מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

א גדול האט אמאל אנגעפרעגט ביים הייליגן נודע ביהודה, וואס איז פשט אז ביי תפילת מוסף דערמאנט מען די פסוקי התורה וואס רעדן פון די קרבן, משא"כ ביי שמונה עשרה פון שחרית/מנחה/מעריב (אע"פ שתפילות כנגד תמידים תקנום ברכות כו:), האבן חז"ל נישט קובע געווען צו דערמאנען פסוקי התמיד?

האט אים די נ"ב גע'ענטפערט מיט א מורא'דיגן יסוד, וואס קען טוישן א מענטש'ס גאנצע צוגאנג צו תפילה מקצה לקצה....

אבער קודם אביסל לומדות: די תפילות זענען מתוקן געווארען אז יעדע מענטש בעת הצורך זאל קענען מתפלל זיין צום באשעפער, אפילו פילצאליגע מאל א טאג (וכדאיתא בגמ' הלואי שיתפלל אדם כל היום), איז אויב וואלטן חז"ל אריינגעלייגט די פסוקי התמיד אין שמו"ע וואלט מען נישט געקענט דאווענען נאר 3 מאל א טאג, (דהרי התמיד נקרב רק פעם א') איז וואס גייט איינער טון אינמיטן טאג, ווען ער ער האט עפעס א געברויך?? ווארטן ביז די נעקסטע תפילה?? ער דארף דאך איצטער דאווענען צום רבוש"ע!! האבן חז"ל געגאנגען און ארויסגעשניטן די פסוקי התמיד, כדאי א איד בכל עת ובכל מצב זאל זיך קענען שטעלן מתפלל זיין.... משא"כ מוסף איז דאך נאר לפרקים, אלא מאי איז עס נאר נתקן געווארן כנגד הקרבן.
(שו"ת נו"ב חאו"ח סימן ד').


עט'ס הערטס וואס דא שטייט?!?! די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואלט אז א איד אין יעדע מצב שיהיה: וואסערע מצב ער איז, גלייך סטא"פ דרא"פ און נעם דיך רעדן און דאווענען צום רבון כל עולמים, א שמונה עשרה, א פסוק תהילים, און בעיקר א ווארט פון הארץ.
ניין פא"ש עס נישט אפ ביז מנחה.... און דעמאלטס ביי כי אתה שומע זאלסטו זיך נעמען דורך טראכטן דיין טאג, וואס באדערט דיר... וואס פעלט דיר... און ביי מודים וועסטו טראכטן וואס איז דיר געגאנגען גוט היינט וואס פאדערט א הארציגען טענ"ק י"א האשע"ם... נאר יעצט די מינוט:
דיין ווייב קאל"ט דיר אן אינמיטן דרייוון און שרייט היסטעריש,"ס'איז דא ליעק פון די בע"ק פון די וואש מאשין".... נאך פאר די רופסט דעם פלאמבער, רעד צום באשעפער מיט דיין הארץ און אויך דיין מויל....
געמאכט א גוטע דיעל, נאך פאר די זאגסט עניוואן, שריי ארויס (מ'קען שרייען בלב....) א זאפטיגן "ש'כח באשעפער" אויף אלע גוטס ביז אהער און ווייטער...
די לערנסט א תוספות/א גמרא/א תשובה אין "נודע ביהודה"... און ס'פארט עפעס נישט... (זעט דיר אויס ווי) עס קלעבן נישט די ווערטער איינער מיטן צווייטן... בעט מיט דיין גאנצע הארץ "והאר עיננו בתורתך", מעגסט זיך אפילו אונטערברימען די ניגונ'דל....
דיין קאווע איז געלונגען פונקטליך, נישט צו הייס נישט צו קאלט... רעד צום באשעפער...
עס האט זיך אויסגעגאסן אויף דיין ברענד ניו טלית קטן... טצ'אאאךךך... רעד צום באשעפער...
האסט ח"ו א נסיון, שריי צום רבש"ע איך וויל זיין א ערליכע איד!!! איך וויל האבן הייליגע רמ"ח איברים!!!
האסט הנאה פון פיינעם געשרייבעכטץ דא אויפן וועלטל.... נאך פאר די דריקסט דעם לייק באטן (!!!!), זאג ש'כח אייבערשטער פאר מיר צושטעלן אזעלכע געשמאקע אינטערהאלטונג.... יעצט קענסטו זיך נעמען לייקן/מגיב זיין....

אט דאס איז מיין אינספירעיש"ן פון אפלערנען די דאזיגע תשובה פונעם הייליגן נודע ביהודה!!!

געברענגט לרגל יומא דהילולא קדישא (ה231) של הגאון הגדול רבן של כל בני הגולה רבי "יחזקאל סגל לנדא" בן רבי יהודה זיע"א, שחל בשבת קודש הבעל"ט.
מחבר ספרי נודע ביהודה (ע"ש אביו) ציון לנפש חי' (ע"ש אמו) ועוד שאר ספרים, נסתלק י"ז אייר תקנ"ג ומנו"כ בעיר מלוכתו פראג יצ"ו.

נישט פארגעסן צו לייקן: להגדיל תורה ולהאדירה.

נ.ב.עס איז מקובל אז אפצולערנען א תשובה אין נודע ביהודה איז א גרויסע סגולה צו ווערן געהאלפן מיט א ישועה שלא כדרך הטבע בכל הענינים (ובפרט בעניני רפואה). איז אויב זענט איר סגולה איד, דאן זאלט איר ווערן געהאלפן אין אלע ענינים בזכות הצדיק, (און פארגעס נישט צו בוק מארקן די אשכול לעת הצורך איר נויטיגט זיך אין א ישועה...)
און אויב זענט איר בשיטה אן "אנטי סגולות" איד, דאן זאגט שנעל בשכמל"ו...

נא לא לעיין במקומות המטונפות.

זכותו הגדול יגן עלינו, אמן!
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וואף!!! זאגט מען ביי אונז אויפען וועלטעל.
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

גאר גאר שטארק!! הערט זיך ווי א שמועס אמאל געהערט פון הרה״ג ר׳ אפרים וואקסמאן שליט״א
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

שטארקע זאך.

איך האף נאר אז די האסט דיך נישט גענומען דאווענען שמונע עסרע זיבן מאל א טאג...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

אוי ביסטו פיין!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

דו בוזט א פעסטע נייע אור דא אויף אייוועלט!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שרויפל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:53 pm
שטארקע זאך.

איך האף נאר אז די האסט דיך נישט גענומען דאווענען שמונע עסרע זיבן מאל א טאג...
נישט זיבן מאל, נאר דריי מאל....
גראדע אז די ביזט מעיין אינעוויניג בלשון הק', וועסטו זען אז ס'איז משמע אז מזאל דאווענען שמו"ע פילצאליגע מאל אין טאג.....
אבער עט ליעסט לאמיר טון אביסל.
אבדק''ק פראג והגלילות
אנעקדאט
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:20 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעקדאט »

זייער שיין!
אגב, יישר כח פאר'ן מעלדן איבער די יארצייט, אזוי האב איך זיך שוין דערמאנט פון א גליון וואס מ'ברויך ארויספרינטן די וואך, "משנת הצל"ח".
אפשר קען טאקע איינער מזכה זיין דעם ציבור און עס אפירברענגען.
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פארגעסן צו שרייבן, די רב השואל איז געווען הרב ר' מנחם נאווארי (לשון רבנו בריש סימן ג') און ער האט געוואוינט אין ווירונא (עי' בריש סימן ז'), וואו איז דאס? שמעקט איטאליעניש...
אבדק''ק פראג והגלילות
מאיר מאניש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

שטארק שטארק!!
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:08 am
פארגעסן צו שרייבן, די רב השואל איז געווען הרב ר' מנחם נאווארי (לשון רבנו בריש סימן ג') און ער האט געוואוינט אין ווירונא (עי' בריש סימן ז'), וואו איז דאס? שמעקט איטאליעניש...
viewtopic.php?t=20166
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פיישל האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:49 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:08 am
פארגעסן צו שרייבן, די רב השואל איז געווען הרב ר' מנחם נאווארי (לשון רבנו בריש סימן ג') און ער האט געוואוינט אין ווירונא (עי' בריש סימן ז'), וואו איז דאס? שמעקט איטאליעניש...
viewtopic.php?t=20166
יישר כח פיישל
אבדק''ק פראג והגלילות
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 am
שרויפל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:53 pm
שטארקע זאך.

איך האף נאר אז די האסט דיך נישט גענומען דאווענען שמונע עסרע זיבן מאל א טאג...
נישט זיבן מאל, נאר דריי מאל....
גראדע אז די ביזט מעיין אינעוויניג בלשון הק', וועסטו זען אז ס'איז משמע אז מזאל דאווענען שמו"ע פילצאליגע מאל אין טאג.....
אבער עט ליעסט לאמיר טון אביסל.
ע"פ הלכה איז עס נישט אזוי פשוט, שצריך לחדש בה דבר...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שרויפל האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:05 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 am
שרויפל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:53 pm
שטארקע זאך.

איך האף נאר אז די האסט דיך נישט גענומען דאווענען שמונע עסרע זיבן מאל א טאג...
נישט זיבן מאל, נאר דריי מאל....
גראדע אז די ביזט מעיין אינעוויניג בלשון הק', וועסטו זען אז ס'איז משמע אז מזאל דאווענען שמו"ע פילצאליגע מאל אין טאג.....
אבער עט ליעסט לאמיר טון אביסל.
ע"פ הלכה איז עס נישט אזוי פשוט, שצריך לחדש בה דבר...
א תשובה אין נו"ב איז הלכה...
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליך

איך זאג שוין בשכמל"ו..
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לצבאותיכם »

זייער שיין
אבער עס איז דא אתשובה אין נוב"י ווי ער שרייבט זייער שארף אקעגן מוסיף זיין אייגענע תפילות והבן
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

Re: מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לצבאותיכם »

דאכט זיך מיר או"ח סי' ט"ו ער שרייבט דארט א דרך תשובה פאר איינעם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”