מיין איספירעיש"ן אויף תפילה, פונעם הייליגן נודע ביהודה
האט אים די נ"ב גע'ענטפערט מיט א מורא'דיגן יסוד, וואס קען טוישן א מענטש'ס גאנצע צוגאנג צו תפילה מקצה לקצה....
אבער קודם אביסל לומדות: די תפילות זענען מתוקן געווארען אז יעדע מענטש בעת הצורך זאל קענען מתפלל זיין צום באשעפער, אפילו פילצאליגע מאל א טאג (וכדאיתא בגמ' הלואי שיתפלל אדם כל היום), איז אויב וואלטן חז"ל אריינגעלייגט די פסוקי התמיד אין שמו"ע וואלט מען נישט געקענט דאווענען נאר 3 מאל א טאג, (דהרי התמיד נקרב רק פעם א') איז וואס גייט איינער טון אינמיטן טאג, ווען ער ער האט עפעס א געברויך?? ווארטן ביז די נעקסטע תפילה?? ער דארף דאך איצטער דאווענען צום רבוש"ע!! האבן חז"ל געגאנגען און ארויסגעשניטן די פסוקי התמיד, כדאי א איד בכל עת ובכל מצב זאל זיך קענען שטעלן מתפלל זיין.... משא"כ מוסף איז דאך נאר לפרקים, אלא מאי איז עס נאר נתקן געווארן כנגד הקרבן.
(שו"ת נו"ב חאו"ח סימן ד').
עט'ס הערטס וואס דא שטייט?!?! די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואלט אז א איד אין יעדע מצב שיהיה: וואסערע מצב ער איז, גלייך סטא"פ דרא"פ און נעם דיך רעדן און דאווענען צום רבון כל עולמים, א שמונה עשרה, א פסוק תהילים, און בעיקר א ווארט פון הארץ.
ניין פא"ש עס נישט אפ ביז מנחה.... און דעמאלטס ביי כי אתה שומע זאלסטו זיך נעמען דורך טראכטן דיין טאג, וואס באדערט דיר... וואס פעלט דיר... און ביי מודים וועסטו טראכטן וואס איז דיר געגאנגען גוט היינט וואס פאדערט א הארציגען טענ"ק י"א האשע"ם... נאר יעצט די מינוט:
דיין ווייב קאל"ט דיר אן אינמיטן דרייוון און שרייט היסטעריש,"ס'איז דא ליעק פון די בע"ק פון די וואש מאשין".... נאך פאר די רופסט דעם פלאמבער, רעד צום באשעפער מיט דיין הארץ און אויך דיין מויל....
געמאכט א גוטע דיעל, נאך פאר די זאגסט עניוואן, שריי ארויס (מ'קען שרייען בלב....) א זאפטיגן "ש'כח באשעפער" אויף אלע גוטס ביז אהער און ווייטער...
די לערנסט א תוספות/א גמרא/א תשובה אין "נודע ביהודה"... און ס'פארט עפעס נישט... (זעט דיר אויס ווי) עס קלעבן נישט די ווערטער איינער מיטן צווייטן... בעט מיט דיין גאנצע הארץ "והאר עיננו בתורתך", מעגסט זיך אפילו אונטערברימען די ניגונ'דל....
דיין קאווע איז געלונגען פונקטליך, נישט צו הייס נישט צו קאלט... רעד צום באשעפער...
עס האט זיך אויסגעגאסן אויף דיין ברענד ניו טלית קטן... טצ'אאאךךך... רעד צום באשעפער...
האסט ח"ו א נסיון, שריי צום רבש"ע איך וויל זיין א ערליכע איד!!! איך וויל האבן הייליגע רמ"ח איברים!!!
האסט הנאה פון פיינעם געשרייבעכטץ דא אויפן וועלטל.... נאך פאר די דריקסט דעם לייק באטן (!!!!), זאג ש'כח אייבערשטער פאר מיר צושטעלן אזעלכע געשמאקע אינטערהאלטונג.... יעצט קענסטו זיך נעמען לייקן/מגיב זיין....
אט דאס איז מיין אינספירעיש"ן פון אפלערנען די דאזיגע תשובה פונעם הייליגן נודע ביהודה!!!
געברענגט לרגל יומא דהילולא קדישא (ה231) של הגאון הגדול רבן של כל בני הגולה רבי "יחזקאל סגל לנדא" בן רבי יהודה זיע"א, שחל בשבת קודש הבעל"ט.
מחבר ספרי נודע ביהודה (ע"ש אביו) ציון לנפש חי' (ע"ש אמו) ועוד שאר ספרים, נסתלק י"ז אייר תקנ"ג ומנו"כ בעיר מלוכתו פראג יצ"ו.
נישט פארגעסן צו לייקן: להגדיל תורה ולהאדירה.
נ.ב.עס איז מקובל אז אפצולערנען א תשובה אין נודע ביהודה איז א גרויסע סגולה צו ווערן געהאלפן מיט א ישועה שלא כדרך הטבע בכל הענינים (ובפרט בעניני רפואה). איז אויב זענט איר סגולה איד, דאן זאלט איר ווערן געהאלפן אין אלע ענינים בזכות הצדיק, (און פארגעס נישט צו בוק מארקן די אשכול לעת הצורך איר נויטיגט זיך אין א ישועה...)
און אויב זענט איר בשיטה אן "אנטי סגולות" איד, דאן זאגט שנעל בשכמל"ו...
נא לא לעיין במקומות המטונפות.
זכותו הגדול יגן עלינו, אמן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם