עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:38 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
פארפאלן, טעראר זיגט.
ריכטיג, פארפאלן איט איז...
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

למעשה זעה איך אז קיין גוים איז אויך כמעט נישט געווען ביי די ראלי...
לעצט פארראכטן דורך מייק פענס 2024 אום פרייטאג מאי 24, 2024 4:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טראמפ'ס ערשטע וויצע: טראמפ איז א סכנה פאר די לאנד.

טראמפ'ס צווייטע וויצע: טראמפ איז אמעריקע'ס היטלער.

#העשי_2024.
אוועטאר
עצי היער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 2:19 pm
למעשה זעה איך קיין גוים איז אויך כמעט נישט געווען ביי די ראלי...
גערעכט

ביידן’ס ראליס מיט די זיבן סורקעלס זענען למעשה געוועהן פול קעפעסעטי
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

ס'טע געהערט אזאנס. השומר המלה היימיש אתה?

זאגן ליגענד רעדן לשון הרע קוקן אויף א ראי אסורה מלבין זיין א צווייטן איז דאך אויכט איסור אויב אייער פראבלעם איז תערובות און די אלע מענטשן וואס פאלן דורך ווערן אויס היימיש?
וואס האסטו אפגעמאכט אז דא ביי די טראמפ פאל נעמט עס אוועק די היימישקייט.

און דעיס אז אידן נעמען צו צום הארצן דעם טראמפ און רעדן פון אים אזוי. ליין אביסל היסטאריע ביי וועכע מלוכה און לענדליכע מעמדים ערליכע אידן זענען געגאנגן.

ביים קעניג נאפוליאן האבן אלע צדיקים אריינגעקאכט. נאר ווייל ער האט געוואלגט מאכן די וועלט דעמעקראטיש. מדינה'ליכע שיטות מאכט אויס פאר אידן. גייט א קבוצה אידן צוזאמען ווייזן אביסל שטיצע אז יא אז אידן זענען מיט אים איז א גוטע זאך. יעדער קען זיין א עסקן. ווי באקאנט האט טראמפ זעך שוין אפאר מאל אויסגעדריקט פארוואס רוב אידן וואויטן נישט פאר אים מעג מען ווייזן אז יא מיר שטיצן זיינע שיטות.

און צו די מענטשן וואס זענען דארט געווען ענקערע חלות בלייבן היימישע חלה ענקער קאקאש קעיק איז ווייטער היימישע קאקאש און אויב קניפט עטץ ציצית הייסט עס געהעריג געקניפט דורך היימישע אינגערלייט.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

תגובה דורך ליטווישער »

נאכן זען די טענה'רייען דא אינעם אשכול אויף ביידע זייטן, שרייט זיך ארויס:

אוי, אזויפיל שקר און קטנות איז דא אויף די וועלט, ווי נעמט מען א ברעקעלע אמת??

איך נעם נישט קיין צד דא, נאר צו זען וואס עס גייט דא פאר (פון ביידע זייטן) ודי למבין.
לעצט פארראכטן דורך ליטווישער אום פרייטאג מאי 24, 2024 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:36 pm
נאכן זען די טעה'ייען דא אינעם אשכול אויף ביידע זייטן, שרייט זיך ארויס:

אוי, אזויפיל שקר און קטנות איז דא אויף די וועלט, ווי נעמט מען א ברעקעלע אמת??

איך נעם נישט קיין צד דא, נאר צו זען וואס עס גייט דא פאר (פון ביידע זייטן) ודי למבין.
דיסקלעימער: איך גיי בל''נ נישט מסביר זיין די תגובה
סיסטעם איד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
סיריעסלי..?!?! האסט נישט אויף וואס מוחה צו זיין??

די שטייסט אויך ביי די פראטיסטן אויף רט. 59??

לאמיר שרייען פוי! פוי! גיייייוווואאאאללללדדד!

דער עולם מאכט ווערטלעך אויף טראמפ! רח״ל! היל״ת! פוייייייי!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

עס איז אפשר נישט אזא פראבלעם צו גיין צו די ראלי, די שאלה איז פארוואסמ'גייט

סיסטעם איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:59 pm

האט ער נאר דאס געשריבן? וואס זאגסטו צו זיין צווייטע נקודה?

@דניאל אויערבאך קום אריין קלאר
זעלבסטשטענדיג
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 19, 2015 12:00 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיג »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 5:03 pm
עס איז אפשר נישט אזא פראבלעם צו גיין צו די ראלי, די שאלה איז פארוואסמ'גייט
און דאס באדערט דעם פוה"א.
זעלבסטשטענדיג
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:46 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:43 pm
לאמיר טראכטן וואספארא איסור איז אהינצוגיין? אויב איז דיין פראבלעם תערובות דאן זיי מוחך און גיי קיינמאל נישט אין וואלמארט אדער 13 עוועניו ווייל ס’די זעלבע תערובות
גארנישט מיט תערובות, לאמיר זאגן עס איז אויסגעהאלטן צוטיילט מענער פרויען, נישטא קיין מוזיק.

אבער ווערן צוגעבינדן צו א גוי, ווערן צוגעבינדן צו גוי'אישע פאליטיק אזש ביזן אנטיילנעמען אין א גוי'שער ראלי ווייל דארט איז מיין הנאה, מיינט איך בין געווארן נענטער צום גוי. און דאס איז נישט נאר איין עבירה, דאס ווייזט ווי ווייט מען איז פון באגרייפן אז מען איז א איד בכלל. מען כאפט גארנישט אז מען איז א איד, און אז די תורה זאגט "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי".
פארוואס הנאה האבן פון מיין ביזנעס איז ווייניגער א פראבלעם? עס איז גשמיות, איז עס נישט דווקא א גוי, איז וואס?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פארוואס דארף מען מסביר זיין א זאך וואס יעדער האט אמאל פארשטאנען?
פארוואס צו ווייזן אז מען מעג גיין דארף מען צוריק גיין ביז נאפאליאן און מגשם זיין די הימלישע קריג?
פארוואס איז קיין היימישער איד נישט געגאנגען צו אבאמא'ס ראלי? בוש? קלינטאן? רעיגען?
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm
צום קעפּל

איך האב עס נישט געשריבן בעפאר, ווייל אפשר וועט דאס נאך צוברענגען איינער זאל גיין...

עניוועי, אויף בראנקס זו גייט איר טראץ עס זעהט דארט אויס א מעין פון די ראלי? אין עירפארט גייט איר טראץ מען קען דארט הערן גוי'אישע מוזיק? א פרעזידענטליכע דעבאטע ווערט איר אמאל נכשל אין קוקן?

לויט ווי א רעספעקטירטער ניק טענה'ט [אז פאר אים (פאר מיר מאכט עס זערא סענס)] איז א טראמפ ראלי נאך אסאך אינטרעסאנטער ווי א ליקוי חמה, און אפילו אויב איז עס נאר א צענטל אזוי אינטערסאנט, איז מיר שווער צו זאגן אז אזא איד וואס ממש דאס איז אזוי אינטרעסאנט טאר נישט גיין ווען עס איז ממש דא לאקאל, על כל פנים עז לאונג איך גיי אין ערפארט אן נומער זערא גלעזער מיט אויערן שטאפערס.

איז מער מהודר נישט צו גיין? מסתמא.

און לגבי פולחן הטראמפ, דאס האט זיך נישט נעכטן אנגעהויבן, שטייצעך איך גלייך עס נישט, אבער אלץ איינער וואס ליגט נאך אין פאליטיק האבעך ווייט פון רעכט עס אראפצורייסן.

איך האב נאר געזען פאר וויכטיג אפצופרעגן דעם וואס טענה'ט אז עס איז גאר אידישקייט מחזק צו זיין דעם מנובל ומושחת וואס האט גאר נארמאליזירט השחתה ביי די רעפאבליקאנער.

דאס שרייב איך טראץ וואס איך וויל אבסעלוטלי נישט אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אדער בכלל עפעס, נאר האלט אז ער באלאנגט אין תפיסה פאר אלע זיינע קרימינאלע שטיק די לעצטע פופציג זעכציג יאר...
הגם איך בין נישט איינשטמיג מיט די פוינט איבער זיך באטלייגן ביי א ראלי... איז די אנסטי ווערט טאזענט לייקס!!!!
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 5:16 pm
פארוואס דארף מען מסביר זיין א זאך וואס יעדער האט אמאל פארשטאנען?
פארוואס צו ווייזן אז מען מעג גיין דארף מען צוריק גיין ביז נאפאליאן און מגשם זיין די הימלישע קריג?
פארוואס איז קיין היימישער איד נישט געגאנגען צו אבאמא'ס ראלי? בוש? קלינטאן? רעיגען?
זעהט אויס יענע ראליס זענען נישט געווען אזוי אינטרעסאנט...
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

עצי היער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 2:16 pm
א שנעלע סורטש אויפן פותח האשכול’ס תגובות פארציילט אז ער האסט טראמפ

איך זאג סתם
דערפאר איז די מנהג צו האבן פאר יעדע נושא, א אנדערע ניק, וכן נוהגין...
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

חברה מאכטס ענק נישט משוגע דארט איז געווען היימישע אידן און פארטיג. צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט די זענען היימישע חברה פון אונזערע. געהעריג קאפל פיאות די גוטע שיעור און ציצית די פולע טראגע. זיי רעגן זעך אויף די מעיל'ס פונקט ווי דיר און זיי שמוגלן זעך אריין ביים עקזיט פונקט ווי דיר. קענסט לייגן שטרעכן צייכונגן ביי די ווארט נישט קענסט אונטערליינען די ווארט היימיש. זיי הייסן היימיש זיי זענען היימיש און פארטיג.
קענסט שרייען אינסייד איז זייער היימישקייט פארשימלט דעיס ווייס נישט איך און נישט דו
די עיקר איז ווען דו העסט זיין אין עריפארט און העסט זיי זעהן דארט העסטו זאגן פאר דיינע קינדער אה ברוך השם ס'דא נאך היימישע אידן דא.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
טאמעוואטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:09 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעוואטע »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:36 pm
נאכן זען די טענה'רייען דא אינעם אשכול אויף ביידע זייטן, שרייט זיך ארויס:

אוי, אזויפיל שקר און קטנות איז דא אויף די וועלט, ווי נעמט מען א ברעקעלע אמת??

איך נעם נישט קיין צד דא, נאר צו זען וואס עס גייט דא פאר (פון ביידע זייטן) ודי למבין.
עולם השקר....
https://drive.google.com/file/d/14NxYOv ... ?usp=gmail
איי (דער) וועלט איז א שטילער ניק , און דער עיקר נישט דערקענען זיך... https://drive.google.com/file/d/14NxYOv ... ?usp=gmail
סיסטעם איד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 5:04 pm
סיסטעם איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:59 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
סיריעסלי..?!?! האסט נישט אויף וואס מוחה צו זיין??

דער עולם מאכט ווערטלעך אויף טראמפ! רח״ל! היל״ת! פוייייייי!
האט ער נאר דאס געשריבן? וואס זאגסטו צו זיין צווייטע נקודה?
לאמיר שוין זאגן אז א איד איז עובר מיט א גאר הארבע עבירה, ווער מען אויס ״היימישע איד״ טאקע???

כ״ש דעיס איז נישט קיין עבירה!
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 5:16 pm
פארוואס דארף מען מסביר זיין א זאך וואס יעדער האט אמאל פארשטאנען?
פארוואס צו ווייזן אז מען מעג גיין דארף מען צוריק גיין ביז נאפאליאן און מגשם זיין די הימלישע קריג?
פארוואס איז קיין היימישער איד נישט געגאנגען צו אבאמא'ס ראלי? בוש? קלינטאן? רעיגען?
דאס מערהייט פארשטייט אז א איד באלאנגט נישט אהין. נאר די טענות צום פ" ה זיינען בעיקר ווי וויכי האט ערמאנט.

טרעף מיר נישט קיין תורות צו פארטרפענען דיין קעגנערישע צד אין פאליטיק. טוה אויס דאס רבנות היטל, און גיי פול פורס מיט דיינע גרויסע שמיציגע צוויי פאליטיק הערנער!!
פארשטאנען?!
שיין העמיר אויסקוקן ווען די גאסן וועלן ווערן פול מיט פסוקים אויף קאמפיין טאוולען...
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:32 pm
ס'טע געהערט אזאנס. השומר המלה היימיש אתה?

זאגן ליגענד רעדן לשון הרע קוקן אויף א ראי אסורה מלבין זיין א צווייטן איז דאך אויכט איסור אויב אייער פראבלעם איז תערובות און די אלע מענטשן וואס פאלן דורך ווערן אויס היימיש?
וואס האסטו אפגעמאכט אז דא ביי די טראמפ פאל נעמט עס אוועק די היימישקייט.

און דעיס אז אידן נעמען צו צום הארצן דעם טראמפ און רעדן פון אים אזוי. ליין אביסל היסטאריע ביי וועכע מלוכה און לענדליכע מעמדים ערליכע אידן זענען געגאנגן.

ביים קעניג נאפוליאן האבן אלע צדיקים אריינגעקאכט. נאר ווייל ער האט געוואלגט מאכן די וועלט דעמעקראטיש. מדינה'ליכע שיטות מאכט אויס פאר אידן. גייט א קבוצה אידן צוזאמען ווייזן אביסל שטיצע אז יא אז אידן זענען מיט אים איז א גוטע זאך. יעדער קען זיין א עסקן. ווי באקאנט האט טראמפ זעך שוין אפאר מאל אויסגעדריקט פארוואס רוב אידן וואויטן נישט פאר אים מעג מען ווייזן אז יא מיר שטיצן זיינע שיטות.

און צו די מענטשן וואס זענען דארט געווען ענקערע חלות בלייבן היימישע חלה ענקער קאקאש קעיק איז ווייטער היימישע קאקאש און אויב קניפט עטץ ציצית הייסט עס געהעריג געקניפט דורך היימישע אינגערלייט.
מיט אלעם קענעך אפשר מסכים זיין, אויסער דאס צוגלייכן די הייליגע מחלוקה צווישן די צדיקים הקודמים ביי נאפאלעאן צו דעם בראנקס ראלי. ביטע...
סיסטעם איד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

א איד וואס איז עובר לאמיר זאגן אויף אן עבירה, ווערט אויס היימישע איד???

אדער נאר ווער עס איז עובר אויפן גאר הארבן איסור פון זיך באטייליגן ביי דיין פארפיינטע׳ער טראמפ ראלי…?

ווייל ביי א ביידען ראלי וואלסטו ווארשיינדלעך געשטאנען אויבנאן… [אויב די וואלסט דיר נישט געשעמט צו שטיין מיט די רעגן בויגן פענער..]
אוועטאר
עצי היער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

צ”ק

האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

עצי היער האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:29 am
צ”ק

האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער איז א מאגא חסיד...
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:51 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 pm
דארף מען מאכן א אנקעטע וואס איז מער אינטערעסאנט א ליקוי חמה אדער טראמפ ראלי..

דאס וואלט געווען אן אנקעטע וויפיל איי קיו מען האט/וויפיל מען איז אינטרעסירט אין מדע.
אסאך אנקעטע פראגע'ס קענען מעסטן אייקיו, למשל די פראגע: וואס טוט איר אפטער, לערנט/ליינט מדע ספרים/ביכער אדער שרייבט/ליינט אויף אייוועלט?!

וואס וואלט איר לדוגמא ערעב צל געוועלט אין אזא אנקעטע?!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”