די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן
שבת ביינאכט האב מיר געדאוונט ערגעץ אינעם אלטשטאט.... און צוריק שפאצירט דורך שער שכם (ררראאא)....
אזוי עסנדיג די סעודה'ניו אין מיין דירה'לע אויף רחוב חגי, טראכט איך זיך צו מיר
ווי קען מען דאווענען א שחרית ערגעץ יוני"ק דא אינעם עיר הקודש (חוץ פון קארלין אויף רח יואל אין הערן די קולות פון אינגע טשאלמערישע בחורים מיט פיצי שטריימלאך. אדער זכרון מוישה שטיבלאך'ס חצות מנין ביינאזאם מיט יוסקע אחורה און יענע משיגינער אנגעטון מיט גארבידזש בעגס. פון קאפ ביז פוס...., אדער גאר בית כנסת הגדול אויף א שבת מברכים.... )
פאלט מיר איין א געדאנק... איך וועל גיין דאווענען אין עירפארט!!! וועסטו אוודאי פרעגן: א עירפארט אין ירושלים?! קיינמאל געהערט?! עבעך דיר מסביר'ן: אין מיין די ריזיגע גור'ע בית מדרש הנקרא בלשון חיבה: "שדה תעופה", צוליב איר ריזיגע גרויסקייט און רינדיכיגן געשטעל.
שבת קודש פרי פארטאגס לויפן מיר אין סאטמאר יונה כאפן א מקווה,קוק איך זיך ארום אויף די הוק"ס פון ווי עס הענגען בלויז ספאדיק'ס (וכידוע המימרא, שמיץ מאכט מען ביי יענעם... נאך דערצו בחינם...) שפאנען מיר ארויף רח' צפניה, א לינקס ביי צומת אפריון, נאכער שלייכן מיר זיך דורך די באריקאדעס אויף רח' ירמיהו (וואס זאכן קענער ווייסן פון די פשרה צווישן גור און די עירייה אז בשעת זייער תפילות איז די פארקער אפגעשלאסן למען כבוד השבת.......) גיי איך מיר דורך די מאגנעטישע שער אנטפלעקט זיך א ניייעם וועלט, בחורים און זקנים מיט נאסע(...) קאפלעך לויפן מיט גמרות אין די הענט, אריינכאפן נאך אפאר בלאט מזומנים, פאר מען שטעלט זיך שחרית בשעה 7:28 בדיוק, כאפ איך אויכעט א גמ' און זיך אויף אוואו זיך א זעץ צו געבן צווישן די טויזענטע לומדים אויף די פשוט'ע אייזענע בענק.
7:27 בדיוק גמור הערט זיך א זשומעריי, די עולם פליקט ארויף די טליתים און שטעלט זיך דאווענען בזריזות ( בחיפור?!), נאך פאר איך ווייס וואס טוט זיך הער איך שוין שעפשען אויפן פוילישן נוסח " ברוך שאמר" ...
ב"ה ביים קל אדון מארש האב איך זיך אביסל מיטגעכאפט.... 8:26 גע'ענדיקט שחרית און צו מיין סופרייז, אנשטאט אנהייבן קריאת התורה זעצט זעך די עוילעם לערנען, (הנקרא שעה הפסקה בלע"ז), בלית ברירה זעץ איך זיך אויך אוועק אביסל מעביר סדרה זיין, נאך עטליכע מינוט הייב איך אן פלאצן... שטעל איך זיך אויף אביסל שפאנצירן דא אין עירפארט, אזוי ארומדרייענדיק זיך צווישן די שורות שורות טישן, באמערק איך אז די גור'ע האבן נישט די רעג. טליתים, דינע/וואכעדיגע טליתים, נישט קיין עטרות און אויך נישט קיין ליינונ"ג (אקיצער א גור'ע טלית...), אזוי קוקנדיג - באמערק א וואונדערליכע זאך אז פון די ים פון טליתים באמערק איך נישט קיין איין שמוציגע טלית... עט'ס הערטס?? נישט קיין איינס....
טראכט איך זיך צו מיר, וויאזוי קוקט אויס די הוק'ס נעבן די בתי כבוד אין אונזערע בתי מדרשים,(שבת אזוי בערך אינמיטן יקום פורקן...) עס הענגען טליתים-מיט ליינונגס, וואס זייערע קאלירן (ביים מקום הנחת הראש) לןיפן פון ליכטיג ברוין ביז טונקל ברוין אזש ביז שווארץ.... איז וואס גייט דא פאר? וואס איז דא אנדערש?? (די גערע שוויצן עפעס ווייניגער??? נעע... נישט מסתבר.... אויב עפעס....)
טראכט איך צו מיר, ס'קען זיין אז די גערע טראגן זייערע טליתים אסאך ווייניגער צייט ווי אונז, צוליב זייערע תפילה בזריזות?? ווער ווייסט....
זונטאג 10:00 פארטאגס איך ראלל ארויס פון בעט... היינט וועט וועט מען גיין דאוונען אין תולדות אהרון שטיבלאך..... אזוי שפרייזנדיג אראפ רח' מאה שערים, מאך איך א לינקס אריין אין די (נאסטאלגישע...) הונגערישע הייזער צו כאפן א טבילה און שויער דערנאך (וואס אין תולדות אהרון איז נישט דא די אפציע....) דערנאך שלענגל(פשוטו כמשמעו!) איך זיך צום תו"א בעסמעדרעש, אריין דורך דעם פרישטאג קאראוון אריין אין די שטיבלאך שוין גיימיר כאפן די 11:15 מנין. טוט זיך א ברכות געזאגעכץ יעדע דריטער זאגט זיך פאר און דער עוילעם ענטפערט אמן, דערנאך קרבנות שטיקל ביי שטיקל (יא!! פונקט ווי אין כיתה ו' ביי מנחה.....), נאכער אן אויסגעצויגענע פסוקי דזמרה מיטן תו"א טרעידמאר"ק קרעכץ, אפגעשאקלט א שמו"ע, אזוי אינמיטן הויכע שמו"ע ווען די כהנים לויפן זיך וואשן די הענט פאר דוכנ'ן, קומט מיר ארויף אין מח די גערע טליתים מיסטעריע, און קוק איך מיך ארום דא אין תולדות אהרן, און צו מיין וואונדער באמערק איך
די זעלבע זאך אלע טליתים שניי ריין, וואס גייט דא פאר "וואס איז די צד השוה צווישן גור און תו"א"????
צוריק אין מיין אכסניה'לע אזוי קייענדיג נחמה רוגאלאך און זיפנדיג שוקו פון א בעג, פאלט מיר איין די רעיון..... די צד השוה צווישן זיי ביידע שטעקט אין די קאפל, זיי ביידע גייען מיט נא"ט די רעגעל"ע קאפל, ער מיט אזא גליטשעדיגע קאפל.... ער מיטן געשטריקטן פאם פאם קאפל....
אבער נישט מיטן נארמאלן וועלוועטן קאפל
הנוגע למעשה די עיקר גורם פון שווארצע/ שמוציגע טלית/ליינונג איז דעם קאפל סאמעט'ן קאפל אונזערע!! גערעכט, אויב לאז איך מיין טלית איו שאפע צוזאמען מיט א קאפל העט גארנישט פאסירן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט פייכטקייט וואס זאפט זיך איין דערין, דהיינו: אויב גייסטו אין מקוה און עפעס פייכטקייט בלייבט אין דיין האר, טיסט אן דיין קאפל-אלעס זאפט זיך אריין דערין, טיסט אן דיין טלית-אלעס אריין אין טלית אריין... פלאס-די פייכטקייט באקומט די קאליר פון די קאפל=שווארץ.
היוצא מכל הנ"ל, טיסטו אן דיין טלית תיכף נאכ'ן מקוה, מאכסטו דיין טלית שמוציג.
דא קומט די אבער: די גור'ע און תו"א קאפלעך איז נישט פון וועלוועט, צוליב דעם (דריי מיט'ן גראבן פינגער) באשמיצן זיי נישט זייערע טליתים. פינטל. איי וועסטו פרעגן, וואס וויל ער דא, מיר זאל מיר אלע אנהייבן גיין ווייסע קאפאלאך?!?! (הלואי....), אדער גורע בערגליכע קאפלעך, זאג איך דיר ניין, נאר וויאזוי דען (בניגון ואאאני....)?! האב איך פאר דיר אפאר עיצות:
א' טריקן גוט גוט אפ דיין קאפ נאכן מקוה,
ב' ווארט צו א שטיק צייט פון ארויסקומען פון מקוה ביזן אנהייבן שחרית,
ג' האלט א איבריגע (ריינע) קאפל אין דיין טלית בייטל און טויש קאפלעך פארן דאווענען (פארגעס נישט צוריק צו טוישן נאכן דאווענען, דא"כ מה הועילו חכמים בתקנתן...,און איינמאל אין איטליכע וואכן עס אויסוואשן), נ.ב. אויב די קאפל המיוחד לשחרית קען זיין פון די נישט האריגע/זיידע/ליובאוויטשע סארט, מה טוב ומה נעים, (ווייס איך נישט אויב עס איז לעגאל צו פארקויפן פאר איינער אונטער 65...)
לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען און האט א לעכטיגן שבת-טלית.
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם