האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

יא
24
28%
ניין - ב"ה
40
46%
איך האב שוין געהאט שטארקע רוקן ווייטאג אבער נישט אויף צו פארדרייען מיין סדר היום.
23
26%
סך הכל שטימען: 87

אוועטאר
אייער
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

רק להתענג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:39 pm
קען א בעסערע קיין העלפען?
א בעסערע וואס?
רק להתענג
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:12 pm
רק להתענג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:39 pm
קען א בעסערע קיין העלפען?
א בעסערע וואס?
אוי ווי.
א קישען
בּרזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

Re: האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:49 pm
בטלן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:34 pm
איך באקום עס אפטמאל ווען ס'איז דא סטרעס אין די ביזנעס.

עטליכע יאר צירוק האב איך עס באקומען ערב ראש השנה - געווען די יאר וואס ממש גאנץ סעפּטעמבער זענען מיר געווען געשפארט - און מיינע פילע גוי'אישע קליענטן לייגן פרעשור אויף מיר - אויפ'ן וועג אהיים פון שול האבן אידן מיר אפגעשטעלט "וואס גייט פאר מיט דיר?" פארוואס קענסטו נישט וואקן גראד?....

איך האב מיך אביסל אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעים, די עיקר: מאך עקסערסייז, סטרעטש דיין רוקן די מערסטע וואס די קענסט, בייג אהער, בייג אהין - לאז די בלוט פליסן צווישן דיינע רוקן ביינער.
די פראבלעים איז נאר אז די ווייען זענען אזוי שטארק אז עס לאזט אפי' נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, און ווער רעדט פון נאכלאזן.
דאס איז דאך איקזעקטלי סארנא, די מח וויל מ׳זאל טראכטן פון די יסורים אנשטאטס פון די סטרעס.
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

זיך געמוטשעט מיט ריקן ווייטאג פאר אפאר חדשים ביז איינער האט מיר געזאגט צו גיין צו די קייראפראקטאר דר. קימעל פון וויליאמסבורג, אין א בחינה פון "ס'קען נישט שאטן" זעמער געגאנגען, און וואונדער איבער וואונדער מיט בלויז 4 אפוינטמענט'ס איז כמעט נישט געווען קיין זכר פון די גאנצע מעשה. ווייס איך נישט וואס די זאך איז, וויאזוי קען מען מיט אפאר גוטע קוועטשעס אויפ'ן מענטש מאכן אוועקגיין ווייטאגן פון אפאר חדשים, אבל כך הי' מעשה ויהי לפלא.
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18343
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: האט איר שוין אמאל געהאט רוקן ווייטאג וואס האט אייך אפגעהאלטן אריינגיין צו די ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אביסל אן אנדערע פראגע, האט איר שוין געהאט רוקן ווייטאג וואס לאזט אייך נישט אריין אין בעט?

זיצן איז אויך שווער אבער ליגן מאן דכר שמיה, נישטא קיין שלאף

ווער אדער וואס קען העלפן דערצוה?
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”