וואלן אין ענגלאנד 2024

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בעלגישע אידל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:42 am

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלגישע אידל »

טראכט הויעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:52 am
ישר כח פאר די באריכטן דא, עס איז אינטערסאנט מיטצוהאלטן אמאל וואס טוט זיך ביי יענעם… אויב ממעג בעטן צי עס איז מעגליך פאר איינעם פון די חשובע ענגלישע באריכטער זאלן געבן א קורצע איבערבליק אויף די צוויי גרויסע פארטייען, אין פארגלייך צו די רעפובליקאנער און דעמאקראטן למשל, אזוי אז מזאל ארויסהאבן וועלכע פארטיי רעפרעזנטירט וואס, און אז מזאגט די רעכטע זענען געווען ביז היינט וואס מיינט דאס אין פאליסי אויב די לינקע קומען אריין, וכו׳ וכו׳
לעיבאר איז ווי דעמעקראטס
ריפארם איז ווי ריפאבליקענס
קאנסערוויטיוו איז אינמיטן...
אז מ'ווייסט אז מ'האט א פראבלעם איז שוין א ישועה!!
איך ווייס אז אייוועלט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די פסק פון מרן בעל שבט הלוי זצ"ל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טיש בעקיטשע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:20 am
פרישע אנקעטע די קאנסערוואטיוון פארטיי ווערט אויסגעמעקט אין אפילו דער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק פארלירט זיין בענקל
Screenshot_20240620_021550_Gallery.jpg
דאס איז דערווייל אן אוטלייער וואס געבט נאר 53 זיצן פאר די טאריס.

די אנדערע געבן זיי ארום 100 זיצן +/- 15.



זייטיגע נאטיץ
אין פראנקרייך זעהט דערווייל אויס אז מאקראן ווערט אפגעמעקט נאך ערגער ווי די טאריס, און די פאר רייט און לעפט נעמען איבער הונדערטער זיצן.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

הלואי ווען געשעט שוין ווייפאוטס אין אמעריקע נייע פארטייען וכו'. מיר זעט אויס ווי אין יוראפ איז דער עולם ווייניגער פאליטיש...
נאו דאק לאונס פאר 6.95% אימעיל [email protected]
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22794
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בעלגישע אידל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:06 pm
טראכט הויעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:52 am
ישר כח פאר די באריכטן דא, עס איז אינטערסאנט מיטצוהאלטן אמאל וואס טוט זיך ביי יענעם… אויב ממעג בעטן צי עס איז מעגליך פאר איינעם פון די חשובע ענגלישע באריכטער זאלן געבן א קורצע איבערבליק אויף די צוויי גרויסע פארטייען, אין פארגלייך צו די רעפובליקאנער און דעמאקראטן למשל, אזוי אז מזאל ארויסהאבן וועלכע פארטיי רעפרעזנטירט וואס, און אז מזאגט די רעכטע זענען געווען ביז היינט וואס מיינט דאס אין פאליסי אויב די לינקע קומען אריין, וכו׳ וכו׳
לעיבאר איז ווי דעמעקראטס
ריפארם איז ווי ריפאבליקענס
קאנסערוויטיוו איז אינמיטן...
לעיבאר איז אויך אינמיטן. די היינטיגע לעיבאר עכ''פ איז נישט קיין פארגלייך צו די דעמס.

בעסער געזאגט, אין ענגלאנד שלאגן זיך די רעכטע און לינקע אויף די פארצייטישע רעכטע און לינקע שיטות. אויף די היינטיגע סאושעל אישוס, וואס איז די היינטיגע רעכטע און לינקע אין אמעריקא, שטיין זיי ביידע כמעט אייניג, ערגעץ אינמיטן די צוויי.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

לאזן איין אשכול
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

וואלן אין ענגלאנד - איבערזוכט.

בריטאניע, זינט איר עמפעריע צוזאמלייג, זיצט זיך רעלאטיוו שטיל און רואיג און טרינקט זיך אירע טיי אונטער אירע פארוואלקענטע הימלען שטייענדיג קיינעם אין וועג.

אבער דאס בריטישע פאלק איז נישט פראבלעמען פריי. אירע גרעניצן זענען פארפלייצט מיט אומלאגאלע אימיגראנטן וועלכע רייטן אויף איר אומפעאיגקייט צו זאגן ניין, אירע נאציאנאלע געזונט דינסט איז פארזינקען אין א קריזיס זינט זי איז איבערגעשטרענגט געווארן פון קאוויד, אירע בירגער זענען פויל און די פרייזן זענען הויך. אין איין ווארט - דער מאסן איז אומצופרידן און אומגעדולדיג און גרייט פאר א טויש.

די לעצטע פערצן יאר האבן די קאנסערוואטיוון רעגירט מיט א מיאריטעט אינעם פארלאמענט און האבן גאנץ ווייניג געטוהן צו נידערן אימיגראציע, הייבן דער עקאנאמיע און שניידן שטייערן. אין יעדער געביט איז דער מצב בלויז פארערגעט געווארן אונטער זייער זייגער.

די ארבעט פארטיי, זייער קעגענער, גערופן "לעיבער" האט ערליך געדינט אינעם אפאזיציע פון וואו זיי האבן זיך געשלאגן און קעגן געשטעלט קעגן די געזעצן און לעגיסלאציעס וועלכע די קאנסערוואטיוון האבן געוואלט דורכפירן, ביז דער אמטירנדע פריים מיניסטאר האט באשלאסן צו פארופן וואלן.

די יעצטיגע וואלן אין בריטאניע זענען פון די לאנגווייליגסטע וואלן אינעם לעצטן יאר-הונדערט, די וואלן רעזולטאטן זענען קלאר ווי דער זון אינמיטן העלן טאג, נעמליך די קאנסערוואטיוון האבן פארלוירן זייערע כח און פאפולאריטעט אזש געוויסע שאצן א פולקאמע סתימת הגולל אויף דעם-באלד-צוויי-הונדערט-יאר-אלטיגע פארטיי צו וועלכע פולע וועלט באקאנטע פיגורן האבן באלאנגט, א שטייגער ווי ווינסטאן טשירטשיל און לויט די לעצטיגע אנקעטעס וועט לעיבאר אליינס געווינען א שיינער מערהייט אין דעם הויז פון קאמאנס און דערמיט ערווארטעט דאס בריטישע פאלק א באקוועמע לעיבאר רעגירונג פאר די קומענדיגע פונף יאר.

איז אבער פארט דא איין קיינטש דא, די בריטישע זענען נישט העכסט צופרידן, נישט פון לעיבאר און זיכער נישט פון די קאנסערוואטיוון, פאר די מאסן קענסטו איינרעדן אז לעיבאר גייט קומען ברענגען א טויש און אויסלייזן דאס פאלק פון אלע זייערע פראבלעמען אבער ארייקוקענדיג טיפער אין זייערע געדאנקענגאנג און פלענער, ווייזט זיך אויס א קנאפע דיפערענס צווישן לעיבאר און זייערע קעגענער. דעריבער האט זיך אויפגעוועקט אן אלטע פאליטיקאנט מיטן נאמען ניידזשל פאראדזש און עטוואס צעשאקלט דעם שטאנג. שטייענדיג אין שפיץ פונעם רעפארם פארטיי - א פארטיי אינעם רעכטן זייט פונעם געזעלשאפט, גענוג רעכט אז די לינקע באציען זיך צו זיי אלס עקסטרעם, רופט ער פאר א טויש. ער וויל גענצליך אפהאקן נעט מיגראציע און צוריק אריין ברענגען דאס פאלק צום ארבעט דורך צוימען פארגוטיגונגס געלטער און מילדערן שטייערן.

זיין פאפולאריטעט האלט אין איין שטייגן און קיינער קען נאך נישט קלאר פארויסשאצן וויפיל שטימען ער וועט זאמלען און פון וועלכע פארטיי ער וועט זיי צונעמען. ער אליין פארשטייט אויך אז ער וועט נישט קענען כאפן מער ווי געציילטע זיצן אינעם הויז אבער פון זיין זייט איז יעדער שטימע א געווינס און עס איז איהם גענוג אז די קומענדיגע פונף יאר וועט ער לפחות האבן א שטימע פון אפאזיציע אינעם לעיבאר-רעגירנדע פארלאמענט.

פאראזש איז נישט קיין קליינע אינגל, ער איז אין פאקט פון די וואס האבן אנגעפירט מיטן גאנצן ברעקזיט קאמפיין מיט 8 יאר צוריק וועלכע האט געווינען קעגן יעדער פארויסשאצונג.

ווי אזוי זאכן גייען זיך ווירקליך אויסשפילן ווייסט נאר דער אויבישטער, עס איז קלאר אז לעיבאר וועט איבערנעמען די רעגירונג און לויט ווי זאכן קוקן אויס וועט זי נישט ברענגען קיין דראסטישע ענדערונגען אינעם געזעלשאפט, לאזענדיג זאכן רעלאטיוו אזוי ווי זיי זענען ביז יעצט, דאס מיינט אז דאס בריטישע פאלק וועט זיך נאך מוזן ספראווען מיט א מערהייט פון זייערע פראבלעמען פאר כאטש א וויילע.

וואס איז אבער יא אינטערעסאנט נאכצוקוקן איז ווי פול כח פאראדזש וועט זיך צוזאמנעמען די קומענדיגע פאר יאר און צו עס וועט איהם ווירקליך געלונגען איבערצושטייגן די קאנסערוואטיוון און גאר ווערן דער שטימע פון דער רעכטע לאגע אין בריטאניע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22794
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

זייער שיין אראפגעלייגט
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

טפסר האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:54 pm
וואלן אין ענגלאנד - איבערזוכט.

בריטאניע, זינט איר עמפעריע צוזאמלייג, זיצט זיך רעלאטיוו שטיל און רואיג און טרינקט זיך אירע טיי אונטער אירע פארוואלקענטע הימלען שטייענדיג קיינעם אין וועג.

אבער דאס בריטישע פאלק איז נישט פראבלעמען פריי. אירע גרעניצן זענען פארפלייצט מיט אומלאגאלע אימיגראנטן וועלכע רייטן אויף איר אומפעאיגקייט צו זאגן ניין, אירע נאציאנאלע געזונט דינסט איז פארזינקען אין א קריזיס זינט זי איז איבערגעשטרענגט געווארן פון קאוויד, אירע בירגער זענען פויל און די פרייזן זענען הויך. אין איין ווארט - דער מאסן איז אומצופרידן און אומגעדולדיג און גרייט פאר א טויש.

די לעצטע פערצן יאר האבן די קאנסערוואטיוון רעגירט מיט א מיאריטעט אינעם פארלאמענט און האבן גאנץ ווייניג געטוהן צו נידערן אימיגראציע, הייבן דער עקאנאמיע און שניידן שטייערן. אין יעדער געביט איז דער מצב בלויז פארערגעט געווארן אונטער זייער זייגער.

די ארבעט פארטיי, זייער קעגענער, גערופן "לעיבער" האט ערליך געדינט אינעם אפאזיציע פון וואו זיי האבן זיך געשלאגן און קעגן געשטעלט קעגן די געזעצן און לעגיסלאציעס וועלכע די קאנסערוואטיוון האבן געוואלט דורכפירן, ביז דער אמטירנדע פריים מיניסטאר האט באשלאסן צו פארופן וואלן.

די יעצטיגע וואלן אין בריטאניע זענען פון די לאנגווייליגסטע וואלן אינעם לעצטן יאר-הונדערט, די וואלן רעזולטאטן זענען קלאר ווי דער זון אינמיטן העלן טאג, נעמליך די קאנסערוואטיוון האבן פארלוירן זייערע כח און פאפולאריטעט אזש געוויסע שאצן א פולקאמע סתימת הגולל אויף דעם-באלד-צוויי-הונדערט-יאר-אלטיגע פארטיי צו וועלכע פולע וועלט באקאנטע פיגורן האבן באלאנגט, א שטייגער ווי ווינסטאן טשירטשיל און לויט די לעצטיגע אנקעטעס וועט לעיבאר אליינס געווינען א שיינער מערהייט אין דעם הויז פון קאמאנס און דערמיט ערווארטעט דאס בריטישע פאלק א באקוועמע לעיבאר רעגירונג פאר די קומענדיגע פונף יאר.

איז אבער פארט דא איין קיינטש דא, די בריטישע זענען נישט העכסט צופרידן, נישט פון לעיבאר און זיכער נישט פון די קאנסערוואטיוון, פאר די מאסן קענסטו איינרעדן אז לעיבאר גייט קומען ברענגען א טויש און אויסלייזן דאס פאלק פון אלע זייערע פראבלעמען אבער ארייקוקענדיג טיפער אין זייערע געדאנקענגאנג און פלענער, ווייזט זיך אויס א קנאפע דיפערענס צווישן לעיבאר און זייערע קעגענער. דעריבער האט זיך אויפגעוועקט אן אלטע פאליטיקאנט מיטן נאמען ניידזשל פאראדזש און עטוואס צעשאקלט דעם שטאנג. שטייענדיג אין שפיץ פונעם רעפארם פארטיי - א פארטיי אינעם רעכטן זייט פונעם געזעלשאפט, גענוג רעכט אז די לינקע באציען זיך צו זיי אלס עקסטרעם, רופט ער פאר א טויש. ער וויל גענצליך אפהאקן נעט מיגראציע און צוריק אריין ברענגען דאס פאלק צום ארבעט דורך צוימען פארגוטיגונגס געלטער און מילדערן שטייערן.

זיין פאפולאריטעט האלט אין איין שטייגן און קיינער קען נאך נישט קלאר פארויסשאצן וויפיל שטימען ער וועט זאמלען און פון וועלכע פארטיי ער וועט זיי צונעמען. ער אליין פארשטייט אויך אז ער וועט נישט קענען כאפן מער ווי געציילטע זיצן אינעם הויז אבער פון זיין זייט איז יעדער שטימע א געווינס און עס איז איהם גענוג אז די קומענדיגע פונף יאר וועט ער לפחות האבן א שטימע פון אפאזיציע אינעם לעיבאר-רעגירנדע פארלאמענט.

פאראזש איז נישט קיין קליינע אינגל, ער איז אין פאקט פון די וואס האבן אנגעפירט מיטן גאנצן ברעקזיט קאמפיין מיט 8 יאר צוריק וועלכע האט געווינען קעגן יעדער פארויסשאצונג.

ווי אזוי זאכן גייען זיך ווירקליך אויסשפילן ווייסט נאר דער אויבישטער, עס איז קלאר אז לעיבאר וועט איבערנעמען די רעגירונג און לויט ווי זאכן קוקן אויס וועט זי נישט ברענגען קיין דראסטישע ענדערונגען אינעם געזעלשאפט, לאזענדיג זאכן רעלאטיוו אזוי ווי זיי זענען ביז יעצט, דאס מיינט אז דאס בריטישע פאלק וועט זיך נאך מוזן ספראווען מיט א מערהייט פון זייערע פראבלעמען פאר כאטש א וויילע.

וואס איז אבער יא אינטערעסאנט נאכצוקוקן איז ווי פול כח פאראדזש וועט זיך צוזאמנעמען די קומענדיגע פאר יאר און צו עס וועט איהם ווירקליך געלונגען איבערצושטייגן די קאנסערוואטיוון און גאר ווערן דער שטימע פון דער רעכטע לאגע אין בריטאניע.
הייסט אז פאראדזש איז די קימענדיגע "חבר מעלעי" פון ענלאנד?
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
קוק ארויף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:38 pm

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק ארויף »

זייער שיין אויסגעקלארט דער נושא, ש'כוח!
טראכט הויעך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:19 pm

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט הויעך »

א הערצליכן דאנק הטפסר המרומם פאר די קלארקייט און פאר די רייכע שפראך
מיושב
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 7:48 am

Re: וואלן אין ענגלאנד 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיושב »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:07 am
צור לציר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 7:23 am
שוין א נייע אשכול למען השם.
פארוואס נישט אין די לאנדאנער אשכול?
וועגן טראמפ זאל מען שרייבן אין די וויליאמסבורגע אשכול?

ס'איז מעסיוו נייעס, סקומט נאציאנאלע עלעקשענס פארוואס זאל נישט זיין קיין פרישע אשכול?

פארוואס פארגינסטו נישט פאר די ענגלישע אידן?
100%
סקומט נאציאנאלע עלעקשענס, פארוואס זאל נישט זיין קיין פרישע אשכול..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”