חי לייפליין - וואס איך האב נישט געוואוסט איבער זייערע טייערע פעולות

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

חי לייפליין - וואס איך האב נישט געוואוסט איבער זייערע טייערע פעולות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר אדיר »

בס"ד

(אויב האסטו נישט קיין געדולד צו ליינען ביז צום סוף, קענסטו גלייך דרוקן אויף די לינק פון חי לייפליין...
https://www.rayze.it/family/ivelt )


כהאב אמאל געמיינט אז חי לייפליין איז עפעס א ווייטע-ליטווישע ארגאנעזאציע, און בעסטן פאל אז זיי האבן היימישע וואולענטירן וואס גייען ארום אין די שפיטעלער משמח זיין צובראכענע נפשות ה' ישלח להם רפו"ש בקרוב.

כהאב געוואוסט אז זיי פארמאגן וואולענטירן וואס באאסטן אריין חיזוק און לעבהאפט אין די חולי ישראל לרפו"ש, כהאב געוואוסט אז זיי פארמאגן טויס און ביכלעך פאר די לעכטיגע קינדערלעך וואס מוזן ליידער פארוויילן ווי זיי ווילן נישט ה"י.

אבער דאס יאר נאכן פארוויילן כמ"פ במשך די לעצטע יאר צייט אין שפיטאל מיט א קינד אין די שטאט פילעדעלפיע-פענסעלוועניע בארץ לא זרועה, מוז איך ארויסברעננגן פארן ציבור מיינע הרגשים איבער די ארגענעזאציע.

עס איז דא דארטן די טשא"פ האספיטעל (טישלדערנס האספיטעל אויף פילדעלפיע) וואס איז א ספעציעלע שפיטאל פאר קינדער. מ'קומט אהין פון איבער גאנץ אמעריקע פאר אלע קאמפלעצירטע ענינים וואס זאל זיך נישט מאכן.


אש"ל מלא
איך בין אנגעקומען דארטן בבהלה, אבער די ארטיגע חברה ווייסן שוין (לכאורה אנגעזאגט דורך חי לייפליין...) אז ווען זיי זעהן א איד געבן זיי א ברוך הבא מיט אינפארמאציע איבער חי לייפליין וואס קען ארויסהעלפן מיט וואס אימער עס פעלט זיך אויס.
צום ערשט איז מיין ברוך הבא אין שפיטאל געווען פון די ארטיגע נישט-אידשע דאקטוירים און געהילפן אז דא דערנעבן איז דא א ח"י הוי"ז וואו מקען דארטן איינשטיין בחנם אין כסף. מזאל זיי קאנטאקן חי לייפליין און זיי וועלן דאס מסדר זיין. אויך האבן זיי מיר מודיע געווען אז עס איז דא כש"ר פאא"ד דא אין שפיטאל צוגעשטעלט דורך חי לייפליין.

וואס זאל איך אייך זאגן?
זיי פארמאגן אין ביידע בנינים פונעם טשא"פ שפיטאל "חסד שטובער" וואס חי לייפליין פילט אן יעדן טאג פון יאר מיט פרישע מאכלים מילכיגע, פארעווע און פליישיגע להחיות נפשות היהדות וואס געפונען זיך דארטן. ניין מקען נישט פארן פון דארט צו א היימישע געשעפט קויפן עפעס א אידיש מאכל. די נענטסטע איז לעיקוואוד א וועג פון ארום איינס און א האלב שעה.
אנגעהויבן פון געשמאקע סענדוויטשעס ביז קענדיס צו קענען געבן פאר די קינדער, אריינגערעכנט געשמאקע קאווע מיט חלב ישראל מילך... (יעדע זאך איז דארטן א לוקסעס-אבער חי לייפליין האט דאס אינזינען)
פליישיגע סאפערס, מיט מייקראוועס און אלע צוגעהערן. ספרים און ליין מאטריעל און וואס נישט?

דארטן אין די חסד רום צוגעשטעלט דורך ח"י לייפליין האבן מיר אנגעטראפן נאך היימישע פנימער ליידער. איינער האט מיר אפילו געפרעגט צו איך ווייס די וועטער אינדרויסן ווייל ער האט שוין עטליכע טעג נישט געזעהן די גאס... (זיין פענסטער איז נישט געווען צו די גאס נאר אריין צו די לאבי פונעם בילדונג).

כ'דערמאן מיך... יום טוב סוכות האבן זיי אינזינען געהאט די חולים ומשמשיהון מיט אויפשטעלן א מעכטיגע סוכה "ערב סוכות" אינעם חצר פון שפיטאל ערמעגליכענדיג אז מ'זאל קענען מקיים זיין א מצוות לישב בסוכה. אשרי להם ואשרי חלקם!
וויפיל עסן האבן זיי אנגעגרייט ערב סכות פאר די ערשטע טעג?
כ'ווייס נישט וויפיל אבער כ'דענק מהאט נישט געקענט אריינוואקן אין די חסדר רום ווייל ס'איז געווען אנגעלייגט באקסעס אויף באקסעס מיט אנגעפילטע באגאדזשען פון צרכי יום טוב פאר אלע חולים לרפו"ש ומשמשיהון. און סאיז גאנץ שנעל געווארן ליידיג...
זיי האבן דארטן צוגעשטעלט אלע אינפארמאציע צב"ש וואו עס איז דא א מקוה אין די געגענט פון א לאקאלע חב"ד הויז, א שול. וכדומה אנגעצייכנט מיט מאפעס און אלעס ארום.


יועץ והדרכה:
א וואולענטיר פון זיי האט זיך פארבינדן מיט מיין משפחה און מיט מיר וואו זיי האבן אונז ארויסגעהאלפן און באגלייט די גאנצע קעיס מיט הארץ, נשמה און געפיל. זיי האבן אונז אויסגעזאגט וועלכע באטנס צו דריקן ווען מברויך ספעשל און אטענטשן קעיר אין שפיטאל.
אויף שב"ק האבן זיי אונז געלאזט וויסן וועלכע טרעפ מ'קען נוצן ביז וועלכע שטאק און פון דארט נעמען יענע טרעפ און פון דארט ביז די לאבי.

און דאס איז אויסער די וואולענטירן וואס גייען ארום אין די שטובער פונעם שפיטאל צו שלאפן דורכאויס די נעכט מיט די וואס מוזן ליידער דארט פארוויילן, און אויסער די וואולענטירן וואס זענען משמח און פרישן אויף די נויטבאדערפטיגע אין די בייטאג און נאכט שעות.


וואו קען איך פארגעסן פון זייער
חי הויז?
2 גאסן פונעם שפיטאל געפינט זיך דער בארימטער "חי הויז" בשותפות מיט "ביקור חולים דפילידעלפיע" א דירה וואו מ'זעמיר איבערגעשלאפן אין די נאכט שעות, זיך צו דערכאפן די כוחות.
א דירה איינגערישט וואו א פולקאמע אידישע שטוב (כהאב פארגעסן צו זאגן, אויך פארמאגט א סוכה אויף די טראסע...)
א געהעריגע קיך מיט אלע עסן וואס מדארף, א פרידזשעדער און פריזער אנגעפילט מכל טוב וטב.
געשמאקע שלאף שטובער שיין ציכטיג און זויבער, אפילו מיט א נויז מאשין צו קענען גוט שלאפן.
אין די פרעמד איז נעמען א שויער אויך א לוקסעס... דא האבן מיר דאס אויך אריינגעכאפט! אפילו פריש געוואשענע האנטוכער און בעט געוואנט מידי יום ביומו איך בין ממש ארויס פון התפעלות.
אפילו טוט פעסט/זייף נעגל שניידער און נעגל וואסער טעפלעך און שיסלעך אא"וו. אלעס אינזינען געהאט ביז יעדע דעטאל.
א דיינינג/ליוונג רום אויסגעשטאט מיט ספרים און ביכלעך פאר די קינדער צו ליינען
א ווארימע הויז וואס שיינט אריין א ליכטיגקייט פאר די וואס קוקן ארויס אויף דעם.

בקיצור איך בין פיל מיט דאנק און לויב צו השי"ת איך שריי אויס צום באשעפער מיכעמך ישראל???!!!
עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבונו חסדיך, ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח

און פון טיפן הארץ טו איך באדאנקן די גוטע שלוחים פון השי"ת "חי לייפליין" וואס האבן אריינגעבלאזן א חיות און לעבהאפט אין אונז און אין אלע וואס דארפן ליידער פארויילן אין שפיטאל.
זאל זיי השי"ת באצאלן.

אלץ הכרת הטוב האב איך געעפענט א פיעדזש וואו איר זאלט קענען מנדב זיין אצינד ביי זייער יערליכער קאמפיין צו קענען אנגיין מיט די וויכטיגע פעולות רונדע די יאר להצלת חולי ישראל לרפו"ש.
https://www.rayze.it/family/ivelt
יעצט פארשטיי איך שוין ווי וויכטיג די ארענעזאציע איז, און איך באדאנק מיך פאר אלע וואולענטירן פאר זייער געטרייער ארבייט, און איך אנטשולדיג מיר פארן נישט גענוג שעצן די לעבנ'ס וויכטיגע ארגענעזאציע ביז היינט!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”