ביציקלעך אין מאנסי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמואל חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:27 pm

ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל חיים »

ארגינעל געשריבן אין נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי . די מציאות איז אנדערש אין NYC דערפאר לאז איך די קעפל "מאנסי"

ב"ה

די ביציקלעך אין מאנסי זענען א סכנה נוראה. סיי די מאטאריסטן און סיי די ביציקלעך פירערס דארפן זיך אביסל אויסלערנען די געזעצן און מענטשליכקייטן אויפן ראוד.


די געזעצן פאר ביציקלעך ווערן בעיקר דערמאנט אין ארטיקל 34 פון קאפיטל 71 טיטל 7 פון די ניו יארק סטעיט VAT געזעצן

1231) - אלע טרעפיק געזעצן זענען חל אויף ביציקלעך פונקט ווי אויף מאטאריסטן, אויסער וואס שטייט דאהי
1234) - פארן אויף גאסן, ביציקל לעינס און שאלדערס:
  • אלע ביציקלעך זאלן בלויז פארן אין בייק לעינס.
  • במקום וואו עס איז נישטא קיין בייק לעינס (גאנץ מאנסי בכלל) זאלן די ביציקלעך פארן אויפן גאס, נאנט צו די רעכטע אקסל פון די גאס, אדער אין א נוצבארע אקסל - אויב עס איז דא. די ציל איז צו נישט פארורזאכן אומזיסטע שטערונגען פאר מאטאריסטן. אויסער אויב עס איז צו אוועקשטיין פון א העזערד למשל:
    • פארקירטע קארס אין די זייט פון די גאס
    • זיך גרייטן פאר א לינקס
    • מענטשן שפאצירן
    • ווען די גאס איז צו שמאל פאר א ביציקל און א מאטאריסט צו זיין אין די זעלבע לעין
  • אן אנדערע אפציע ביים זיך דרייען, און נישט גיין אין די טירנונג לעין, איז אריבערשפאצירן ווי א מענטש.
  • ווען א ביציקל פארט ארויף אויפן גאס פון א דרייוועי אד"ג מוז ער קומען צו א פולע סטאפפון פארדעם
  • אויפן ראוד קען מען זיין צוויי אויפאמאל (נישט דווקא איינער אין די צווייטער) - אויסער ווען מ'דארף געבן מקום פאר מאטאריסטן דיר צו איבערנעמען וואס דאן דארף מען פארן איינער אונטער די צווייטער, "סינגל פייל".
1235) - זיכערהייט: נישט האלטן קיין זאכן אין די האנט וואס פאראורזאכט אז מ'זאל נישט קענען האלטן כאטש איין האנט אויף די בייק, אדער וואס פארשטערט דאס זעהן.

טעכנישע זאכן:
1236) - יעדע ביציקל וואס מ'נוצט א האלבע שעה נאכן שקיעה ביז די עלות דארף האבן העדלייטס און טעיל לייטסאון ריפלעקטערס אויף די רעדער. יעדע ביציקל מוז האבן א בעל אבער נישט קיין סירענע. יעדע ביציקל מוז האבן ברעיקס...

האנט סיגנאלן:
1237) אלע ביציקל פירער מוזן געבן האנט סיגנאלן צו סיגנאלירן פאר מאטאריסטן וואס זיי פלאנען צו טוהן:
  • לינקס: לינקע האנט און ארעם אויסגעשטרעקט
  • רעכטס: לינקע האנט אויסגעשטרעקט און איינגעבויגן אויף ארויף. אדער: רעכטע האנט און ארעם אויסגעשטרעקט
  • אפשטעלן: לינק האנט אויסגעשטרעקט און איינגעבויגן אויף אראפ

1238 זאגט אז קינדער אונטער איין יאר טארן נישט זיין אויף קיין ביציקלעך. די סטעיט געזעץ 1238 זאגט אז קינדער אונטער 14 מוזן האבן העלמעטס. ראקלענד קאונטיפארלאנגט אז יעדער איינער אפגעזעהן די יארגאנג מוזן האבן העלמעטס.

1238) קיינער זאל נישט פירן קיין ביציקל פון א שעה א האלב נאכן שקיעה ביזן עלות אויסער אויב ער טראגט "זעהבארע ריפלעקטיוו קליידער אדער מאטריאל וואס איז פון א ליכטיגע קאליר"

1240) ווען אין אן עקסידענט מוז מען ווארטן אויף די פאליציי וכו'


ארטיקל 26 פון קאפיטל 71 טיטל 7 פון די ניו יארק סטעיט VAT געזעצן
1146) א יעדע אויטא דרייווער "shall exercise due care to avoid colliding with any bicyclist,"

סיידוואלקס:
טאקע נישט קלאר פארבאטן צו פארן אויפן סיידוואלקס אבער איז שטארק נישט רעקעמאנדירט צוליב די פוסגייער און אנדערע העזערדס.


עלעקטריק ביציקלעך:
1242) קיינער אונטער 16 זאל פירן אן אי-בייק.
-אי-בייקס זאלן בלויז פארן אויף ראודס מיט א ספיד לימיט פון 30 אדער ווייניגער
-אי בייקס זאלן נישט פארן אויף די סיידוואלקס.
-די "רייד אףף וועי" געהערט פאר פוסגייער
-נישט פירן אזא בייק אונטער די איינפלוס פון דראגס אדער אלקאהאל

נאך א וויכטיגע זאך; אויפן ראוד, דארפן ביציקלעך, פונקט ווי קארס, זיין אין די רעכטע זייט פון די ראוד און חלילה נישט פארן אין פארקערטן ריכטונג וואס איז א leading cause צו עקסידענטן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ישר כח שמואל חיים.
איך וויל צולייגן: הונדערטער בחורים (מיט אינגעלייט) פארן איעדן טאג מיט די ביציקלעך אין ישיבה.
יא, מען דארף זיי אלע לערנען סעיפטי, ווי אויך פשוט נארמאלקייט און מענטשליכקייט.
אבער די דרייווערס דארפן אויך וויסן אז די ביציקלעך האבן רעכטן. און אויך פארשטיין אז די בחורים פארן אין ישיבה לערנען תורה. נישט אזוי גרינג אין די רעגן, שניי און היצן.
לייגט זיי נישט אין א סכנה! שרייט נישט אויף זיי! געדענקט, זיי זענען אונזערע בחורים, אונזערע בני תורה. זיי זענען נישט דיין שמאטע ווייל די ביסט נערוועז אדער די יאגסט דיך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

קענסט אויך צולייגן פיסגייער די זעלבע פראבלעם און נאך אפי׳ ערגער ווי שוין אויסגעשמועסט אסאך מאל מענטשן זייער אסאך אינקלאדינג פרויען מיט קערידזשעס פון קליינע קינדער מאכן זיך באקוועם אויפן ראוד ״אפי׳״ ווי עס איז דא סיידוואלקס און לאכן נאך פון די דרייווער וואס איז זיי מעורר

אפגערעדט אז מענטשן פון אלע סארט קוקן נישט פאר זיי קראסן און נאך

עס איז א לאנגע נושא און דאס איז נאר די שפיץ גאפל דערפון

לדעתי טויש די קעפל צו ביציקלעך און פיסגייער…
מיט א גוטע בליק
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2023 1:53 am

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א גוטע בליק »

עטץ זענטס אלע גערעכט.
אבער ליידער אויף א גרויס חלק ראודס זענען נישט דא קיין סיידוואקס. און אין פול פלעצער אויך נישט קיין געהעריגע שאלדערס. חוץ אפשר הויעכע שטעכעדיגע גראז.
נו, סוי פונקטליך ווי ווילסטו, אז די מענטשן און בייקס זאלן גיין??
על כרחך מוסטו שערן די ראוד מיט זיי !!
און פליז, שטעל נישט איין זייער לעבן.
טראכט גוט, וועט זיין גוט !
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

בוק קיפפער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:53 pm
קענסט אויך צולייגן פיסגייער די זעלבע פראבלעם און נאך אפי׳ ערגער ווי שוין אויסגעשמועסט אסאך מאל מענטשן זייער אסאך אינקלאדינג פרויען מיט קערידזשעס פון קליינע קינדער מאכן זיך באקוועם אויפן ראוד ״אפי׳״ ווי עס איז דא סיידוואלקס און לאכן נאך פון די דרייווער וואס איז זיי מעורר

אפגערעדט אז מענטשן פון אלע סארט קוקן נישט פאר זיי קראסן און נאך

עס איז א לאנגע נושא און דאס איז נאר די שפיץ גאפל דערפון

לדעתי טויש די קעפל צו ביציקלעך און פיסגייער…
א גרויסע פראבלעם. אבער ווילאנג די דרייווער שטעלן זיך נישט אפ ביי קיין קראסוואלקס, קענסטו קיין טענות נישט האבן אז מ'קראסט אינמיטן גאס. איינס ברענגט דאס צווייטע.

און אגב, די געזעץ פארלאנגט אז ווי נאר איינער שטעלט אראפ זיין פיס אויפן ראוד, אפילו ער איז נישט ערלויבט דארט צו קראסן, מוז מען זיך אפשטעלן פאר אים.

"Pedestrians always have the right of way"
יעדע זאך נעמט צייט
מיט א גוטע בליק
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2023 1:53 am

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א גוטע בליק »

דעיס איז געפערליך אין רוב אמעריקא.
אז די קארן געבן נישט קיין רעכטן פאר קיינעם. נישט פאר קיין אנדערע קארן, און אפגערעדט פאר מענטשן.
דעיס איז ליידער די גרעסטע ראוד חורבן אין אמעריקא.
און האט שוין אפגעקאסט, טויזענטער שעה טרעפיק, און צענדליגע נפשות.

איך בין געווען אין יוראפ. דארט איז ממש א ברכה צו מאכן. כמעט קיינער פייפט נישט. מ'לאזט דורך מענטשן, אפי' אויף זייער ביזי גאסן.
און ס'איז טאקע דא סאך ווייניגער עקסידענטן און טרעפיק.
טראכט גוט, וועט זיין גוט !
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

פאר 15 יאר צוריק איז עס געווען סאך א נערמאלערע ערשיינונג צו פארן מיט א ביציקל, איך געדענק חשובע יודן וואס האבן געהאט שיינע פאסטנס האבן געדרייווט ביציקלעך, און אז עס איז געווען מער מציו האבן די קאר דרייווער מער אינאכט גענומען
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

איינער האט שוין אמאל געטראכט צו פאלגן די געזעצן פון דרייוון א קאר?

טוה מיר א טובה, קיינער שטארבט נישט פון בייקס. פון קארס (און באסעס) ווערן מענטשן געהרגט כסדר.

ממש א דזשאוק דאס, צו רעדן פון ביציקליך כאילו דא שטעקט דעם פראבלעם.
חד גדיא
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:45 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד גדיא »

איר קענט די געזעצן פון ביציקלעך? איר ווייסט
וועלכע לעין א ביציקליסט דארף פארן אויף?
נישט אויף די לעין ווי די בחורים און קינדער פארן מיטן בייק אין מאנסי, און דער קאר/באס דארף גיבן פארן בייק פלאץ אזויפיל וויפיל ווי א קאר ספעיס ווען די קאר פעסט א בייק, די ווייסט פארוואס?
האסט געוואוסט פון אזא געזעץ?
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: ביציקלעך אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

א קרוב מיינע האט געהאט א אפעראציע אויפן קאפ נאכן האבן אן עקסידענט און מאנסי, ער איז געפלויגן פונעם ביציקל און זיך אויפגעוועקט אפאר טעג שפעטער....
מ'רעדט פון א ערוואקסענע בחור, און ער האט אנגעהאט א העלמיט בשעת מעשה,
ס'נישט קיין ווערטל,
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”