עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:55 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:42 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:40 pm
שלומה של מלכות איז אייביג א זאך געווען , די אידן דארטן זענען נישט מעריץ טראמפ זיי זענען מעריץ די מאוומענט אנטקעגן די אלע בייזוויליגע נידריגע לינקע רוצחים ומנובלים
פאר שלומה של מלכות איז גענוג צו שיקן אפאר אידן וואס טוען שתדלנות פאר כלל ישראל. קיינער פון די העמד הויזן אידן דארט האט נאך נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער איבער קיין שום שתדלנות פאר קיין שום איד. ער איז געגאנגען ווייל ער האט ליב א גוי.
לאמיר עס אנקוקען אזוי

די אמעריקאנע גוים ווערן מער און מער פארדארבן און משוגע דורך די לינקע משוגעים. קומט איינער מיט א מאוומענט אז עד כאן! מגיימער זיך נישט לאזן אונטערברענגען אונזער שכל און מאראל! האלסטו דען נישט אז ס’איז א קידוש שם שמים אז היימישע אידן שטעלן זיך צי צו דעם מאוומענט? אונז שרייען אויס בפני כל העמים אז מיר - די עם הנבחר זענען נאך נארמאלע מענטשן! מיר לאזן זיך נישט פארפירן מיט אלע געמיינע לינקע אנשויאינגען!
אינטערעסאנט פארוואס מ'האט נאר געזען דארט די אידן וואס אייביג ווען דער רב רעדט פון פארדארבנקייט ביי שלש סעודות זענען זיי שוין אינדרויסן מיט א ציגארעטל....
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:33 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
איך וואלט עגריעט מיט דיר ווען דו ניצסט ווען דיין אומפאליטישן ניק פאר'ן צוועק פון דעם אשכול.
ניצט אידישקייט שטעקן פאר זיין פאליטישע אגענדעס.
נא שוין.

כ'זעה שוין פון וועם מ'רעדט דא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29792
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:55 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:42 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:40 pm
שלומה של מלכות איז אייביג א זאך געווען , די אידן דארטן זענען נישט מעריץ טראמפ זיי זענען מעריץ די מאוומענט אנטקעגן די אלע בייזוויליגע נידריגע לינקע רוצחים ומנובלים
פאר שלומה של מלכות איז גענוג צו שיקן אפאר אידן וואס טוען שתדלנות פאר כלל ישראל. קיינער פון די העמד הויזן אידן דארט האט נאך נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער איבער קיין שום שתדלנות פאר קיין שום איד. ער איז געגאנגען ווייל ער האט ליב א גוי.
לאמיר עס אנקוקען אזוי

די אמעריקאנע גוים ווערן מער און מער פארדארבן און משוגע דורך די לינקע משוגעים. קומט איינער מיט א מאוומענט אז עד כאן! מגיימער זיך נישט לאזן אונטערברענגען אונזער שכל און מאראל! האלסטו דען נישט אז ס’איז א קידוש שם שמים אז היימישע אידן שטעלן זיך צי צו דעם מאוומענט? אונז שרייען אויס בפני כל העמים אז מיר - די עם הנבחר זענען נאך נארמאלע מענטשן! מיר לאזן זיך נישט פארפירן מיט אלע געמיינע לינקע אנשויאינגען!
האבעך געזען דארט איינעם מיטן קאלירטן רעגנבויגן פאן "משוגעים פאר טראמפ" א זאך וואס ער האט נארמאליזירט ביי די רעפאבליקאנער. און ער האט טאקע געהאלטן דעם פאן ביי א ראלי אכט יאר צוריק.

מאגא מאוומענט האט קלענער געמאכט דעם רעפאבליקאנער פאקוס אויף די זאכן, נישט גרעסער געמאכט.

הו קעירס שטייצעך
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

די שפראך איז א רעגולאר ליצנות שפראך, ער איז זיכער נישט מיין באעהרטער און איך האב אויך געשריבן אזאנע לשונות.
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

פאקט: עס זענען געווען היימישע יודן ביים טראמפ ראלי

הלכה: א יוד טאר נישט אהינגיין צוליב מכשולות אין תערובות

דער היימישע יונגערמאן וואס איז געגאנגן צום ראלי איז גאר שטארק פאר זיין פארטיי און זעט טראמפ אלס דער וואס גייט אונז מאכן א בעסערע לעבן און איז גרייט צו אוועקגעבן פון זיך און גיין שטיצן טראמפ ביי זיין ראלי

ער איז דורכגעפאלן אדער נישט געכאפט די הארבקייט און מ'קען אים מעורר זיין...

ער ווערט אויס היימישע יוד?
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:40 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:10 pm
יישר כח זבולן פארן מוחה זיין און ארויסברענגען די ווייטאג פון ערליכע אידן. כל הכבוד און שטיי פעסט מיט דיין גראדן שכל.

אלץ עצה טובה זאג איך דיר גיי ארויס פון דעם אשכול און קום נישט צוריק ליינען דא נייע תגובות. דו קענסט נישט געווינען די רעטאריק פון די קטני הדעת, זיי האבן מער צייט ווי דיר און א זאפאס פון זינלאזיגקייט מיט וואס דו קענסט זיך נישט פארמעסטן. האסט אפגעזאגט דעם אמת און געגאנגען.
איר זאלט מיר אנטשולדיגען די מיט הרב ווייס אבער ביטע לאזט ארויס אידישקייט פון פאליטיק

ניצט נישט די אייבערשטן נאמען פאר פאליטיק

עס איז נישט קיין שום פראבלעם מן התורה תו האלטן פון א געוויסער קאנדידאט צו ער זאל זיין ביידען אדער טראמפ
עס איז אבער יא א פראבלעם צי נעמען פאליטיק אזוי ערנסט אין זיך אזוי קאכן דערמיט עד כדי גיין צי א גויישע ראלי.
נעבעך פאר די אידן אינגאנצן פארטרינקט.
זאג א שטיקל חובות הלבבות קאכסטו אויך אזוי? אפילו א בלאט גמרא אדער א שטיקל מהר"ל?

מפי ר מיכאל בער ווייסמאנדעל, א צייטונג איז נאר געמאכט צי ליינען די קעפל פון די נייעס ווייל דאס האט דער אייבערשטער געטאן ווייטער איז ווי אזוי דער שרייבער לערנט עס אפ. וכן אני נוהגים אויב ליינט מען נייעס אמאל.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

ווען אחשורוש האט געמאכט זיין סעודה זענען אויך געגאנגען היימישע אידן
ווען מהאט געקרוינט ריכארד די לייבנהארץ זענען אויך געגאנגען היימישע אידן

וואס האט נאכדעם פאסירט? בעסער מרעדט נישט...
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:53 pm
פאקט: עס זענען געווען היימישע יודן ביים טראמפ ראלי

הלכה: א יוד טאר נישט אהינגיין צוליב מכשולות אין תערובות

דער היימישע יונגערמאן וואס איז געגאנגן צום ראלי איז גאר שטארק פאר זיין פארטיי און זעט טראמפ אלס דער וואס גייט אונז מאכן א בעסערע לעבן און איז גרייט צו אוועקגעבן פון זיך און גיין שטיצן טראמפ ביי זיין ראלי

ער איז דורכגעפאלן אדער נישט געכאפט די הארבקייט און מ'קען אים מעורר זיין...

ער ווערט אויס היימישע יוד?
ניין

צום ענין, ווי פארשטענדליך האט לכאורה קיינער פון די אלע וואס פארטיידיגן דא, זיך משתתף געווען דארט
ס''ה ווען מ'קומט אראפרייסן געוויסע אידן ווען זיי באגייען אן עולה (כלפי שמים) אז זיי ווערן אויס היימישע אידן, קומט מען זיך אנעמען פאר כבוד בית ישראל
און מ'פראבירט אראפ צונעמען די קיטריג

סתם מקטרג זיין ברענגט נישט קיין גוטס
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:43 pm
לאמיר טראכטן וואספארא איסור איז אהינצוגיין? אויב איז דיין פראבלעם תערובות דאן זיי מוחך און גיי קיינמאל נישט אין וואלמארט אדער 13 עוועניו ווייל ס’די זעלבע תערובות
די איסור אהינצוגיין איז צוליב תערובות וואס מ'ברויך פאר קיינעם מסביר טאן...

אין אנדערע פלעצער ווי למשל וואלמארט אדער 13 עוועניו גייט מען נאר ווען עס איז וויכטיג און מ'פרובירט אכטונג צו געבן די מערסטע וואס שייך
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
זייטיגע שאלה...

איר האט געוואויט פאר טראמפ אדער ביידען?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט...
לעצט פארראכטן דורך טראפקעלע אום דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:01 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:43 pm
לאמיר טראכטן וואספארא איסור איז אהינצוגיין? אויב איז דיין פראבלעם תערובות דאן זיי מוחך און גיי קיינמאל נישט אין וואלמארט אדער 13 עוועניו ווייל ס’די זעלבע תערובות
די איסור אהינצוגיין איז צוליב תערובות וואס מ'ברויך פאר קיינעם מסביר טאן...

אין אנדערע פלעצער ווי למשל וואלמארט אדער 13 עוועניו גייט מען נאר ווען עס איז וויכטיג און מ'פרובירט אכטונג צו געבן די מערסטע וואס שייך
און אלע אידן וואס גייען דארט אפילו ווען ס'איז נישט אזוי וויכטיג, זענען אויך אויס "היימישע" אידן...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18032
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך וויל אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אבער עס איז אבסאלוט א שאנדע אז א.ג. היימישע אידן גייען צו אזא ראלי
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:03 pm
ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:01 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:43 pm
לאמיר טראכטן וואספארא איסור איז אהינצוגיין? אויב איז דיין פראבלעם תערובות דאן זיי מוחך און גיי קיינמאל נישט אין וואלמארט אדער 13 עוועניו ווייל ס’די זעלבע תערובות
די איסור אהינצוגיין איז צוליב תערובות וואס מ'ברויך פאר קיינעם מסביר טאן...

אין אנדערע פלעצער ווי למשל וואלמארט אדער 13 עוועניו גייט מען נאר ווען עס איז וויכטיג און מ'פרובירט אכטונג צו געבן די מערסטע וואס שייך
און אלע אידן וואס גייען דארט אפילו ווען ס'איז נישט אזוי וויכטיג, זענען אויך אויס "היימישע" אידן...
כלל לא! איך דיסעגרי מיטן פותח האשכול!

אבער עס ווערט נישט מותר צו גיין צו א פלאץ ווי עס איז קיין ספק אז מ'ווערט נכשל
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:04 pm
איך וויל אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אבער עס איז אבסאלוט א שאנדע אז א.ג. היימישע אידן גייען צו אזא ראלי
ע''פ די פותח האשכול, אז זיי זענען שוין בעצם סיי ווי סיי נישט קיין "היימישע" אידן, אויב אזוי פארוואס איז אזא שאנדע אז זיי גייען
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:44 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:55 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:42 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:40 pm
שלומה של מלכות איז אייביג א זאך געווען , די אידן דארטן זענען נישט מעריץ טראמפ זיי זענען מעריץ די מאוומענט אנטקעגן די אלע בייזוויליגע נידריגע לינקע רוצחים ומנובלים
פאר שלומה של מלכות איז גענוג צו שיקן אפאר אידן וואס טוען שתדלנות פאר כלל ישראל. קיינער פון די העמד הויזן אידן דארט האט נאך נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער איבער קיין שום שתדלנות פאר קיין שום איד. ער איז געגאנגען ווייל ער האט ליב א גוי.
לאמיר עס אנקוקען אזוי

די אמעריקאנע גוים ווערן מער און מער פארדארבן און משוגע דורך די לינקע משוגעים. קומט איינער מיט א מאוומענט אז עד כאן! מגיימער זיך נישט לאזן אונטערברענגען אונזער שכל און מאראל! האלסטו דען נישט אז ס’איז א קידוש שם שמים אז היימישע אידן שטעלן זיך צי צו דעם מאוומענט? אונז שרייען אויס בפני כל העמים אז מיר - די עם הנבחר זענען נאך נארמאלע מענטשן! מיר לאזן זיך נישט פארפירן מיט אלע געמיינע לינקע אנשויאינגען!
האבעך געזען דארט איינעם מיטן קאלירטן רעגנבויגן פאן "משוגעים פאר טראמפ" א זאך וואס ער האט נארמאליזירט ביי די רעפאבליקאנער. און ער האט טאקע געהאלטן דעם פאן ביי א ראלי אכט יאר צוריק.

מאגא מאוומענט האט קלענער געמאכט דעם רעפאבליקאנער פאקוס אויף די זאכן, נישט גרעסער געמאכט.

הו קעירס שטייצעך
טראמפ איז געווען די ערשטע פרעזידענט אין די היסטאריע צו געבן א גרויסע פאזיציע אין זיין אדמיניסטראציע פאר אזא משנה בריות.

די אלע אידן וואס שטיצן די ראלי האבן קוים 2 יאר צירוק געוואלט אריין ברענגן אזא משנה בריות צו זיין אונזער לוטענאט גאווערנאר.

וויאזוי זאגט @צל עובר הו קעירס.
"We can't let the cure be worse than the problem"

דזשאו ביידען 2024!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

לייק פאר די קעפל!!!
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:04 pm
איך וויל אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אבער עס איז אבסאלוט א שאנדע אז א.ג. היימישע אידן גייען צו אזא ראלי
געבאקמארקט!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן.
קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.

א ניק אויף אייוועלט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
איר האט גאנץ גערעכטע נקודות, אבער איך גיי זיך ערלויבן מחולק צו זיין מיט די מליצה'דיגע אויסדרוקן ווי "דער רבי קומט אריין" און ער הייבט אן אן "דברות קודש".

אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט, אדער אפילו אויב איר דרייט זיך בלויז צווישן אחינו בני ישראל, וועט איר וויסן אז עס איז דא א געוויסע שפראך וואס רופט זיך "סארקאזם", עס איז אפשר כדאי איר זאלט זיך דאס אויסלערנען אביסל, עס קען אייך מעגליך צונוצקומען אין לעבן.

איך גיי לינקען אן ארטיקל פון אונזער מייסד, זאג מיר אויב דו פארשטייסט די שפראך: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=55984
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18032
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:08 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:04 pm
איך וויל אז טראמפ זאל געווינען ניו יארק, אבער עס איז אבסאלוט א שאנדע אז א.ג. היימישע אידן גייען צו אזא ראלי
ע''פ די פותח האשכול, אז זיי זענען שוין בעצם סיי ווי סיי נישט קיין "היימישע" אידן, אויב אזוי פארוואס איז אזא שאנדע אז זיי גייען
די שאנדע איז אז כאטש זיי זענען נישט היימיש און פארשטייען נישט די חומר הענין, דאך איז א שאנדע אז זיי טראכטן נישט 'וואלט מיין טאטע/זיידע/דיין/רב/רבי/מורה דרך, געגאנגען? טא גיי איך אויך נישט' נאר זיי האלטן זיך קלוגער און גייען יא..
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
די אלע וואס שרייבן די לשונות זענען געווענדליך וואס מאכן ליצנות פון אלע "דברות קודש"
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתההשם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:18 pm

איר האט גאנץ גערעכטע נקודות, אבער איך גיי זיך ערלויבן מחולק צו זיין מיט די מליצה'דיגע אויסדרוקן ווי "דער רבי קומט אריין" און ער הייבט אן אן "דברות קודש".

אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט, אדער אפילו אויב איר דרייט זיך בלויז צווישן אחינו בני ישראל, וועט איר וויסן אז עס איז דא א געוויסע שפראך וואס רופט זיך "סארקאזם", עס איז אפשר כדאי איר זאלט זיך דאס אויסלערנען אביסל, עס קען אייך מעגליך צונוצקומען אין לעבן.

איך גיי לינקען אן ארטיקל פון אונזער מייסד, זאג מיר אויב דו פארשטייסט די שפראך: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=55984
דיסקלעימער: ישמר ויזהר! נישט נוצן די שפראך אינדערהיים!! ס'קען גורם זיין ערנסטע חרבנות!..וד"ל..
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

HelpMe האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:32 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:34 pm
אין די נייעס אפטיילונג זעהט מען באריכטן איבער די טראמפ ראלי אין די בראנקס, מיט אזעלכע לשונות ווי 'דער רבי קומט אריין', אדער אז מ'זינגט קול רנה, אדער אזעלכע גרויליגע ווערטער אז טראמפ הייבט אן דברות קודש רחמנא ליצלן.

וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.

אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... ודי.

מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!

און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.

ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...

ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.
די אלע וואס שרייבן די לשונות זענען געווענדליך וואס מאכן ליצנות פון אלע "דברות קודש"
נו נו, היא הנותנת

אויב אין ישיבה לייגט מען אים אריין אז 'דברות קודש' און אלע הייליגע טיטלען באציט זיך פונקט צו דעם רבי'ן/ רב / ראש ישיבה טראץ דעם וואס ער זעהט דאך (נאר צומאל פארשטייט זיך, אסאך אדער אפשר אפילו רוב מאל איז עס נישט אזוי) אז עס איז נישט ממש אזוי, ווערט דאך דער גאנצער ענין אזא חוכא וטלולא. ער פארשטייט בסך הכל אז ווער עס איז דער ראש פון די קבוצה, אפגעזען די קוואליפיקאציעס, פארדינט ער די טיטלען. נו פון דארט ביז באטיטלען טראמפ אזוי איז שוין נישט אזוי ווייט.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

נו נו, היא הנותנת

אויב אין ישיבה לייגט מען אים אריין אז 'דברות קודש' און אלע הייליגע טיטלען באציט זיך פונקט צו דעם רבי'ן/ רב / ראש ישיבה טראץ דעם וואס ער זעהט דאך (נאר צומאל פארשטייט זיך, אסאך אדער אפשר אפילו רוב מאל איז עס נישט אזוי) אז עס איז נישט ממש אזוי, ווערט דאך דער גאנצער ענין אזא חוכא וטלולא. ער פארשטייט בסך הכל אז ווער עס איז דער ראש פון די קבוצה, אפגעזען די קוואליפיקאציעס, פארדינט ער די טיטלען. נו פון דארט ביז באטיטלען טראמפ אזוי איז שוין נישט אזוי ווייט.
צוריק ארויף

[/quote]

די קאץ איז ארויס פון זאק.

טאקע דאס איז די נושא. לויט דיר זענען אלע רבי'ס בעצם פאליטישע לידערס, און היות מ'שרייבט אויף כ"ק אדמו"ר מ'.... די ווארט דברות קודש, איז שוין טראמפ אקוראט אויך אין דעם כלל.

דער גרעבסטער געמיינסטער איד, איז א ביליאן מאל הייליגער פון דעם ריינסטן גוי.

דו ווייסט דער באדייט פון דעם לשון וואס איז געווען רגיל על לשונו פון ר' מיכאל שניצלער ע"ה, א חלק אלוק ממעל?!

א איד איז א חלק פון כביכול דער בורא עולם אליינס. דער געמיינסטער רבי וואס מ'שרייבט אויף אים דברות קודש, איז ביליאנען מאל הייליגער פון אפי' אזא ריינער גוי ווי טראמפ. ווייל טראמפ האט נישט קיין נשמה, ער איז א פשוט'ער רוח, א גייסט. קיין געטליכקייט האט ער נישט.

און ווען איינער ווערט איבערגענומען ביז די טיפקייט פון די נשמה, צו דעם פערזענליכקייט פון א גוי, אזש אים צו באטיטלען פאר א דזשאוק "דברות קודש". איז ער זייער זייער אומוויסנד, און זיין אומוויסנדקייט איז נעבעך אזוי שטארק, אז דאס קען אים צוביסלעך אינגאנצן אוועקפירן צו וועלן זיין אייניג צום גוי.

און נאך עטליכע יאר וואס מען האט פארגעסן די קדושה פון שורש נשמת ישראל, קען מען זיך שוין ערלויבן צו גיין מיטהאלטן א ראלי פון גוים פאר א גוי. ווייל דער גוי איז עפעס וואס 'איך' בין ממש 'קאנעקטעד' דערצו.
אוועטאר
פשט זאנע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:25 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשט זאנע »

אלס חשש תערובת,
פארוואס מעג מען גיין צו בראנקס זו, חול המועד פסח, כחום היום
און נישט צו א טראמפ ראלי?
AMERICA'S LAST CHANCE, TRUMP 2024
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:47 am
אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:36 pm
נו נו, היא הנותנת

אויב אין ישיבה לייגט מען אים אריין אז 'דברות קודש' און אלע הייליגע טיטלען באציט זיך פונקט צו דעם רבי'ן/ רב / ראש ישיבה טראץ דעם וואס ער זעהט דאך (נאר צומאל פארשטייט זיך, אסאך אדער אפשר אפילו רוב מאל איז עס נישט אזוי) אז עס איז נישט ממש אזוי, ווערט דאך דער גאנצער ענין אזא חוכא וטלולא. ער פארשטייט בסך הכל אז ווער עס איז דער ראש פון די קבוצה, אפגעזען די קוואליפיקאציעס, פארדינט ער די טיטלען. נו פון דארט ביז באטיטלען טראמפ אזוי איז שוין נישט אזוי ווייט.
צוריק ארויף

די קאץ איז ארויס פון זאק.

טאקע דאס איז די נושא. לויט דיר זענען אלע רבי'ס בעצם פאליטישע לידערס, און היות מ'שרייבט אויף כ"ק אדמו"ר מ'.... די ווארט דברות קודש, איז שוין טראמפ אקוראט אויך אין דעם כלל.

דער גרעבסטער געמיינסטער איד, איז א ביליאן מאל הייליגער פון דעם ריינסטן גוי.

דו ווייסט דער באדייט פון דעם לשון וואס איז געווען רגיל על לשונו פון ר' מיכאל שניצלער ע"ה, א חלק אלוק ממעל?!

א איד איז א חלק פון כביכול דער בורא עולם אליינס. דער געמיינסטער רבי וואס מ'שרייבט אויף אים דברות קודש, איז ביליאנען מאל הייליגער פון אפי' אזא ריינער גוי ווי טראמפ. ווייל טראמפ האט נישט קיין נשמה, ער איז א פשוט'ער רוח, א גייסט. קיין געטליכקייט האט ער נישט.

און ווען איינער ווערט איבערגענומען ביז די טיפקייט פון די נשמה, צו דעם פערזענליכקייט פון א גוי, אזש אים צו באטיטלען פאר א דזשאוק "דברות קודש".איז ער זייער זייער אומוויסנד, און זיין אומוויסנדקייט איז נעבעך אזוי שטארק, אז דאס קען אים צוביסלעך אינגאנצן אוועקפירן צו וועלן זיין אייניג צום גוי.

און נאך עטליכע יאר וואס מען האט פארגעסן די קדושה פון שורש נשמת ישראל, קען מען זיך שוין ערלויבן צו גיין מיטהאלטן א ראלי פון גוים פאר א גוי. ווייל דער גוי איז עפעס וואס 'איך' בין ממש 'קאנעקטעד' דערצו.
קאם אן.. מען ברויך האבן א געוואלדיגע טיפע קאננעקשאן צו קענען זאגן דברות קודש אויף א גוי?
ווען איך זאג "זיידי" ביידען איז עס ווייל איך האב צו אים א גאר גאר טיפער קאננעקשן, ממש ווי א אייניקל צו זיין זיידע?
לעצט פארראכטן דורך שטארקע אור אום פרייטאג מאי 24, 2024 12:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”