דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

סמעטענע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:53 am
וויפיל פראצענט אין די ישיבות זענען אזוי?
איך הער ביי די גרעסערע ישיבות האלט עס ביי נאנט צו "צוואנציג" פראצענט
ממש א שרעק די ישיבות וואלטן געדארפט טון דראסטישע סטעפס.
איינער האט געמאכט א סורוועי?
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

יא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9449
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:18 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
סמעטענע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:03 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:31 pm
ברכו שמו האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:56 pm
געהערט היינט צופרי אויף די דרשה פון הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א מגדולי רבני העיר ב"פ
- אודות הפירצה היינטיגע צייטן פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער רח"ל און די מכשולות נישט נאר ברוחניות שאין לזה שום צד של היתר, נאר אלץ א גרויסע רב זאגט ער אז מקען זיך נישט פארשטעלן די פראבלעמען בגשמיות וואס דאס ברענגט ל"ע פון אפלאזן שידוכים, וכו' וכו'
פארוואס איז טאקע די זאך געווארן אזוי לייכט אפילו ביי שטריימל- בעקיטשע יודן?
וואס קענען מיר - לכה"פ אני הקטן - טוען וועגן דעם?
ביי וועם איז עס שוואך?
ליידער ביי אסאך
מען דארף מער ארבעטן אויף די שמירת עיניים ביי די בחורים אז די פירצה זאל זיך נישט פארשפרייטן
און יונגעלייט
העי, וואס איז מיט אונז? די זיידעס זענען עפעס מלאכים?

ביי דעי וועי, איך בין דאך נישט קיין פרומאק. איך דארף נאך ליידער אסאך ארבייטן אויף מיין שמירת עינים. אבער דאס האב איך א באונוס, אז ווייל איך האב נישט קיין סמארטפאון (טאקע ווייל איך בין נישט אזוי פרום, טאר איך עס נישט האבן), זעה איך נישט די חתן כלה בילדער...
איך האב יא א סמארטפאון און איך באקום נישט קיין חתן כלה בילדער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
זעלבסטשטענדיג
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 19, 2015 12:00 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיג »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:16 am
נישט אוועק צו מאכן די התעוררות, אבער אוודאי איז בימי חז"ל אויך געווען א גרויסער חשבון וויאזוי דער עולם וועט אויפנעמען די גדרים / גזירות וואס זיי האבן געמאכט, פאר די פשוט'ע סיבה אז א גדר / גזירה וואס חז"ל האבן געמאכט האט נישט קיין קיום אויב עס איז נישט נתפשטה ברוב ישראל. אויב דער ציבור פייפט זיך אן דערויף איז עס בטל טראץ דעם וואס די הייליגע חז"ל האבן עס מתקן געווען.

פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין מצוות עשה דוקא צו ז יין פון די יושבי קרנות וואס שפעטן אפ און פרעגן קשיות אויף די רבנים... אוודאי איז דאס נישט די ריכטיגע מהלך. פארט ליגט אבער דער פליכט אויף די רבנים אויב ווילן זיי מעורר זיין אויף עפעס צו זיכער מאכן אז עס איז גוט אראפ געלייגט ומתקבל על הלב כדי עס זאל טאקע זיין דברים נשמעים, און אז נישט איז דא צומאל וואס כך מצוה שלא לומר דבר שלא נשמע.
לאמיר נישט זיין פון וואס פרעגן קשיות אויף רבנים.
לאמיר נאר אנטיילען פאר די רבנים וויאזוי זיי ברויכן זיך צו פירען...
זעלבסטשטענדיג
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

רעקארדינג האט איינער? אישי איז אויך גוט…
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

מזל טוב
ב"ה מיין ברודער האט געטוען ש שידוך מיט זיין זוהן דינסטאג. נחת ושמחות לכל כלל ישראל אכיה"ר
- ער האט מיר דערציילט אז ער ארבייט און א זייער היימישער אפיס אין וומס"ב (לויטער מענער) און נעכטן האט איהם א יונגערמאן געגעבן מז"ט און געזאגט לפי תומו -נישט כאפעדיג מסתמא- איך האב געזעהן א בילד פון דיין זוהן, ער זעהט אויס ווי א לייטישער בחור, אויך די כלה זעהט אויס זייער איידל און באשיידן.

נו שוין - איז די איסור פון ולא תתורו שוואכער ווייל אונז זענען שוין איבער 40?

לבנו יודעים מרת נפשינו מיר מיטליעריגע - אני הקטן זיכער - אז דער יצה"ר שלאפט נישט, פארוואס פעלט עס אויס????
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:19 pm
מזל טוב
ב"ה מיין ברודער האט געטוען ש שידוך מיט זיין זוהן דינסטאג. נחת ושמחות לכל כלל ישראל אכיה"ר
- ער האט מיר דערציילט אז ער ארבייט און א זייער היימישער אפיס אין וומס"ב (לויטער מענער) און נעכטן האט איהם א יונגערמאן געגעבן מז"ט און געזאגט לפי תומו -נישט כאפעדיג מסתמא- איך האב געזעהן א בילד פון דיין זוהן, ער זעהט אויס ווי א לייטישער בחור, אויך די כלה זעהט אויס זייער איידל און באשיידן.

נו שוין - איז די איסור פון ולא תתורו שוואכער ווייל אונז זענען שוין איבער 40?

לבנו יודעים מרת נפשינו מיר מיטליעריגע - אני הקטן זיכער - אז דער יצה"ר שלאפט נישט, פארוואס פעלט עס אויס????
די פראבלעם איז אז ביי דייקא די 40 יעריגע קען מען שוין נישט טוישן. די 10 יעריגע דארף מען טרעפן א מהלך אויפבויען צו האבן א פחד פון דעם אבער מיט א קלוגע אופן וואס איך ווייס נישט וויאזוי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”