עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:39 pm
אה. גוט מארגן. נאך איין מזל ס'דא אזא אשכול. וואס וואלט מען געטוהן אן דעם ?

ס'איז דא א גאול פון צען בלעטער פאר דעם אשכול, לאמיר ריטשען די גאול !! כולנו למערכה !!
לץ איינער...
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
לעצט פארראכטן דורך today not tomorrow אום פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפּל

איך האב עס נישט געשריבן בעפאר, ווייל אפשר וועט דאס נאך צוברענגען איינער זאל גיין...

עניוועי, אויף בראנקס זו גייט איר טראץ עס זעהט דארט אויס א מעין פון די ראלי? אין עירפארט גייט איר טראץ מען קען דארט הערן גוי'אישע מוזיק? א פרעזידענטליכע דעבאטע ווערט איר אמאל נכשל אין קוקן?

לויט ווי א רעספעקטירטער ניק טענה'ט [אז פאר אים (פאר מיר מאכט עס זערא סענס)] איז א טראמפ ראלי נאך אסאך אינטרעסאנטער ווי א ליקוי חמה, און אפילו אויב איז עס נאר א צענטל אזוי אינטערסאנט, איז מיר שווער צו זאגן אז אזא איד וואס ממש דאס איז אזוי אינטרעסאנט טאר נישט גיין ווען עס איז ממש דא לאקאל, על כל פנים עז לאונג איך גיי אין ערפארט אן נומער זערא גלעזער מיט אויערן שטאפערס.

איז מער מהודר נישט צו גיין? מסתמא.

און לגבי פולחן הטראמפ, דאס האט זיך נישט נעכטן אנגעהויבן, שטייצעך איך גלייך עס נישט, אבער אלץ איינער וואס ליגט נאך אין פאליטיק האבעך ווייט פון רעכט עס אראפצורייסן.

איך האב נאר געזען פאר וויכטיג אפצופרעגן דעם וואס טענה'ט אז עס איז גאר אידישקייט מחזק צו זיין דעם מנובל ומושחת וואס האט גאר נארמאליזירט השחתה ביי די רעפאבליקאנער.

דאס שרייב איך טראץ וואס איך וויל אבסעלוטלי נישט אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אדער בכלל עפעס, נאר האלט אז ער באלאנגט אין תפיסה פאר אלע זיינע קרימינאלע שטיק די לעצטע פופציג זעכציג יאר...
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

דארף מען מאכן א אנקעטע וואס איז מער אינטערעסאנט א ליקוי חמה אדער טראמפ ראלי..

אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:55 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:42 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:40 pm
שלומה של מלכות איז אייביג א זאך געווען , די אידן דארטן זענען נישט מעריץ טראמפ זיי זענען מעריץ די מאוומענט אנטקעגן די אלע בייזוויליגע נידריגע לינקע רוצחים ומנובלים
פאר שלומה של מלכות איז גענוג צו שיקן אפאר אידן וואס טוען שתדלנות פאר כלל ישראל. קיינער פון די העמד הויזן אידן דארט האט נאך נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער איבער קיין שום שתדלנות פאר קיין שום איד. ער איז געגאנגען ווייל ער האט ליב א גוי.
לאמיר עס אנקוקען אזוי

די אמעריקאנע גוים ווערן מער און מער פארדארבן און משוגע דורך די לינקע משוגעים. קומט איינער מיט א מאוומענט אז עד כאן! מגיימער זיך נישט לאזן אונטערברענגען אונזער שכל און מאראל! האלסטו דען נישט אז ס’איז א קידוש שם שמים אז היימישע אידן שטעלן זיך צי צו דעם מאוומענט? אונז שרייען אויס בפני כל העמים אז מיר - די עם הנבחר זענען נאך נארמאלע מענטשן! מיר לאזן זיך נישט פארפירן מיט אלע געמיינע לינקע אנשויאינגען!
חחחח.. דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו זאגסט.. יא, ברענג איין איד וואס איז דארט געווען וואס האט טאקע געהאט די כוונה לקדש שם שמיים, לאמיר אלע זינגען בתערובות 'ל-ק-ד-ש שם שמייים'
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 pm
דארף מען מאכן א אנקעטע וואס איז מער אינטערעסאנט א ליקוי חמה אדער טראמפ ראלי..

דאס וואלט געווען אן אנקעטע וויפיל איי קיו מען האט/וויפיל מען איז אינטרעסירט אין מדע.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
עס שטערט אייך אויך אזוי שטארק די תורה חדשה פון די פארקערטע זייט? וועלכע הלכות איז ווייניגער וויכטיג און מער וויכטיג?
ביטע נישט אטאקירן, ווייל יעדער וואס קען מיר אויף אייוועלט ווייסט אז פארפרומט איז מיין לעצטע מעלה...
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:51 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 pm
דארף מען מאכן א אנקעטע וואס איז מער אינטערעסאנט א ליקוי חמה אדער טראמפ ראלי..

דאס וואלט געווען אן אנקעטע וויפיל איי קיו מען האט/וויפיל מען איז אינטרעסירט אין מדע.
אבי געהאקט

IQ?

די דעפיניציע פון IQ איז - א אפשאצונג אויף די פערזאן'ס מעגליכקייט צו פראסעסן סטראטעגיעס, דערגרייכן קאנקלוזשנס, החלטהס, און פאראויסשאצונגען, באזירט אויף אינפארמאציע און באווייזן וואס ער האט.

מדע?

עס זענען דא פארשידענע תחומים פון מדע, וועלטליכע פאסירונגען און סאציאלע געשעהענישן זענען פונקט אזוי מדע
לעצט פארראכטן דורך today not tomorrow אום פרייטאג מאי 24, 2024 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

דער פותח האשכול לאזט וויסן פאר די גאנצע עולם, אז ער האט געזעהן א קליפ פול מיט נשים ר"ל, און פון דארטן ווייסט ער פונקטליך אז עס זענען געווען היימישע חברה ביי די ראלי....
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:58 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
עס שטערט אייך אויך אזוי שטארק די תורה חדשה פון די פארקערטע זייט? וועלכע הלכות איז ווייניגער וויכטיג און מער וויכטיג?
ביטע נישט אטאקירן, ווייל יעדער וואס קען מיר אויף אייוועלט ווייסט אז פארפרומט איז מיין לעצטע מעלה...
די נושא איז נישט פרומקייט - וואס איך רעספעקטיר זייער

די נושא איז דיקטירן אנדערע
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm
צום קעפּל

איך האב עס נישט געשריבן בעפאר, ווייל אפשר וועט דאס נאך צוברענגען איינער זאל גיין...

עניוועי, אויף בראנקס זו גייט איר טראץ עס זעהט דארט אויס א מעין פון די ראלי? אין עירפארט גייט איר טראץ מען קען דארט הערן גוי'אישע מוזיק? א פרעזידענטליכע דעבאטע ווערט איר אמאל נכשל אין קוקן?

לויט ווי א רעספעקטירטער ניק טענה'ט [אז פאר אים (פאר מיר מאכט עס זערא סענס)] איז א טראמפ ראלי נאך אסאך אינטרעסאנטער ווי א ליקוי חמה, און אפילו אויב איז עס נאר א צענטל אזוי אינטערסאנט, איז מיר שווער צו זאגן אז אזא איד וואס ממש דאס איז אזוי אינטרעסאנט טאר נישט גיין ווען עס איז ממש דא לאקאל, על כל פנים עז לאונג איך גיי אין ערפארט אן נומער זערא גלעזער מיט אויערן שטאפערס.

איז מער מהודר נישט צו גיין? מסתמא.

און לגבי פולחן הטראמפ, דאס האט זיך נישט נעכטן אנגעהויבן, שטייצעך איך גלייך עס נישט, אבער אלץ איינער וואס ליגט נאך אין פאליטיק האבעך ווייט פון רעכט עס אראפצורייסן.

איך האב נאר געזען פאר וויכטיג אפצופרעגן דעם וואס טענה'ט אז עס איז גאר אידישקייט מחזק צו זיין דעם מנובל ומושחת וואס האט גאר נארמאליזירט השחתה ביי די רעפאבליקאנער.

דאס שרייב איך טראץ וואס איך וויל אבסעלוטלי נישט אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אדער בכלל עפעס, נאר האלט אז ער באלאנגט אין תפיסה פאר אלע זיינע קרימינאלע שטיק די לעצטע פופציג זעכציג יאר...
דיין האנעסטי איז באגריסנד ביז גאר!
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

לאז ארויס די ראלי דארט איז דאך דא א פראבלעם פון ריאות האסורית

איך האב א צווייטן פראגע איז דא א פראבלעם מיט די הלכה צו זיין א טראמפיסט דאס מיינט האלטן פון טראמפ אין זיינע פאלעסיס אין שטיצען זיין קאנדידאטור

די פראגע איז אויך פאר אלע ביידען שטיצער
היה אומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:38 pm
גרעיט עיגען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:37 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, וכו'.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
דער בחור נעמט אפאר דשאוקס אין מעמט עס צו שטארק צום הארצן
נישט אלעס איז אפן פאר א זשאוק. איינער וואס האט 'עפעס' געפיל צו קדושת נשמת ישראל, פארנעמט נישט אזא דזשאוק.
מען דארף ברענגען אב"ד סאטמאר וומס"ב שליט"א
זאל מאכן א מחאה אויף דעם
די שורש איז די זעלבע
מען מיינט אז אלעס איז אפען פאר זשאקס
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

שטארקע אור האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:35 pm

קאם אן.. מען ברויך האבן א געוואלדיגע טיפע קאננעקשאן צו קענען זאגן דברות קודש אויף א גוי?
ווען איך זאג "זיידי" ביידען איז עס ווייל איך האב צו אים א גאר גאר טיפער קאננעקשן, ממש ווי א אייניקל צו זיין זיידע?
ווען דו זאגסט זיידע ביידען, איז ווייטער ווייל דו האסט אזוי ליב טראמפ אהבת נפש, אז זיינע שונאים זענען דיינע פערזענליכע שונאים, און דו ווילסט חוזק מאכן פון ביידען.

און באבי פעלאוסי איז ווייטער דיין שונא, ווייל זי האסט עפעס א צווייטן גוי וואס דו האסט ליב.

די גאנצע היימישע שפראך פון באבי און זיידי, און רבי, מיט חסידים און מתנגדים, מיט דברות קודש, און די ווארט "דרשה" אויף עפעס וואס גייט פאר ביי גוים, ברויך ווערן איבערגעטראכט.

א גוי זאגט א 'רעדע', און איז ביי די אויגן פון א איד סך הכל א פאליטישאן וואס לויפט פאר אן אמט. איך מעג זאגן א מיינונג אויף זיינע פאליסעס, איך מעג האלטן אז ער איז גערעכט, און זיך אפי' טענה'ן דערוועגן. אבער ביזן נעמען 'פערזענליך'.

American Dream האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:20 pm
לאז ארויס די ראלי דארט איז דאך דא א פראבלעם פון ריאות האסורית

איך האב א צווייטן פראגע איז דא א פראבלעם מיט די הלכה צו זיין א טראמפיסט דאס מיינט האלטן פון טראמפ אין זיינע פאלעסיס אין שטיצען זיין קאנדידאטור

די פראגע איז אויך פאר אלע ביידען שטיצער
מען מעג האבן א מיינונג אין פאליטיק.

מען טאר נישט זיין א חלק פון פאליטיק.

עסקנים וואס ווילן העלפן אידן גייען צומאל צו פאליטישע געשעענישן פארן ציל פון קענען אויפטוהן פאר אידנס וועגן, נישט ווייל עס איז זייערס א שמחה.

סתם עמך אידן וואס גייען צו א פאליטישע ראלי מיינט אז גוי'אישער פאליטיק איז געווארן זייער א זאך.

טראמפיזם וואס האט גענומען פאליטיק צו א גאר פערזענליכע לעוועל, מיינט אז עפעס א גוי האט ביי מיר א פערזענליכע חן. וואס ער זאגט איז זיס, וואס ער האלט איז ריכטיג, איך האלט פון 'אים'. און די תורה זאגט "לא תחנם".
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:39 pm
אה. גוט מארגן. נאך איין מזל ס'דא אזא אשכול. וואס וואלט מען געטוהן אן דעם ?

ס'איז דא א גאול פון צען בלעטער פאר דעם אשכול, לאמיר ריטשען די גאול !! כולנו למערכה !!
און מיר האפן און בעטן אז די מנהלים זאלן עס נאכדעם פארמאכן כדי מיר זאלן קענען אריבער פירן די שמועס אין צענזור און שרייבן אלע טענות קעגן די הנהלה.

שנשמע קאלעוואסער בשרה תורות.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
פארפאלן, טעראר זיגט.
דובר שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 22, 2021 3:42 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובר שלום »

"ריש וקלון פורע מוסר ושומר תוכחת יכבד", זאגט אונז שלמה המלך (משלי י"ג י"ח.)

עס איז אוודאי ריכטיג צו וועלן טאקע זעהן א מפלה פאר די אלע געמיינע לינקע ליבעראלן בכל מקומות מושבותיהם. אבער א איד איז פארט א איד!

מען גייט נישט, מען זאגט נישט, מען שרייבט נישט אפילו אויף א ווערטל, עפעס וואס פאסט נישט פאר א איד.
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:38 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
פארפאלן, טעראר זיגט.
וואס זאגסטו?

די דערמאנסט מיך פון המברך יתברך..

אויב די ציהל איז צו אנקומען צו א געוויסע צאל תגובות גיי צו פארברענגען
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3539
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:38 pm
today not tomorrow האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:42 pm
די (קעפל פון די) אשכול איז א תולדה פון די לעצטיגע אויפוואכונג פון די תורה חדשה אפצווייג פונעם היימישן עולם וואס זענען זעלבסט דערקלערטע אידישקייט ווארטזאגער

זיי קענען אפמאכן וואס איז כשר, וואס איז אידישלעך, וואס איז היימיש, וואס די רבי זי"ע וואלט געהאלטן, און מאכן אפ פאר רבנים דעת תורה איז, וועלעכע טעלעפאנען מען מעג ניצן, ועוד.
פארפאלן, טעראר זיגט.
ניין. זייערע טעראר ארבעט נישט ברוך השם.
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:45 pm
קיין איין היימישע איד גייט נישט צום כותל, איי איך האב דאך יא געזעהן היימישע אידן ביים כותל?!

זיי זענען נישט קיין היימישע אידן! ווייל מהאט דאך געשמועסט אז היימישע אידן גייען דאך נישט צום כותל...

חד גדיא חד גדיא
דאס איז די נייע מהלך פון די פאשקעווילן (גליונות), דרשות...
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך עגרי אז סיז נישט "היימיש" אין מיין סביבה צו גיין צו אזעלכע פלעצער...

אבער - ווי אנדערע האבן שוין געשריבן - איז די ארטיקל דוקא נישט געקומען צוליב אידישקייט! נאר צוליב אנטי טראמפיזם וואס איז פונקט אזוי גויאיש!

סיז אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי אידן וואס פראבירן נאכצומאכן גויאישע דזשורנאליזם וועלן מוחה זיין קעגן גויאישע סעלעברעטיזם ווען ס'קומט צו טראמפ... און גענוי ווי די מעין סטריעם מידיע טוט מיט טראמפ, העלן זיי נעמען יעדע'ס אות וואס א טראמפ סופארטער זאגט און פראוון אז יענע צד איז נגד השכל, נגד התורה און נגד אלעס!!!

עס דערמאנט מיך ווי אויף א פריוואטע גרופע האבן מאנכע נישט געקענט פארשטיין וויזוי מענטשן קענען סופארטן א פארטיי וואס געציילטע ווילן אז אמעריקא זאל צוריקהאלטן וואפן קעגן רוסלאנד, אבער ווען אמעריקא האט צוריקגעהאלטן וואפן פאר מדנ"י איז געווען שא שטיל! זיי קענען סופארטן א פארטיי וואס די אפעציעלע פלאטפארמע איז תואיבה און זענען מוחה קעגן א אינגערמאן וואס סופארט א פארטיי וואס א פרינדזש קאנדידאט איז א תואיבה'ניק...

סאו צום ענין, יא, כאמעך געשעהמט צו זעהן היימישע אינגעלייט ביים ראלי רעדן צו די מידיע וכו, איך שעהם מיך אויך פאר די אינגעלייט פון די קעגנערישע פארטיי וואס פיהרן זיך אויף די זעלבע געמיין אויף אנדערע אופנים!

לייז אונז אויס אלס נארמאלע מענטשן נישט אלס משיגעים חלילה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:18 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
איר האט גאנץ גערעכטע נקודות, אבער איך גיי זיך ערלויבן מחולק צו זיין מיט די מליצה'דיגע אויסדרוקן ווי "דער רבי קומט אריין" און ער הייבט אן אן "דברות קודש".

אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט, אדער אפילו אויב איר דרייט זיך בלויז צווישן אחינו בני ישראל, וועט איר וויסן אז עס איז דא א געוויסע שפראך וואס רופט זיך "סארקאזם", עס איז אפשר כדאי איר זאלט זיך דאס אויסלערנען אביסל, עס קען אייך מעגליך צונוצקומען אין לעבן.

איך גיי לינקען אן ארטיקל פון אונזער מייסד, זאג מיר אויב דו פארשטייסט די שפראך: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=55984
עבסעלוטלי!

די נקודה איז סאליד! אבער דאס נעמען יעדע'ס אות ליטערלי... דאס א
גייט אריין אין די זעלבע אישו!

וויזוי ס'טראמפט'זיך אזוי אנטי טראמפט'זיך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:30 pm
שטארקע אור האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:35 pm

קאם אן.. מען ברויך האבן א געוואלדיגע טיפע קאננעקשאן צו קענען זאגן דברות קודש אויף א גוי?
ווען איך זאג "זיידי" ביידען איז עס ווייל איך האב צו אים א גאר גאר טיפער קאננעקשן, ממש ווי א אייניקל צו זיין זיידע?
ווען דו זאגסט זיידע ביידען, איז ווייטער ווייל דו האסט אזוי ליב טראמפ אהבת נפש, אז זיינע שונאים זענען דיינע פערזענליכע שונאים, און דו ווילסט חוזק מאכן פון ביידען.

און באבי פעלאוסי איז ווייטער דיין שונא, ווייל זי האסט עפעס א צווייטן גוי וואס דו האסט ליב.
בקיצור אלעס אז איך האב ליב טראמפ, גארנישט מיט אידישקייט צוטאן. האסט א פראבלעם אז איך האב ליב טראמפ, און פיינט זיינע קעגנער.
ווען מען זאגט דברות קודש אויף כומעיני'ס דרשה, האט עס אויך עפעס מיט ליב האבן טראמפ.. מען ברויך עס נאך אויספיגערן...
זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:30 pm
די גאנצע היימישע שפראך פון באבי און זיידי, און רבי, מיט חסידים און מתנגדים, מיט דברות קודש, און די ווארט "דרשה" אויף עפעס וואס גייט פאר ביי גוים, ברויך ווערן איבערגעטראכט.

א גוי זאגט א 'רעדע', און איז ביי די אויגן פון א איד סך הכל א פאליטישאן וואס לויפט פאר אן אמט. איך מעג זאגן א מיינונג אויף זיינע פאליסעס, איך מעג האלטן אז ער איז גערעכט, און זיך אפי' טענה'ן דערוועגן. אבער ביזן נעמען 'פערזענליך'.
דער גאנצער פראבלעם איז בעצם אין דיין קאפ. אז דו האסט באשלאסן אז די אלע זאכן קומען פון עס נעמען פערזענליך און ליבשאפט א.א.וו. סאו אנשטאט עפענען אן אשכול, האק דיר דאס ארוס פון קאפ, און שוין.
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

א שנעלע סורטש אויפן פותח האשכול’ס תגובות פארציילט אז ער האסט טראמפ

איך זאג סתם
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”