Re: שמש שטיבלעך פין א קהילה אינטער איין סיסטעם
מאך קלאר‚ די רעד'ס פון א שטובל וואס האט גארנישט מיטן משמש....קהל פירט די גאנצע זאךס'איז זעכער פארהאן האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 4:42 pmפון א שמש'ס פערספעקטיוו:
ארבעטן מיט א שמש שטובל מיינט האבן א אייגענס ביזנעס, נישט יעדער מענטש ואס קען שמייכלן צו מענטשן, און איז ריספאנסעביל צו קען נעמען פון דער גוי, מיינט אז ער קען פירן א סטאר, וואס דאס רעכנט אריין איידיעס וויאזוי אויפצובויען די שמש שטובל, מאכן פעמיענטס אין צייט, ועוד ועוד ועוד.
ווען עס מאכט זיך אז דער שמש האט צווייטע וויכטיגע זאכן וואס יעצט צו טון אדער געבן סערוויס דורך זיין שמש שטובל אדער אינזין האבן א ווכיטגע זאך פאר דער בית המדרש אויף וואס וועט ער געבן א דין קדימה, זיכער פאר זיין ביזנעס וויל ער דארף האבן צום לעבן, אוודאי וויל ער אויך טון די צווייטע זאך פאר דער בית המדרש אבער דאס איז צווייט.
ווען א מענטש קויפט אפ א בוטשער קען דאס אריינברענגן שייינע רוחים, לויט מיין ידיעה מאכן נישט קיין מוצלח'דיע שמשים אזויפיל געלט ווי א בוטשער אין בארא פארק
איר האט שוין אמאל געזען א שמש מאכן חתונה אין קאנטענעטעל???
ווען מען טיילט דאס אפ, וועט מען מיט'ן אויבערשטנס הילף טרעפן די ריכטיגע קאנדידאט,די מענטשן וואס ווילן זיין א וואלטנטיר פאר די שול, אדער אויב דאס איז קהל'ס אפיס וועלן דאס טון מיט מער סוקסעס, די רוזאלטאט וועט זיין די שמש וועט ארבעטן מער געטריי פאר די קהל'ס אינטרעסן, נישט פאר די אייגענע, יעדע מתפלל וועט האבן א גוטע געפיל ווען איך קום אריין קויפן אין שמש שטובל האב איך געשטיצט דער בית המדרש.
א זייטיגע בענפיט, ווען דו וועסט קויפן א באקס לעכט פארן זמן, דארף נישט דער שמש פילן ווי דער איז ממש א צדיק ער האט מיך געשטיצט ודי
אזוי ווי די ברענגסט ארויס אז איין מענטש קען נישט פירן ביידע.....
אגב‚ סחם נייגעריג ווער עס פירט יא די שטובל ? צו יענער ארבעט נאר אויפן שטובל? אדער ער ארבעט פאר קהל אין אפיס אין ער קען יא טאנצען אויף צוויי חתונת???