Re: דעת הרה"ק מסאטמאר זי"ע בענין רעגירונג'ס פראגראמען
איך מיין אז מ'זאל דא מאכן א שטיקל סדר, וואס איז זיכער בשיטת מהר"י ט"ב זי"ע, בנוגע געלט נעמען אין אמעריקע, און וואס איז א ספק.
דהיינו די אינגע סאטמערע דור, אדער די סתם אידן וואס באלאנגען נישט דירעקט צו קהילת סאטמאר. ווייסן נישט קלאר זאכן וואס קענען זיין דברים פשוטים מאוד, פאר עלטערע סאטמערער תלמידים.
דהיינו די אשכול האט מיר איטערסירט אזויווי פאר אסאך אידן. ווייל זייער אסאך אידן ווילן וויסן וואס די סאטמערער שיטה איז געווען אין יעדע ענין, ווי אויך אין די ענין וואס מ'רעדט דא.
ס'וואלט געווען כדי אז מ'זאל ברענגען אפילו דברים פשוטים, ווי לאנטש פראגרעמס וואס איך הער אז (כמעט) קיינער צווייפלט נישט אז די סאטמער רב האט געהאלטן מ'מעג. הגם ס'איז געלט פון די ריגורונג וואס באשטייט פון גוים. ( אוודאי איז נישט דא דער פלאץ אריינצוגיין די סבות ההיתר או האיסור אין יעדע פרט, ווי די פותח האשכול האט שוין געזאגט אז די אשכול איז געמאכט פאר די וואס ווילן וויסן די שיטה. און ל"ד די "פארוואס"...)
יעצט. שמעתי אז געוויסע זאגן, אז אפילו אויף ענ"י פראגרעם איז נישט געווען קיין שום הוראה להיתר, נאר מערסנס א "נישט איסור". דהיינו, אז יתכן אז ער וואלט געוואלט אינגאנצן נישט נעמען לכתחלה, ( אלס לפנים משורת הדין, צי אנדערע סבות.) אבער וויבאלד מ'האט שוין אזוי געטון. האט ער נישט געוואלט זאגן אז מ'זאל אויפהערן נעמען, ווייל דעמאלץ וואלט דאס געווען א קלארע הוראה לאיסור, וואס דאס האט ער נישט געהאלטן!
מצד אחר האבן עטליכע דא געשריבן קלאר נישט אזוי. נאר אז ס'איז געווען קלאר אייביג אז מ'האט גענימען און משתדל געווען צו נעמען.(נישט נאר לאנטש-פראגרעמס) און מ'האט אפילו אזוי אויסגערופן בפניו ביי דינערס וויפיל עס ווערט געדעקט מטעם די מלכות
אשר על כן. לטובת הצבור הרוצים לידע האמת. וואלט געווען כדי, אז אפילו די פשוטע זאכן, זאל מען ברענגען מיט א מקור נאמן. די בעסטע א ריקארדינג פון די דינער אליין, אדער פון א איש נאמן.
לדוגמא פריער איז געווען א ריקארדינ"ג פון ר' נ"י אז די קאליזש-פראגרעם האט מען גענימען בלי חשש. ער האט אויך געזאגט אז דאס איז געגאנגען פאר די "עלטערען" ( איך ווייס נישט צי ס'איז א נ"מ צי ס'גייט גלייך צו די עלטערען, אדער צו די מוסדות. אבער ס'איז זייער גוט צו וויסן קלאר, פון וואס די רעדע איז געווען, וואס האט געהאט א קלארע הוראה להיתר...)
איין מאל ס'וועט זיין קלאר וואס ס'איז געווען קלאר מותר, און וואס איז געווען קלאר אסור. קען מען בעז"ה פארשטיין בעסער וואס זאל אריינגיין בגדר ספק, און וואס נישט.
ווער עס ווייסט זאל ביטע אריינקומען קלאר! ( נישט מורא האבן פון אזעלכע וואס קענען האבן אגענדעס, און וועלן נישט זיין צופרידן ביז תחית המתים אז דער סאטמאר רב זי"ע זאל זאגן קלאר אויף אלעם וואס ער האט געהאלטן, די רובא דרובא איז צופרידן מיט מסתבר'דיגע נארמאלע גוטע מקורות)