3%
אלגעמיינע 'געזונטע' אינפלאציע איז דריי פראצענט, דאס וויל יעדע רעגירונג עס זאל זיין, ווייל דאס שטופט די עקענאמיע פאראויס, אויב זאל ווען זיין 'דע'פלאציע גייט די עקענאמיע קומען צו אן אפשטעל, ווייל יעדער וועט מאכן די חשבון פארוואס זאל איך קויפן היינט, מארגן וועט עס זיין ביליגער, משא"כ מיט א קליינע אינפלאציע יאגט זיך יעדער צו קויפן ווילאנג עס איז נאך ביליג, ווי אויך קען אן ארבעטער באקומען א רעיז און עס וועט נישט קאסטן צופיל פארן בעה"ב.
לסיכום, אויב האט איינער 100 אלפים אין באנק, נאך א יאר וואס עס ליגט דארט איז עס מיט דריי פראצענט ווייניגער ווערט, און מיט די יעצטיגע אינפלאציע נאך אסאך מער.
די איינציגסטע מארקעט וואס די פרייזן זענען נישט געשפרינגען צוליב אינפלאציע איז די האוזינג מארקעט - און דאס איז צוליב די אינטרעסט רעיט, די רגע די ראטע ווערט געשניטן פארן די פרייזן ארויף - פשוט צוליב די אינפלאציע.
ס'מיר אינטערעסאנט צו זעהן ווי ס'טוצעך דא כאילו א ויכוח לכאן ולכאן, איז אזוי:
ביז נישט לאנג צירוק, בין איך ממש געווען איבערצייגט אויף די זייט פון@פילינגס, כ'פלעג ממש נישט קענען פארשטיין די צווייטע צד, כ'פלעג זיי אנקוקן ווי בטלנים... אבער, היינט ווייס איך שוין אביסל מער..
והנה,
איך, האב בערך א יאר נאך די חתונה אריינגעטאנצן אין מיין ערשטע אינוועסמענט פראפערטי, אראפלייגנדיג 120K.
70K האב איך געהאט אנגעסעיווט,(אה, אונז האבן געלעבט אביסל שפארעדיג, און פארשטייצעך נישט געפארן האני-מאן אראפ-פלאשנדיג 15 טויזנט דאלער, אזוי ווי אסאך פון מיינע חברים), 50K האב איך געבארגט אויף אפצוצאלן ביז 2 יאר.
ב"ה ס'מער ווייניגער געפארן כשורה, גלייך פארדינגען, די טענענט האט געצאלט רענט, איך האב געצאלט מארגעדזש, און געקענט אנפאנגען ציבילעך אפצאלן מיין הלוואה.
א שטיק צייט שפעטער, איז מיר בס"ד אינטערגעקומען א געוויסע ארבעט'ס געלעגנהייט (א צייטווייליגע), וואס נארמאלערהייט, לויט מיין דעמאלסדעגער שטאנד, וואלט איך דאס קיינמאל נישט אנגענומען, אבער היות איך האב מיך ארימגעדרייט מיט א חוב פון 50K וואס איך האב וואס שנעלער געקענט באשטיין צי פטור ווערן דערפין, האב איך מיך אריינגעווארפן דערין, און ב"ה ס'בכלל נישט גרינג געווען, אבער כ'האב מצליח געווען אפציצאלן די גאנצע חוב + רווח.
האבנ'דיג אפגעצאלט די גאנצע חוב, האב איך שוין געהאט א גוטע קרעדיט צו קענען בארגן נאכאמאל...
האב איך בערך א יאר שפעטער נאכאמאל אריינגעטאנצן אין אזא מין געשעפט, אבער יעצט איז עס שוין עפעס נישט געגאנגען אזוי געשמירט... ס' מיר אינטערגעקומען איין הוצאה נאכן צווייטן, מיט אסאאך עגמ"נ, למעשה האט מיר דאס אפגעקאסט אזא 20K דאלער מער ווי גערעכנט, און כ'האב געדארפט ציבארגן נאך א טויזנטער און נאך א טויזנטער, איך האב געהאט אפאר חדשים וואס כ'האב ממש נישט געהאט קיין פרוטה לפורטה, אבער... גם זה עבר.
בס"ד, מיט די צייט האבן זיך זאכן געסעטלט, די מלווים האבן מסכים געווען צו ווארטן אביסל, די רענט פון מיין ערשטע הויז איז ארויף מיט א שיינע סכום, און אזוי, היינט בין איך שוין אריין אין נאך אזאך.
און איך וויל באטאונען: איך בין "נישט" קיין גרויסער פארדינער, און איך וואוין כעת אין ברוקלין, אן קיין סעקשן 8 אדער פ"ס, און איך לעב מער שפארזאם ווי רוב פון מיינע ארומיגע, און מיין פרנסה האט בכלל נישט קיין שייכות צו ריעל עסטעיט.
ממילא, תכלית היוצא לענ"ד איז:
עס איז זייער גוט און וויכטיג צו אינוועסטן אין ריעל עסטעיט ווען מען איז יונג, און כדאי די זאלסט קענען אינוועסטן, מוז מען אריינטאנצן! אבער, רעד זיך נישט איין אז ס'איז אזוי גרינג און גלאנציג, עס איז א ערנסטע און גרויסער אחרויות, און מען קען דארפן גוט גוט שוויצן. אין קורצן: מען דארף האבן פלייצעס!
נאר וואס דען? אז די ווילסט טאהן השטדלות, אויף צי קענען קויפן א דירה, און צי קענען חתונה מאכן די קינדער, איז דאס איינע פון די מהלכים. בזיעת אפיך תאכל לחם.
פאקט א' מיין ערשטע הויז האב איך געקויפט פאר 500 טויזענט דאללער מיט אינטער 50 טויזענט דאללער שוין היינט ווערט מער מיט כאטש 3 מאות
פאקט ב' ווען איך זאל ווען קויפן גלייך נאך מיין חתונה א הויז פאר 500 טויזענט דאלער וואלט איך שוין געווען אין מיין פיינעל גרויסע הויז (וואס יעצט בין איך נאכנישט) אין שוין געקענט אראפ לייגן א פרישע דאון פעימענט
פאקט ג' מיט דעם וואס איר קויפט א הויז, ערמעגליכט איר אויך (אויב זאלט איר ברויכן) צו חתונה מאכן אייערע קינדער בדרך כבוד אין אויס לעבן אייערע יארן בדרך כבוד
@פילינגס
כ'מיין קיינער איז נישט מחולק מיט די פאקטן, ממילא איז דאס נישט אפליקיבעל..
אבער ווען איינער מאכט א חשבון אז ער קען אפארדן טאפס $3000 חודש'ליך, און ער 'טאנצט' אריין און א דירה וואס קאסט מארגעטש 45-5000 איז עס לדעתי אומ-אחריות'דיג.. אפי' ער ווייסט קלאר אז און 10 יאר ארום גייט עס זיין טייערער.. אגב, לדעתי איז דעיס די סיבה פ"וו די פרייזן זענען אזוי הויעך, ווייל מענטשן 'טאנצן' אריין, וואלטן מענשן נישט אזוי געטאנצן און געשפרינגן וואלטן פרייזן מאין ברירה נישט געווען אזוי הויעך, (נישט אז איך זיך צו פיקסן די וועלט, איך זאג נאר).. אמת אז פרייזן זענען אלץ ארויף אבער נישט אויף די רעיט, און זיכער נישט מיט דיע ראטעס...
האט אפילו איינער דא געשריבן אז איינער וואס צאלט רענט 3000 דאלאר רענט זאל קויפן א הויז און צאלן 5000 ? אין גם אחד וואס האט דאס געשריבן דא , די איינציגסטע ווער עס שרייבט עס ביזדערווייל, זענען די וואס שרייען נישט צו קויפן! די וואס וויינען אז אשאד אידיש געלט און יא קויפן א הויז, זאגט יעדער דא די זעלבע , אז פונקט פארקערט טאנץ אריין און קויף "נאר" א הויז וואס די קענסט זיך יא ערלויבן, און טאמער וויליאמסבורג אדער קרית יואל איז נישט קיין אפשען, קויף ערגעץ אנדערש פארשטייט זיך
מ'האט דערמאנט א האלבע בעיסמענט. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'קען דאס טוהן, פרעג איך נאכאמאל וואו און וויזוי קומט מען אן דערצו?
איך האב געליינט מער ווייניגער וואס מ'האט געשריבן פריער און נאכ'ן זעהן אז אנדערע שרייבן מער אפן און שארף פון מיר קלער איך אפשר בין איך טאקע נישט אזוי דום.
פאר א מיעוט שאינו מצוי ארבעטן די זאכן, בארגן גרעסערע און קלענערע סכומים (אן/מיט א חשבון צו אפצאלן), לייגן דאון פעימענטס אויף פרישע פראפערטיס יעדע פאר חדשים, א.א.וו. פאר רוב אירע ארבעט דאס נישט.
אויך איז כדאי צו שרייבן קלאר און דייטליך. צו איבערשרייבן די זעלבע סטעיטמענטס איינמאל און נאכאמאל ברענגט נישט ארויס די פוינט שטערקער. אדרבא, אויב איינער האט ארויסגענומען עפעס זאכליך פון די גאנצע שמועס און קען צאמנעמען די טיפּס וועט עס אפשר זיין א תועלת לרבים.