הגה"צ ר' משה דוד אסטרייכער מטשימפא ז"ל - ד' אייר תשי"ד
ער האט געלערנט ביי ר' יהודה גרינפעלד אין סעמיהאלי און שפעטער אין סאטמאר ביי ר' יהודה גרינוואלד אב"ד דשם בעמח"ס זכרון יהודה.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית אלטי יהודית בת ר' יוסף לייב מאיעראוויטש פון מיידאן, נאך די חתונה האט ער געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה ממש מן הבוקר ועד הערב, אזש אז דער מונקאטשער רב האט אים געלאזט באפעלן אז ער טאר נישט אזוי מענה זיין זיין גוף.
ביי די מלחמה האט ער פארלוירן זיינע עלטערען און טייל פון זיינע קינדער, אבער ער האט זיך באוויזען צו ראטעווען מיט זיין רביצין און עטליכע קינדער, ער האט בסוף ייו געוואונט אין וומ"ס ביז צו זיין פטירה ביום עש"ק פר' אמור תשי"ד, והובל למנוחות לארץ ישראל בעיר בני-ברק.
עס איז פארבליבען פון אים די חיבור שו"ת תפארת אדם וואס די בני חתני המחבר האבן געדרוקט בשנת תשט"ו.
דער שער בלאט פון תפארת אדם