אנאליז אויף די איראנער פרעזידענטליכער העליקאפטער קראך
אבער, ווי מער די שעות גייען אריבער האבן מיינע מחשבות מער און מער אנגעהייבן צו כאפן אז יא, עפעס א געוויסע נעראטיוו האט זיך געטוישט אין מיין מח, און לאמיר עס מסביר זיין.
איך און אסאך האבן געוויסט צו זאגן אז אמת, הגם איראן איז פון די גרעסטע מערב וועלט שונאים, יא, און הגם זיי זענען זייער זייער אראביש מוסלעמעניש באוואוינט, דאך אבער רעדט מען נישט דא בכלל פון עפעס א צוריקגעבלינענעם דריטע וועלט לאנד, נאר מען רעדט דא פון א געוויסע מין גרויסמאכט, טאקע נישט צו מדמה זיין צו די מערב וועלט גרויסמאכטן, אבער יא, נישט עפעס אן אומבאלומפערטן לאנד ווי פאקיסטאן וכו', נאר א שטארקע סאפיסטיקירטע לאנד מיט גאר אסאך טעכנאלאגישע און מיליטערישע מעגליכקייטן נישט זיך צו שעמען קעגן א מערב וועלט לאנד, יא מ'מוז אנערקענען דעם אמת, פארפאלן.
אבער היינט האט זיך דאס געטוישט, קודם כל, מען רעדט דא פון די מערסטע באשיצסטע מענטשן אין לאנד, זייער העליקאפטער זאל זיין פון אזא שוואכן קוואליטעט און מיט אזא געלונגענעם 'מיליטערישן' פילאט? דאס איז א גרויסמאכט?? דאס פאסט פאר ניגעריע אדער ליביע!! און עס גייען אריבער א שעה נאך א שעה און מען האט אויפגעשטעלט דריי פערטל מיליטער אויפן פיס, און? אין קול ואין עונה, א גאנצע צייט נייע באריכטן אז מען מיינט אז מען איז שוין נאנט אפשר צו די פלאץ פונעם ווארשיינליכן קראך.. און גארנישט נישט דא קיין זכר.. נאך גארנישט געטראפן... א נארישע אומבאלומפערטן דריטע וועלט לאנד וואס פראבירט צו מאכן דעם אימעדש פון א געהעריגע לאנד.. יא, עס איז פונקט ווי פאקיסטאן, א נארישע צוריקגעבליבענע לענדל אינעם מיטל מזרח.
יא! אין מיינע אויגן האט איראן דא פארלוירן דעם בילד צו די וועלט! געענדיגט מיט גרויסמאכט אלערטס!