טעבלעטס חלק ב' Samsung
דא האט איר א לינק צו חלק א' אויב איר האט עס נאכנישט אנגעיאגט צוליינען.
און די היינטיגע ארטיקעל וועלען מיר בעזר השם ארום רעדען איבער אלע טעבלעטס סעמסאנג האט צו פארקויפן כדי אז פאר איר פרעגט וואספארא טעבלעט צו קויפן זאלט איר בערך וויסען וואס איר דארפט. אדער וועט איר שוין אליינס וויסען וואס איר דארפט.
איז לאמיר אנהייבען.
לאמיר צוטיילען סעמסאנגס טעבלעטס און 4 משפחות. די ערשטע 3 וועט זיין סארטירט פון די בעסטע אויף אראפ. נאכדעים איז דא נאך איין משפחה וואס איז אביסעלע אנדרעש פון די ערשטע דריי.
די S משפחה
די FE משפחה
די A משפחה
די Active line
סעמסאנג לייגט גראדע די FE אינטער די S משפחה אבער איך מיין סאיז בעסער עס אפצוטיילען לצורך הענין.
די S שטייט פאר Super Smart וכשמו כן הוא.
די FE שטייט פאר Fan edition נישט די פען צוגעטשעפעט צום בעט און קעמפ. נאר דאס איז אן עדיטשאן פאר Samsung פענס. חסידים בלע"ז. די געדאנק פון דעים איז אז סעמסאנג האט געוואלט צושטעלן עפעס זאכלעך פאר זייערע פראדאקט ליבהאבער עפעס וואס איז גוט אבער נישט צו טייער און נישט קיין גארבידזש ווי שפעטער אויסגעשמועסט.
די A שטייט פאר Alpha.
איז לאמיר אנהייבען.
S series
דאס זענען די בעסטע שטערקסטע און שנעלסטע וואס סעמסאנג פארמאגט. איינער וואס דארף נוצען פאר ביזנעס אגאנצען טאג א טאבלעט וואלט איך אים געראטען צו נעמען אזאנס.
די S טעבלעטס קומט און 3 מאדעלס.
1. Galaxy Tab S9 Ultra
2. +Galaxy Tab S9
3. Galaxy Tab S9
די גרעסטע אנזעהנע חילק איז די גרויסקייט.
די Ultra האט א 14 אינטש סקרין. די פלאס האט א 12 און די S9 אן 11.
רעם RAM: די Ultra קעמען האבען אזויפיל ווי 16 גב רעם. די אנדערע 2 קען מען נאר האבען ביז 12.
סטארידש storage: די Ultra קען מען האבען ביז 1 TB די פלאס ביז 512 און די S9 ביז 256.
לעת עתה אויף די אמעריקאנער ווערסיע האט נאר די +S9 די מעגליכקייט צו האבן 5G. ממילא אויב ווילט איר קענען האבען א סים קארד מיט סערוויס וועט איר מיזען גיין מיט די פלאס. אדער קענט איר נעמען די אינטערנאצינאלע ווערסיע אבער וועט לכארה נישט אזוי גוט ארבעטן מיט יעדע פראוויידער.
די S9+ וואס האט 5G וועט די רעם זיין 12 גיג און די סטארעדש 256 גיג.
דא ברענג איך א שטיקל פון @קנאפער ידען וואס האט געגעבען אן ערקלעראנג פארוואס נאר די פלאס האט די 5G מעגליכקייט.
מיר געבען איבער דאס ווארט פאר קנאפער.
גיימיר באלד צום סוף אויסשמועסן ווי אזוי מען קען זעהן אויף די מאדעל נאמען אויב סאיז אן אמעריקאנער ווערסיע אדער אן אנדערע.סעמסאנג האט נישט עכט מסביר געווען פארוואס. א השערה איז אז היות אין די יו עס מוזן זיי מאכן אנדערע מאדעלן פאר יעדע קעריער (אייביג געווען אבער נאך מער מיט 5G) זוכן זיי צו שפארן מאדעלן (לעומת זה דער גאנצער וועלט וואס נוצט די זעלבע פאר יעדן, סאו איז דער ווערייעטי פון מאדעלן.)
און זיי גייען פשוט מיט דער מיטלמעסיגער אפציע, אדער דער אפציע וואס האט דער גרעסטער דימענד.
די "9" מאדעלס זענען די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען. איינס פארדעים איז 8 וואס די אלע דריי S models אויבען געשמועסט זענען דא און 8 אויכעט. אזוי גייט עס אראפ 7. 6. און אזוי ווייטער.
די נידריגער די נומבער די עלטער איז עס און פארשטייט זיך אויך א @שוואכערע כלי.
די פרייזען פאר די S זענען בערך צווישען 800 מיט א 1000 געוואנדען און די 3 אויבענדערמאנטע מאדעלס.
FE
ווי שוין אויבען געשריבען וואס די FE באדייט. די משפחה צילט די מידל רענדש טעבלעטס. נישט אזוי שטארק און powerful ווי די S משפחה אבער בעסער ווי די שוואכע A משפחה.
און די משפחה זענען דא 2 מאדעלס.
1. +Galaxy Tab S9 FE
2. Galaxy Tab S9 FE
די סקרין סייז פון די פלאס איז 12 און די אנדערע איז 10.
RAM: די פלאס קען האבען ביז 12 און די נישט פלאס מערסטענס 8 GB.
storage: ביידע קענען האבען ביז 256 GB.
די פלאס האט נישט די אפציע צו האבען 5G. די נישט פלאס האט יא די אפציע. סא אויב ווילט איר קענען אריינלייגען א סים קארד זאלט איר נישט נעמען די פלאס.
די טעבלעט מיט די. 5G אפציע וועט נאר האבען 6 גיג רעם און 128 גיג סטארעדש.
מען רעדט פון די אמעריקאנער מאדעל
די טעבלעט קען זיין גוט אויב גייט איר נישט נוצען קיין העווי יוז נאר אביסעל ברוזינג מיט עפפס.
פונקט ווי ביי דער S איז די 9 די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען. אבער סאיז אויך דא 8 7 און אוזי ווייטער.
ביי 7 איז די ערשטע מאל ארויסגעקומען די FE משפחה. פארדעים איז געווען די Lite משפחה. די לעצטע און די לייט משפחה איז געווען Galaxy Tab S6 Lite. סעמסאנג האט עס לעצטענס איבערגעפרישט.
די פרייזען פון די FE משפחה זענען צווישען 600 און 400.
A
די A משפחה זענען די גאר שוואכע און ביליגע טעבלעטס.דאס איז גורם אז סזאל ארבעטען גאר שטייט.
דאס קומט און 2 מאדעלס.
1. Samsung Galaxy Tab A9
2. +Samsung Galaxy Tab A9
די סקרין סייז פון די פלאס איז 11 און די נישט פלאס 8.
דאס קען האבען ביז 8 גיג רעם און 128 סטארעדש.
די A+ וואס האט 5G וועט נאר האבען 4 גיג רעם און 64 גיג סטארעדש.
נאר די A+ האט די אפציע פאר 5G. די נישט פלאס האט א 4G אפציע אבער נישט 5G.
Active
די משפחה איז שוין גאר אנדערש פון די אויבענדערמאנטע משפחות.
די טעבלעט קומט מיט Hard buttons. דאס איז געמאכט פאר מענטשען וואס דרייען זיך און קאנסטראקשען סייטס אדער און אנדערע שמיציגע (בגשמיות) פלעצער. ווען די הענט איז שמוציג אדער מען האט אן גלאבס איז זייער שווער צו דריקען אויף א סאפט סקרין אשר על כן קומט דאס מיט הארטע באטטענס.
ווי אויך איז עס שטארק סזאל זיך נישט צוברעכען ווען ספאלט אראפ.
די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען איז די
1. samsung galaxy tab active5
2. Galaxy Tab Active4 Pro
ביידע האבען א מעגליכקייט פאר 5G.
די פרא האט א 10 אינטש סקרין סייז און די 5 האט א 8.
די 4 פרא קען האבען ביז 6גב רעם און 128 סטארעדש
די 5 קען האבען ביז 8גב רעם און 256 סטארעדש.
די 256 סטארעדש מיט די 8 רעם זענען דאכציך נישט אוועלעבאל פאר די אמעריקאנער ווערסיע.
די פרייז פאר די טעבלעטס לויפען פון 500 ביז 700 פלאס. געוואנדען און די ספעקס. און געוואנדען צו סהאט 5G אדער נישט.
דא האט איר א בילד. די גרינע איז די 5 און די בלויע די 4 פרא
דא האט איר א סך הכל טעבל פון אלעס אויבען אויסגעשמועסט.
סאיז ראטזאם אז ווען איר קויפט א טעבלעט מיט 5G זאלט איר ענדרעש קויפן די אמעריקאנער מאדעל און מאכען זעכער סוועט ארבעטן מיט דיין פראוויידער ווי למשל Verizon T mobile אדער AT&T.
וויבאלד יעדער נוצט אנדערע בענדס.
איר קענט דא ליינען מער איבער סעלפאון בענדס געשריבען דורך @איל_משולש .
אויב קויפט איר עס דורך Verizon דיירעקטלי למשל קענט איר זיין זיכער אז סאיז אן אמעריקאנער מאדעל וואס ארבעט מיט זיי.
אזוי אויך אויב גייט איר ארויף אויף סעמסאנגס וועבסייט דא און אמעריקא וועט די טבעלטס וואס איר זעט דארט אויך זיין די אמעריקאנער ווערסיע.
אבער ווען סקומט צו קויפען פון אמאזאן אדער איבעי איז וויכטיג אז איר זאלט וויסען די מאדעל נאמען כדי צו וויסען וואס מען קויפט.
איז געטס א קוק אויף די בילד קענט איר זעהן אז נאך די נומבער איז דא א U. איז קודם SM שטייט פאר Samsung.
S916 איז די S23+ מאדעל. יעדע מינע פאון אדער טעבלעט האט א אנדערע מאדעל. נאכדעים די U.
די U הייסט אז סאיז די אמעריקאנער ווערסיע.
סאיז אויך דא U1. U1 מיינט אז סאיז די אמעריקאנער ווערסיע אבער איז פעקטערי unlocked.
אויב זעט איר א B מיינט עס אז סאיז די אינטערנאצינאלע ווערסיע.
נאכדעים איז דא נאך ווי פאלגענד.
A
AT&T
T
T MOBILE
V
VERIZON
N
KOREA
W
CANADA
0
CHINA PHONES
C
CHINA TABLETS
F
INTERNATIONAL LTE
H
INTERNATIONAL 3G
אויב טרעפט איר און די מאדעל נומבער DS מיינט עס dual sim
ענדרויד אוטא
מיר געבען ווידער איבער די מייק פאר קנאפער צו אדרעסירען די android auto פראגע.
מיר האפן אז יעצט ווייסט איר שוין וואס איר האט צוקויפען.דער דזשענעראלע כלל איז אז קיין שום אמעריקאנער ווערסיע סעמסאנג טעבלעט האט נישט ענדרויד אויטא.
נאר די אינטערנאציאנאלע ווערסיעס איז עס יא שייך (אדער אייביג דא)
מיין השערה... זיי ווילן (אדער די קעריערס ערלעדיגן עס ביי זיי) אז מ'זאל קויפן פאונס (אויך) און א טעבלעט זאל נישט זיין א ריפלעיסמענט פאר א פאון.
זיך ווידער זעהן אי"ה ביי די נעקסטע ארטיקעל.
אויב האט איר הנאה געהאט ביטע געט נאר א דריק די לייק קנעפ