ביציקלעך אין מאנסי
ארגינעל געשריבן אין נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
. די מציאות איז אנדערש אין NYC דערפאר לאז איך די קעפל "מאנסי"
ב"ה
די ביציקלעך אין מאנסי זענען א סכנה נוראה. סיי די מאטאריסטן און סיי די ביציקלעך פירערס דארפן זיך אביסל אויסלערנען די געזעצן און מענטשליכקייטן אויפן ראוד.
די געזעצן פאר ביציקלעך ווערן בעיקר דערמאנט אין ארטיקל 34 פון קאפיטל 71 טיטל 7 פון די ניו יארק סטעיט VAT געזעצן
1231) - אלע טרעפיק געזעצן זענען חל אויף ביציקלעך פונקט ווי אויף מאטאריסטן, אויסער וואס שטייט דאהי
1234) - פארן אויף גאסן, ביציקל לעינס און שאלדערס:
טעכנישע זאכן:
1236) - יעדע ביציקל וואס מ'נוצט א האלבע שעה נאכן שקיעה ביז די עלות דארף האבן העדלייטס און טעיל לייטסאון ריפלעקטערס אויף די רעדער. יעדע ביציקל מוז האבן א בעל אבער נישט קיין סירענע. יעדע ביציקל מוז האבן ברעיקס...
האנט סיגנאלן:
1237) אלע ביציקל פירער מוזן געבן האנט סיגנאלן צו סיגנאלירן פאר מאטאריסטן וואס זיי פלאנען צו טוהן:
1238 זאגט אז קינדער אונטער איין יאר טארן נישט זיין אויף קיין ביציקלעך. די סטעיט געזעץ 1238 זאגט אז קינדער אונטער 14 מוזן האבן העלמעטס. ראקלענד קאונטיפארלאנגט אז יעדער איינער אפגעזעהן די יארגאנג מוזן האבן העלמעטס.
1238) קיינער זאל נישט פירן קיין ביציקל פון א שעה א האלב נאכן שקיעה ביזן עלות אויסער אויב ער טראגט "זעהבארע ריפלעקטיוו קליידער אדער מאטריאל וואס איז פון א ליכטיגע קאליר"
1240) ווען אין אן עקסידענט מוז מען ווארטן אויף די פאליציי וכו'
ארטיקל 26 פון קאפיטל 71 טיטל 7 פון די ניו יארק סטעיט VAT געזעצן
1146) א יעדע אויטא דרייווער "shall exercise due care to avoid colliding with any bicyclist,"
סיידוואלקס:
טאקע נישט קלאר פארבאטן צו פארן אויפן סיידוואלקס אבער איז שטארק נישט רעקעמאנדירט צוליב די פוסגייער און אנדערע העזערדס.
עלעקטריק ביציקלעך:
1242) קיינער אונטער 16 זאל פירן אן אי-בייק.
-אי-בייקס זאלן בלויז פארן אויף ראודס מיט א ספיד לימיט פון 30 אדער ווייניגער
-אי בייקס זאלן נישט פארן אויף די סיידוואלקס.
-די "רייד אףף וועי" געהערט פאר פוסגייער
-נישט פירן אזא בייק אונטער די איינפלוס פון דראגס אדער אלקאהאל
נאך א וויכטיגע זאך; אויפן ראוד, דארפן ביציקלעך, פונקט ווי קארס, זיין אין די רעכטע זייט פון די ראוד און חלילה נישט פארן אין פארקערטן ריכטונג וואס איז א leading cause צו עקסידענטן

- אלע ביציקלעך זאלן בלויז פארן אין בייק לעינס.
- במקום וואו עס איז נישטא קיין בייק לעינס (גאנץ מאנסי בכלל) זאלן די ביציקלעך פארן אויפן גאס, נאנט צו די רעכטע אקסל פון די גאס, אדער אין א נוצבארע אקסל - אויב עס איז דא. די ציל איז צו נישט פארורזאכן אומזיסטע שטערונגען פאר מאטאריסטן. אויסער אויב עס איז צו אוועקשטיין פון א העזערד למשל:
- פארקירטע קארס אין די זייט פון די גאס
- זיך גרייטן פאר א לינקס
- מענטשן שפאצירן
- ווען די גאס איז צו שמאל פאר א ביציקל און א מאטאריסט צו זיין אין די זעלבע לעין
- אן אנדערע אפציע ביים זיך דרייען, און נישט גיין אין די טירנונג לעין, איז אריבערשפאצירן ווי א מענטש.
- ווען א ביציקל פארט ארויף אויפן גאס פון א דרייוועי אד"ג מוז ער קומען צו א פולע סטאפפון פארדעם
- אויפן ראוד קען מען זיין צוויי אויפאמאל (נישט דווקא איינער אין די צווייטער) - אויסער ווען מ'דארף געבן מקום פאר מאטאריסטן דיר צו איבערנעמען וואס דאן דארף מען פארן איינער אונטער די צווייטער, "סינגל פייל".
טעכנישע זאכן:
1236) - יעדע ביציקל וואס מ'נוצט א האלבע שעה נאכן שקיעה ביז די עלות דארף האבן העדלייטס און טעיל לייטסאון ריפלעקטערס אויף די רעדער. יעדע ביציקל מוז האבן א בעל אבער נישט קיין סירענע. יעדע ביציקל מוז האבן ברעיקס...
האנט סיגנאלן:
1237) אלע ביציקל פירער מוזן געבן האנט סיגנאלן צו סיגנאלירן פאר מאטאריסטן וואס זיי פלאנען צו טוהן:
- לינקס: לינקע האנט און ארעם אויסגעשטרעקט
- רעכטס: לינקע האנט אויסגעשטרעקט און איינגעבויגן אויף ארויף. אדער: רעכטע האנט און ארעם אויסגעשטרעקט
- אפשטעלן: לינק האנט אויסגעשטרעקט און איינגעבויגן אויף אראפ