קייען שטרוי
בס״ד
ער עסט שטרוי
קייעט קארן
טראכט פון היי
און חלומ'ט קוקעריץ
מאאאאא
גלוסט נאר נאך
זוכט אלס נאך
הויעכע, לאנגע, ווייכע, גראז
די בעסטע, נייעסטע, פיינסטע גראז
רעדט פון גראז
שמועסט פון גראז
דעבאטירט גראז
אימפארטירט גראז
מאאאאא
וויל עס שמעקן,
וויל עס קאסטן
וויל עס שלינגען
וויל עס פארדייען
דרייט די נאז
דרייט די צונג
דרייט זיך זיין וועלט
מאאאאא
טרוקן, נאס
זויער, זיס
מען שפירט די גראז
מען פילט גראז
ס'האט טעמים פון גראז
גערוכן פון גראז
מאאאאא
טראכטן פון עסן
רעדן פון עסן
גלוסטן עסן
פובליצירן עסן
מאאאא
מעעעעע
וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה, אָיִן?!
ער עסט שטרוי
קייעט קארן
טראכט פון היי
און חלומ'ט קוקעריץ
מאאאאא
גלוסט נאר נאך
זוכט אלס נאך
הויעכע, לאנגע, ווייכע, גראז
די בעסטע, נייעסטע, פיינסטע גראז
רעדט פון גראז
שמועסט פון גראז
דעבאטירט גראז
אימפארטירט גראז
מאאאאא
וויל עס שמעקן,
וויל עס קאסטן
וויל עס שלינגען
וויל עס פארדייען
דרייט די נאז
דרייט די צונג
דרייט זיך זיין וועלט
מאאאאא
טרוקן, נאס
זויער, זיס
מען שפירט די גראז
מען פילט גראז
ס'האט טעמים פון גראז
גערוכן פון גראז
מאאאאא
טראכטן פון עסן
רעדן פון עסן
גלוסטן עסן
פובליצירן עסן
מאאאא
מעעעעע
וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה, אָיִן?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון