וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

בס"ד

ס'איז געווען א שטיק צייט צוריק...

איך בין אין שפיטאל, אונטער די פורהאנג, מיט א תהילימ'ל, איך האב שוין נישט פארמאכט מיינע אויגן פאר איבער 32 שעה.

עטליכע טרערעלעך רינען פון מיינע אויגן, איך שעפשע א שטילע געבעט, "טאטע זיסע, נאר דו קענסט, ווייז מיר דיינע וואונדער... למנצח מזמור לדוד..."

עטליכע לאנגע מינוטן זענען אדורך, און "מזל טוב! איטס עי גירל!!" הער איך דעם אלטן דאקטארס שטימע, ב"ה, איך זאג מיט כוונה מזמור לתודה, איך רוף אן מיינע עלטערן, מיין ווייבס עלטערן, ב"ה אלעס איז כשורה, זי זעהט אויס ווי יעדעם און קיינעם... נאך אפאר מינוט זאגט מיר די נוירס "מיסטער, יו קען קאם אין!", איך גיי אריין אין צימער, איך מאך א הויכע שהחיינו, איך זאג מזל טוב פאר מיין ווייב, ב"ה, מ'זעהט אפענע ניסים (נישט אז ס'איז געווען עפעס חלילה באזארגענד, אבער ס'איז נאך אלץ ניסים...) און מיין ווייב גיבט מיר די בליק ווי צו זאגן "ס'איז צייט..."

אוי, וויפיל שלאפלאזע נעכט דאס האט מיר אפגעקאסט, טרערן, פרובירן אוועק צו שטופן די מחשבות, אבער... ס'איז נישט דא קיין ברירה, יעדע טאטע מאמע ווילן דאס בעסטע פאר זייערע קינדער, ב"ה נאר אזעלכע דאגות, אבער ס'איז שווער...

דאס איז אונזער צווייטע קינד ב"ה, מיין בכור איז שוין באלד צוויי יאר, און מ'דארף אים אוועקשיקן פאר עטליכע וואכן ביז זיין מאמע קומט צו די כוחות, ער איז קע"ה אן אויסנאם לעכטיג קינד, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו שיידן פון אים אפילו נאר פאר א קורצע תקופה.

די שמועסן, מיינונגען, עצות, אפציעס, האט מען שוין איבערגעקייט פופצן הונדערט מאל, שיקן צו א בעיביסיטער קאסט געלט, איך ארבעט און איך קען אים נישט בעיביסיטן אינמיטן טאג, מיין שוויגער נעמט קעיר פון די פרישע קימפעטארן און די בעיבי, מיין ווייבס שוועסטער האט געהאט איר עלטסטע 5 וואכן בעפאר, די איינציגסטע אפציע וואס בלייבט איבער איז שיקן צו מיין מאמע.

נו וואס איז די פראבלעם?

ניין, מיין מאמע איז ב"ה אינג און פריש, זי קען און זי וויל אים נעמען פאר ווילאנג ס'פעלט נאר אויס, מיין אינגל האט איר זייער ליב מיט די גאנצע משפחה, ס'איז זיכער אז בעז"ה גייט ער זיין אין זייער גוטע הענט.

נאר וואס דען?

איך וואוין נישט נעבן מיין מאמע, אויך נישט אין די זעלבע סטעיט, (כ'קען נישט זאגן אפן וואו איך וואוין, אבער מ'קען זייער גרינג געוואר ווערן...) דאס מיינט, אז די קומענדיגע וואך צוויי צו דריי גיי איך נישט זיין מיין זיס לעכטיג אינגל...

איך האב בשום אין אופן נישט געקענט שלום מאכן מיט די מצב.

ס'איז שוין געווען מער סוף וואך, איך האב שנעל געמאכט ארעינדזשמענטס אנצוגרייטן אן אכסניא פאר מיינע עלטערן און געשוויסטער וואס קומען צו פארן צום קידוש, גערופן די משמש, געהאלפן אנגרייטן די פרויען קידוש, בקיצור א מעשה, ס'איז געווען זייער א שיינע שבת, א שיינע קידוש, און ס'איז שוין מוצאי שבת קודש.

נאך הבדלה בין אריבער מיט מיין מאמע צו מיין הויז... ס'איז צייט צוזאמפאקן זאכן פאר מיין אינגל מיטצונעמען... איך האב געוויזן פאר מיין מאמע וואו זיינע וועש ליגט, איך האב נישט געקענט זיין אין די זעלבע צימער, איך האב ליטערלי געוויינט...

פון די אנדערע זייט, ווילאנג מיין ווייב איז געווען אין שפיטאל איז מיין אינגל געווען ביי מיין שוויגער, איך האב גערעדט צו מיין שווער און איך האב געהערט מיין אינגל אין די בעקגראונד זיך שפילן לוסטיג און לעבעדיג קע"ה, ווען מיין מאמע איז אנגעקומען צו איר אכסניא האט זי אים גענומען צו איר אכסניא, און זי האט מיר כסדר געזאגט ווי צופרידן ער איז, דאס האט מיך אביסל בארואיגט, איך האב געוואוסט אז ער איז ב"ה אין גוטע הענט.

מ'האט געענדיגט צאמפאקן, יעדער האט זיך געזעגנט, און מיינע עלטערן פארן אהיים – מיט מיין אינגל... מיין זיסע לעכטיגע צדיק'ל...

זארגטס ענק נישט... יענע נאכט בין איך נישט געשלאפן...

זונטאג צופרי, זעה איך אז מיין טאטע האט מיר געטעקסט, איך עפן עס אויף, א ווידיאו! פון מיין אינגל, איך האב געקוקט די ווידיאו, איין מאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל... ער עסט פרישטאג, ער לאכט און זינגט, אבער איך האב געוויינט... מיין ווייב האט עס נישט געהאט קיין כח צו קוקן... זי האט אים שוין נישט געזען זייט זי איז אריין אין שפיטאל, ס'איז אונז געווען זייער שווער.

מאנטאג אינמיטן טאג רופט מיך מיין מאמע אן, סתם צו שמועסן, איך האב געהערט אין די פאון מיין אינגל שפילט זיך, איך האב שנעל צוגעענדיגט די פאון קאל מיט עפעס א תירוץ... איך האב פשוט נישט געקענט...

אזוי איז דורך נאך א טאג און נאך א טאג, יעדן טאג עטליכע ווידיאוס פון מיין אינגל.

ערגעצוואו בערך נאך א וואך אדער מער האב איך מיך דערזעהן קוקן די ווידיאוס אלץ זייער א זיסע זאך, איך זעה מיין אינגלס חכמה'לעך, וויאזוי ער עסט און שפילט, און איך האב מיטגעלאכט... עפעס אין מיין קאפ האט נישט געשטימט, איך האב זיך אליינס געפרעגט "היכי תמצא, קודם האסטו געוויינט, האסט זיך נישט געקענט געזעגענען, און יעצט לאכסטו?..." אבער איך האב נישט געלייגט צופיל אכט, איך בין געווען פארנומען מיט מיין בעיבי און מיטן נישט זיין אין די אייגענע ד' אמות האט זיך עס ווי אליינס איגנארירט...

ס'איז דורך צוויי אהאלב וואכן, מיין ווייב איז שוין ב"ה מער ווייניגער ביי די כוחות, און מ'האט אנגעהויבן רעדן פון צוריק אהיימברענגען אונזער בכור, מ'האט איבערגערעדט וועלכע טאג ס'איז די בעסטע פאר יעדעם, מיין ווייב און איך האבן געקענט באשטיין ווי אמשנעלסטן, אבער למעשה גיימיר נאך איינשטיין ביי מיין שוויגער, האט זי אבער אויך צוגעשטימט אז ער קען קומען סיי ווען, האב איך עס דורכגעשמועסט מיט מיין טאטע, ווייל איך האב געקענט באשטיין נישט צו דארפן פארן די לאנגע וועג אהין און צוריק, למעשה האבן מיר אפגעמאכט א טאג, צייט, און פלאץ וואו מ'גיימיר זיך טרעפן, ס'איז אויסגעקומען דריי וואכן נאך וואס מיין בעיבי איז געבוירן.

יענעם טאג בין איך אויפגעשטאנען פריער ווי געווענליך, געגאנגען דאווענען, אין גראסערי, ויסעו!

אויפן וועג האב איך עפעס נישט געהאט קיין געדולד, ס'איז א דרייוו פון א שיינע פאר שעה, ס'נעמט אויף די גאנצע טאג, אבער איך האב זיך געטרייט צו האלטן ביזי, געקאלט חברים, קול מבשר, געגעסן און געטרינקען, און איך קוק אזוי אויף מיין וועיז – נאך 15 מינוט!

און 15 מינוט ארום גיי איך טרעפן מיין באליבטע זוהן!

די גאנצע פארטעמפטקייט האט זיך א צולאז געגעבן, נאכן אים נישט זעהן פאר דריי וואכן בין איך געווארן אביסל צוגעוואוינט מיטן לעבן בלויז מיט ווייטע גריסן, אבער יעצט האט מיר עס צוריק געכאפט...

איך קוק נאכאמאל אויף וועיז – 14 מינוט... נאר איין מינוט איז דורך?...

די קומענדיגע 13 מינוט האט אויסגעזעהן ווי עטליכע חדשים...

פיינעלי קום איך אן צו די אפגעשמועסטע פלאץ, איך פארק מיין קאר, און איך ווארט אויף מיין טאטע, נאך א לאנגע האלבע מינוט – אבער זייער לאנג... – איז ער אנגעקומען.

איך רייס אויף די בעק טיר, איך כאפ ארויס מיין זיסע נשמה'לע פון זיין קאר סיט, איך קיש אים צוזאם און איך נעם אים ארום שטארק.

גאר שטארק.

און דאן האט מיר עס אריינגעבליצט.

אט אזוי גייט אויסזעהן די גאולה.



-----------*******-----------


ס'איז טאקע נישט בין המצרים, אבער אונז דאווענען יעדן טאג אויף די גאולה, אמאל לייגט מען צו קאפ צו די פירוש המילות, אבער גענוג מאל נישט...

נישט אריינצוגיין אין די נקודה צו ס'איז גערעכט צו נישט, אבער ברודער לעבן, זארגסט דיך צו דו פילסט נישט גענוג שטארק וואס ס'פעלט אונז? ס'איז נישט Wראנג, אוודאי דארף פרובירן צו מיטפילן, אבער דו ווייסט ווען דו גייסט באמת פילן וואס ס'פעלט אונז? ווען דו גייסט עס זעהן...

והראנו ה' אלוקינו בנחמת ציון עריך.
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: מיינע געגועים – פערזענליכע מחשבות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

וואאאף! זייער שטארק ארויסגעברענגט!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איך בין numb!!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

wow
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

שיין געשריבן!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א מחיה צו ליינען

........ס'נאך דא א פארזעצונג...וואס ווארט...עהההםם
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:08 pm
א מחיה צו ליינען

........ס'נאך דא א פארזעצונג...וואס ווארט...עהההםם
ווייטער דו... נעמסט מיך אויף א גילט טריפ... וואס זאל איך טון אז מיינע דמיונות ארבעטן שוין נישט אזוי גוט? (ליין: איך בין פויל...)
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואוו... האסט מיר געברענגט טרערן. אזא שטארקע נקודה, אזוי קלאר ארויסגעברענגט.

דו שרייבסט גוט בד"וו. מעגסט עס טון מער אפט
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער יעניגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:13 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:08 pm
א מחיה צו ליינען

........ס'נאך דא א פארזעצונג...וואס ווארט...עהההםם
ווייטער דו... נעמסט מיך אויף א גילט טריפ... וואס זאל איך טון אז מיינע דמיונות ארבעטן שוין נישט אזוי גוט? (ליין: איך בין פויל...)
כ'מיין נישט גילט
כ'מיין פשוט די מעשה...
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: וואס פעלט אונז? - מיינע מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow wow
שטארקע נקודה
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”