איינער קעגן 25 ?

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

שטייט איינער אליין קעגן 25, און זיין זדשאב איז זיי אלע צו מאכן אים אויסהערן יעדעס ווארט, זיי זאלן פארשטיין חעדע ווארט, זיי זאלן קענען איבערזאגן יעדע ווארט.
זיי זאלן פארשטיין נייע באגריפן.
זיי זאלן געדענקן ניי באגריפן.
זיי זאלן צוזאמשטעלן שטיקער פון די פאזעל.
זיי זאלן דאס אלעס אויסהערן, פארשטיין, איבערזאגן, און געדענקן.
נישט איין מינוט, נישט 10, נישט 20
8 שעה א טאג.

דאס טוט א מלמד.

אחז דען דאס מעגליך?
ניין

איטס אבאוט טיים אז די איין מלמד 8 שעה פאר 25 קינדער זאל זיך ענדיגן.

עס ברענט סתם אויס די גוטע מלמדים, עס פארשלאפט די גוטע קעפ אין חדר.
עס פארפאטשקעט די שענסטע און טייערסטע צייט.
עס ברענגט א פארפאטשקעטע וועלט.

די עצה?
1)
16 קימדער אין א חדר מעקס
2)
אפטיילן פאר געוויסע צייטן אדער לימודים די גוטע קעפ פון די שוואכערע.
3)
ארויסנעמען קלענערע גרופעס און איבערגייו מערערע מאל אויף נויטיג פאר זיי. נישט צו דארפן שטערם די אנדערע וואס קענען גיין ווייטער
4)
צוטיילן מלמדים'ס צייטן אין כתה. ראטעטן בלע"ז
5)
פארלערנען פאר קלענערע גרופעס אויפאיינמאל, ווען די חזר'ן פארלערנען פאר די אנדערע גרופע.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
בערענשטיין
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

אפענע וועלט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:38 pm
שטייט איינער אליין קעגן 25, און זיין זדשאב איז זיי אלע צו מאכן אים אויסהערן יעדעס ווארט, זיי זאלן פארשטיין חעדע ווארט, זיי זאלן קענען איבערזאגן יעדע ווארט.
זיי זאלן פארשטיין נייע באגריפן.
זיי זאלן געדענקן ניי באגריפן.
זיי זאלן צוזאמשטעלן שטיקער פון די פאזעל.
זיי זאלן דאס אלעס אויסהערן, פארשטיין, איבערזאגן, און געדענקן.
נישט איין מינוט, נישט 10, נישט 20
8 שעה א טאג.

דאס טוט א מלמד.

אחז דען דאס מעגליך?
ניין

איטס אבאוט טיים אז די איין מלמד 8 שעה פאר 25 קינדער זאל זיך ענדיגן.

עס ברענט סתם אויס די גוטע מלמדים, עס פארשלאפט די גוטע קעפ אין חדר.
עס פארפאטשקעט די שענסטע און טייערסטע צייט.
עס ברענגט א פארפאטשקעטע וועלט.

די עצה?
1)
16 קימדער אין א חדר מעקס
2)
אפטיילן פאר געוויסע צייטן אדער לימודים די גוטע קעפ פון די שוואכערע.
3)
ארויסנעמען קלענערע גרופעס און איבערגייו מערערע מאל אויף נויטיג פאר זיי. נישט צו דארפן שטערם די אנדערע וואס קענען גיין ווייטער
4)
צוטיילן מלמדים'ס צייטן אין כתה. ראטעטן בלע"ז
5)
פארלערנען פאר קלענערע גרופעס אויפאיינמאל, ווען די חזר'ן פארלערנען פאר די אנדערע גרופע.
ok, 900 tuition
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

לאמיר א בליק טוהן אויף די סוקסעס ראטעס. דער איינשטעל גייט שוין אן אזוי אזא 2000 יאר+, עס זעהט אויס ווי עס האט גאנץ פיין געארבעט. נישט אזוי זיכער אז עס איז צייט עס צו ענדיגן. וואס איז זיכער צייט צו טוישן איז די סטארוועישאן וועיזשעס וואס מען צאלט זיי דערפאר
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

מיין מיינונג, א שוואכע קאפ וועט אנקומען מער דווקא ווען ער איז "אגאנצן טאג" מיט שארפערע קינדער... אוודאי דארף מען אמאל ארויסנעמען געוויסע קינדער פאר א שעה א טאג, אבער אפיציעל אפטיילן מאכט נישט קיין סענס...
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

זאגט דער הייליגער מחבר, יורה דעה סי' רמ"ה סעי' טו: כ"ה תינוקות מספיק להם מלמד אחד, היו יותר על כ"ה עד מ' מושיבין אחר לסייעו בלימודם.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

צ/ק

אז ער וועט זיין "אינאיינעם" מיט זיי אנשטאט "קעגן" זיי, וועט עס פיל פארגרינגערן...
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8082
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אויב א מלמד איז באמת א מלמד, גייט ער אהיים ענערדשזייזד נאך אגאנצן טאג ארבעט. ביודעי ומכירי. אוודאי מאכט זיך א שווערע טאג, אבער לרוב איז עס אים א הנאה יעדע רגע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
דער מענעדזשער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
צ/ק

אז ער וועט זיין "אינאיינעם" מיט זיי אנשטאט "קעגן" זיי, וועט עס פיל פארגרינגערן...
אזוי ווי דער זיידע ז"ל.
ער האט ארויפגעלייגט דעם קאנטשיק אויפן טיר און געזאגט פאר די תלמידים - זעהט'ס אז איך זאל עס נישט דארפן נוצן...
און ער האט עס טאקע נישט גענוצט... און די תלמידים רעדן פון אים מיט יראת הכבוד און הערצה...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:40 am
אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
צ/ק

אז ער וועט זיין "אינאיינעם" מיט זיי אנשטאט "קעגן" זיי, וועט עס פיל פארגרינגערן...
אזוי ווי דער זיידע ז"ל.
ער האט ארויפגעלייגט דעם קאנטשיק אויפן טיר און געזאגט פאר די תלמידים - זעהט'ס אז איך זאל עס נישט דארפן נוצן...
און ער האט עס טאקע נישט גענוצט... און די תלמידים רעדן פון אים מיט יראת הכבוד און הערצה...
דיין זיידע?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9763
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אפענע וועלט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:38 pm
2)
אפטיילן פאר געוויסע צייטן אדער לימודים די גוטע קעפ פון די שוואכערע.
3)
אהה, יענער? איך געדענק דאך ער איז געווען אין די "ג" קלאס!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:43 am
אפענע וועלט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:38 pm
2)
אפטיילן פאר געוויסע צייטן אדער לימודים די גוטע קעפ פון די שוואכערע.
3)
אהה, יענער? איך געדענק דאך ער איז געווען אין די "ג" קלאס!
נעבעך קיינמאל קיין מוצלח געוועזן...
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
דער מענעדזשער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:40 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:40 am
אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
צ/ק

אז ער וועט זיין "אינאיינעם" מיט זיי אנשטאט "קעגן" זיי, וועט עס פיל פארגרינגערן...
אזוי ווי דער זיידע ז"ל.
ער האט ארויפגעלייגט דעם קאנטשיק אויפן טיר און געזאגט פאר די תלמידים - זעהט'ס אז איך זאל עס נישט דארפן נוצן...
און ער האט עס טאקע נישט גענוצט... און די תלמידים רעדן פון אים מיט יראת הכבוד און הערצה...
דיין זיידע?
בעליוו איט אר נאט אבער יא!!!

די אנדערע זיידע אויך געווען א מלמד, ער האט יא געגעבן פעטש, אבער נישט ווען ער איז געווען אין כעס, דעמאלס האט ער געוויסט אז ער טאר נישט שלאגן, ער פלעגט ארויסברענגען די עוולה פונעם קינד אז דאס קינד זאל פארשטיין זיין עוולה, אבער נאכן שלאגן און באקומען דאס זייניגע איז געקומען דער "ונקלה אחיך לעיניך כשלקה הרי הוא כאחיך" מיט א ווארעמקייט כאילו לא היה.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אותות ומופתים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:21 am
לאמיר א בליק טוהן אויף די סוקסעס ראטעס. דער איינשטעל גייט שוין אן אזוי אזא 2000 יאר+, עס זעהט אויס ווי עס האט גאנץ פיין געארבעט. נישט אזוי זיכער אז עס איז צייט עס צו ענדיגן. וואס איז זיכער צייט צו טוישן איז די סטארוועישאן וועיזשעס וואס מען צאלט זיי דערפאר
דאכט זיך מיר ס'פלעגט נישט זיין ממש אזוי ווער ס'האט געהאט געלט האט זיך געדינגען א מלמד
אויב די אינגעל האט געהאט א גוטע קאפ האט די מלמד זייער שנעל געזאגט פאר די טאטע אז ער קען שוין צי סאך מען דארף אים אוועק שיקן אין ישיבה לערנען

איז מען האט געלערנט מיט איינער מער און מיט איינעם ווייניגער מער אזא בחינה וואס די פותח האשכול שרייבט

איז וואס איז געשען היינטיגע צייטן
ס'געווארן מעסס פראדקשען פונקט ווי אלעס
איין גרויסע קלאס יעדער קען ציזאמען און שוין
איך זאג נישט אז ס'איז נישט גוט ווי אזוי ס'איז יעצט
קען אפי' זיין בעסער
ווייל אמאל וואלט א שוואכע קינד נישט ארויף גע'ארבעט אויף זיך היינט וועט יעדע קינד מיזן לערנען גמרא אויב נישט באקומט ער א טוטער

מיסטעריעז האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:29 am
זאגט דער הייליגער מחבר, יורה דעה סי' רמ"ה סעי' טו: כ"ה תינוקות מספיק להם מלמד אחד, היו יותר על כ"ה עד מ' מושיבין אחר לסייעו בלימודם.
מיר ליגט אין קאפ אז ס'איז גמרא ערגעץ אבער גוגל קען מיר עס נישט טרעפן
ווייל איך האב עס שוין געלערנט
און י'ד האב איך כמעט נישט געלערנט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קענדי'ס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:12 pm

אוודאי. בבא בתרא כ״א., דער גמרא איבער תקנת יהושע בן גמלא:
ואמר רבא סך מקרי דרדקי עשרין וחמשה ינוקי ואי איכא חמשין מותבינן תרי ואי איכא ארבעין מוקמינן ריש דוכנא ומסייעין ליה ממתא
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:20 pm

און איך גוגל "כ"ה תינוקות מספיק להם מלמד אחד"
גוגל וואלט געמעגט קענען טרענסלעטן צי אראמיש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קענדי'ס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:25 pm
און איך גוגל "כ"ה תינוקות מספיק להם מלמד אחד"
גוגל וואלט געמעגט קענען טרענסלעטן צי אראמיש
דו נוצסט נאך גוגל... טשעט דזשי פי טי קען יא:
chrome_Rm7JdcG3mZ.png
chrome_Rm7JdcG3mZ.png (11.24 KiB) געזען 3685 מאל
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:27 pm

דו נוצסט נאך גוגל... טשעט דזשי פי טי קען יא:
chrome_Rm7JdcG3mZ.png

אדאנק קנעפל איז נישט גענוג פאר די תלמוד חכם
וויפול קינדער האט ער געהאט אין קלאס ?
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

אפענע וועלט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:38 pm
שטייט איינער אליין קעגן 25, און זיין זדשאב איז זיי אלע צו מאכן אים אויסהערן יעדעס ווארט, זיי זאלן פארשטיין חעדע ווארט, זיי זאלן קענען איבערזאגן יעדע ווארט.
זיי זאלן פארשטיין נייע באגריפן.
זיי זאלן געדענקן ניי באגריפן.
זיי זאלן צוזאמשטעלן שטיקער פון די פאזעל.
זיי זאלן דאס אלעס אויסהערן, פארשטיין, איבערזאגן, און געדענקן.
נישט איין מינוט, נישט 10, נישט 20
8 שעה א טאג.

דאס טוט א מלמד.

אחז דען דאס מעגליך?
ניין

איטס אבאוט טיים אז די איין מלמד 8 שעה פאר 25 קינדער זאל זיך ענדיגן.

עס ברענט סתם אויס די גוטע מלמדים, עס פארשלאפט די גוטע קעפ אין חדר.
עס פארפאטשקעט די שענסטע און טייערסטע צייט.
עס ברענגט א פארפאטשקעטע וועלט.

די עצה?
1)
16 קימדער אין א חדר מעקס
2)
אפטיילן פאר געוויסע צייטן אדער לימודים די גוטע קעפ פון די שוואכערע.
3)
ארויסנעמען קלענערע גרופעס און איבערגייו מערערע מאל אויף נויטיג פאר זיי. נישט צו דארפן שטערם די אנדערע וואס קענען גיין ווייטער
4)
צוטיילן מלמדים'ס צייטן אין כתה. ראטעטן בלע"ז
5)
פארלערנען פאר קלענערע גרופעס אויפאיינמאל, ווען די חזר'ן פארלערנען פאר די אנדערע גרופע.

להיו ידוע, ס'איז שוין דא אזעלכע סעטינגס. וואס איז זייער סוקסעס ראטע אנטקעגן די א"ג אלטמאדישע וועג ?
אמת אז פאר עטליכע קינדער איז נישט גוט קאמערשעל.
זייער אסאך עלטערן זענען אין דינייעל אז דעס איז א סעלושן. טאקע ווייל ס'איז נישט פאר יעדעם.

איך מיין זייער שטארק אז דו ווייסט דערפון נאר דו ווילסט אז דאס זאל ווערן די נארמאל, כדאי די וואס דארפן עס זאלן זיך נישט שעמען.
כמה קולמוס'ן נשברו על זה. איינער וואס דארף העלפ זאל עס טוהן. נישט אראפ שלעפן דעם רוב מנין ובנין.

אזוי אויך, דער סיבה פאר וואס די קלענערע אדער וואס געבן זיך אפ פריוואט וכל שם דאית להון, איז אין אלגעמיין שוואכער ווי אין די גרויסע סעטינג. איז ח"ו נישט ווייל סאיז בעצם שוואכער, נאר ווייל זיי הייבן אפי"ר אן מיט א קלענערע סטאנדארט.
הדעה והכתיבה
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 11:03 am

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הדעה והכתיבה »

ליין איבער זיין תגובה
ער זוכט צו סאלווען די פראבלעם פין די גוטע קעפ דעי וואס דארפען קיין העלפ פאר זיי וועט דאס זיין א ישועה צו קענען אויפלעבען זייערע מוחות און אנפילען די צייט און קונה זיין א וועלט אנשטאטס זיי צו פארשלעפען און אראפשלעפען און אויסלעשען זייערע קעפ מיטען צווינגען צו איינזיצען בשעת סנישטא וואס צו טון פאר זיי חוץ חולומען און בעיקר די ביטול הזמן פין די טייערסטע צייט און לעבען וואס מען קען אזויפיל אויפטון
אדרבה די וואס דארפען העלפ וויל ער ארויסנעמען פין קלאס און דארט געבען די העלפ אפו' די בושות זענען גרעסער
איך נעם נישט קיין מיינונג אין דעם ס'דארף גרויס דעת תורה א טויש
זיך נאר פשוט געווינדערט אויף דיין תגובה ווייל אדרבה אויף די וועג ווי ס'איז יעצט שלעפט מען אראפ רוב מנין ובנין
דער רבש"ע גיבט פאר מענטשען די עתיד צו מתקן זיין די עבר
און ביזדערווייל נעמען מענטשען די עבר צו שחט'ן די עתיד
(הרה"ק ר' יעקב מאיר שעכטער)
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: איינער קעגן 25 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

קענדי'ס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:12 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:21 am
לאמיר א בליק טוהן אויף די סוקסעס ראטעס. דער איינשטעל גייט שוין אן אזוי אזא 2000 יאר+, עס זעהט אויס ווי עס האט גאנץ פיין געארבעט. נישט אזוי זיכער אז עס איז צייט עס צו ענדיגן. וואס איז זיכער צייט צו טוישן איז די סטארוועישאן וועיזשעס וואס מען צאלט זיי דערפאר
דאכט זיך מיר ס'פלעגט נישט זיין ממש אזוי ווער ס'האט געהאט געלט האט זיך געדינגען א מלמד
אויב די אינגעל האט געהאט א גוטע קאפ האט די מלמד זייער שנעל געזאגט פאר די טאטע אז ער קען שוין צי סאך מען דארף אים אוועק שיקן אין ישיבה לערנען

איז מען האט געלערנט מיט איינער מער און מיט איינעם ווייניגער מער אזא בחינה וואס די פותח האשכול שרייבט
די לעצטע הונדרעט פיפציג יאר איז עס זיכער אין סיסטעם. אונזערע זיידעס אין אונגארן עכ"פ די לעצטע צוויי דורות פארן קריג, זענען געגאנגען אין חדר נישט געדינגען קיין מלמד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”