א שטיק צייט איז אריינגעקומען באריכטן אז זיי זענען ממש מינוטן פונעם קראך סצענע, ממש נאר צוויי קילאמעטער שטח וכו וכו. איראנע סטעיט מידיא האט געמאלדן מ'האט געטראפן די העליקאפטער. זייט דעמאלטס האבן אנגעהויבן ארויסקומען באריכטן אז די זוכעריי האט זיך אויסגעשפרייט אויף גרויסע שטחים, און נאך אנדערע געגענטער ווי מ'האט נישט געזוכט בעפאר.
איז אזוי. אדער האבן זיי טאקע געפונען די העליקאפטער און ארויסגעגעבן א צו איסור פרסום, און וועגן דעם האבן זיי אנגעהויבן שפילן ווי כאילו מ'ווייסט אפילו נישט די געגענט ווי די העליקאפטער איז. אדער האבן זיי טאקע געמיינט אויף עפעס א שטח אז דארט איז די העליקאפטער און זיי זענען אפילו אנגעקומען נאנט אבער למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אלץ א אלטע געקראכטע העליקאפטער אדער פשוט א אלטע בודקע.. און דאן האבן זיי אויסגעשפרייט די זוכעריי געגענט.
צוויי גילדעןהאט געשריבן:↑זונטאג מאי 19, 2024 7:49 pm
אינטערסאנט אנצומערקן.

אדער
אז מ'האט באמת געטראפן עפעס, און פון די עפעס האט מען פארשטאנען אז עס האט למשל עקספלאדירט אין די לופטן און פארדעם האט מען אויסגעשפרייט די זוכעריי געגנט, ווייל די קערפער מיט די ברוכווארג, זענען צופלויגן אויף א גרויסע געגנט