מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך קום נאר דא ארויף אויף אייוועלט צו מאכן א קידוש השם
To inspire other people

איך האלט צוויי וואכן נאכן אוועק געבן א קידני אין ב"ה געזונט און שטארק.

עס גייט שוין צוריק צו די אנהייב פון חודש כסלו,
אויף א דאנערשטאג אינמיטן טאג, אין די מערסטע פארנומענעסטע טאג פון דער וואך אין דער ארבעט,
האב איך באקומען א פאון קאל פון א אומבאקאנטע נאמבער, און היות איך בין א שטיקל עסקן פאר בחורים, פרובירט מען אויף צי אויפהייבן פאר יעדעם, (אדער צוריק צי ריפן די שנעלסטע מעגלעך)
האב איך אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, הייבט אויף די אנדערע זייט איינער א גוטן דא רעדט Binyomin Gleiberman פון רינואל, און פרעגט מיר צי איך האב אפאר מינוט צי רעדן, זאג איך אים געב מיר אפאר מינוט אין איך רוף דיר שוין צוריק,
איך גיי ארויס פון אפיס, אין איך רוף אים צוריק, יא א גוטן, פאנגט ער אן נאכאמאל דא רעדט Binyomin Gleiberman פון רינואל, און פרעגט מיר צי איך געדענק אז מיט בערך א האלב יאר צוריק איז געווען א swab drive פאר א קידני און די הצלה גאראזש אין בארא פארק און איך בין מיך געגאנגען טעסטן, זאג איך יא,
זאגט ער מיר אז עס איז דא איד וואס ווארט פאר א קידני און מיין טעסט האט געוויזן אז איך בין די גוטע קאנדידאט, אויב איך בין אינטערעסירט און גיין ווייטער,
פרעג איך אים, איז עס א איד, זאגט ער אוודאי אפילו א שומר תורה מצות,
זאג איך גלייך פון מיין זייט בין איך מסכים, אבער איך דארף מיך דורך רעדן מיט מיין ווייב אין מיין דעת תורה,
אין איך וועל אייך אי"ה צוריק ריפן, זאגט ער מיר אוודאי אזוי,
אין לייגט שנעל צי אז איך זאל אים צוריק ריפן אפילו אויב איך וויל נישט, אי"ה זאג איך אים,

איך האב תיכף גענומען די זאך און די האנט אריין, איך האב נאך יענעם נאכט זיך אראפ געזעצט מיט מיין ווייב זאל זיין געזונט און שטארק, און דורך געשמועסט פון וואס מען רעדט,
און פארשטייט זיך אז זי ווייסט איך בין א מענטש וואס געט זיך אוועק פאר אנדערע, און זי האט מיר געענטפערט אז איך זאל טאן וואס מיין דעת תורה זאגט.
פארשטייט זיך אז די נעקסטע טאג פרייטאג האב איך גערופן צי מיין דעת תורה, און ער האט מיר זייער געשטופט דערפאר, און מיר געזאגט אז ער איז מיר גרייט צי שטיין צי מיין רעכטע היינט, און ער האט מיר געגעבן די טעלעפאן נאמבער פון איינעם און אין בית מדרש וואס האט שוין אוועק געגעבן א ניר, אז איך זאל מיך קענען דורך רעדן,

מוצא שבת בין איך געווען ביי מיין שווער זאל זיין געזונט און גלייך נאך הבדלה האב איך געשיקט א טעקסט צי די נאמבער וואס האט מיר גערופן..... איך האב שוין א ענטפער,
עס גייט נישט אריבער א האלבע שעה ער ריפט מיר צוריק, און פרעגט מיר ווער איך בין, פרעג איך אים וואס הייסט געדענקסט טאקע נישט, האסט מיר גערופן דאנערשטאג, זאגט ער מיר איך דערמאן מיך שוין, פאנגט ער זיך אן צי אנטשולדיגען, אז איך זאל פארשטיין אז ער קען ריפן צענדליגע מענטשן א וואך, און רוב מענטשן ריפן אפילו נישט צוריק, אדער אפילו אויב יא זאגן רוב מענטשן אז זיי קענען נישט גיין ווייטער, לייגט ער נישט אריין קיין נעמען און זיין קאנטעקט נאר נאך דעם וואס איינער זאגט אים א יא, זאג איך אים גוט האסטו שוין נאך א קאנטעקט,
זאג איך אים איך בין גרייט צי גיין ווייטער פרעגט ער מיר צי איך האב מיך שוין דורך געשמועסט מיט מיין ווייב אין מיין דעת תורה, זאג איך יא, פאנגט ער אן רעדן, נאמבער איין, אז זאלסט וויסן אז נישט קיין חילוק ווי מען האלט און די מאכסט אפ אז די ווילסט נישט גיין ווייטער מעגסטו ארויסבעקן, און קיינער גייט דיר נישט פרעגן קיין שאלות, אדער אפהאלטן סיי מצד רינואל און סיי דאקטוירים, נישט קיין חילוק וויפל געלט מען האט שוין געספענט אויף דיר, האסטו די רעכט צי זאגן אז די ווילסט נישט גיין ווייטער, און אזוי איז מען אריין צום שמועס וואס האט זיך געצויגן פאר בערך פון א שעה,
יעצט האט ער אנגעהויבן אז עס איז דא איד און...... וואס איך האב אים שנעל געזאגט צי גיין ווייטער, ווייל איך וויל נישט וויסן ווער עס איז ביז נאך דעם, גייט ער ווייטער אז איך בין א מעטש וואס מען טרעפט נישט אזוי אפט, ממש אזויווי א צווילינג ברודער וואס טאמער גיי איך אי"ה געבן פאר דעם איד קען ער לעבן דערמיט אויף אייביג, וואס אלטס א בעסערע מעטש אלטס לענגער קען מען לעבן מיט דעם, (וואס אין א געווענליכע קעיס איז עס גוט פאר בערך 10 ביז 20 יאר,)
און ער גייט ווייטער, אז מען דארף דורך גיין אסאך טעסטונג וואס אסאך מענטשן מאכן עס נישט דורך, אין איך זאל זיין גרייט פארדעם, אין עס מיינט נישט אז איך בין נישט געזונט, נאר עס קען אסאך מאל זיין ממש קלייניקייטן פארוואס מען זאל נישט קענען געבן, אין איך זאל מיך נישט דערשרעקן אז אויב עס קומט צוריק אז איך קען נישט געבן, אין די שמועס האט זיך פארצויגן, פאר א לאנגע צייט.
די נעקסטע פוין קאל איז געווען מאנטיג נאכמיטאג, אז ער האט שוין גערופן די שפיטאל אין איך זאל ערווארטן א ריף פון שפיטאל, אין מיר מסביר געווען, אז מען פרובירט מען זאל מאכן אלע אמפויטמינטס אויף איין טאג אז מען זאל נישט דארפן אראפ גיין צי אפט, אין ער האט מיר מסביר געווען בערך וויאזוי די טעסטונג ארבעט,
אין יא גלייך נאך דעם פוין קאל האט מיר די שפיטאל גערופן איבער פרעגן אז איך בין טאקע גרייט צו גיין ווייטער, אין מען האט אפגעמאכט פאר די קומענדיע מאנטאג, אין צווישן האב איך באקומען א באקס פון שפיטאל זיך צי גרייטן פאר מיין אמפויטמינט מאנטיג (פאר דער וואס האט שוין געהאט די טעסטונג ווייסט אוודאי פון וואס איך רעד) א 24 Hour טעסט וואס מען דארף נעמען אין די היים וואס איז זייער נישט געשמאק,
עס קומט שוין די גרויסע טאג מאנטיג פארטאגס בערך 7:15
ווארט מיר א שיינע קאר אין מען לאזט זיך ארויס קיין Northwell Hospital אין Long Island ווארט מיט שפאנונג.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום זונטאג מאי 26, 2024 3:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מיין טאג ביך אלטס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שפאנונג...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

זייער אינטרסענט!!!
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

כמותך ירבה בישראל!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

זייער שיין מען קען קוים ווארטן פאר די נעקסטע באריכט
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29846
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וועלקאם טו די רינואל פעמעלי! פיין און וואויל געשריבן ביז אהער, זיי ביטע ממשיך!

- דאונער 404 (פלעג זיין 396... ביז זיי האבן איבערגערעכנט זייערע חשבונות, דערגרייכנדיג דעם "ואת האלף", און מען האט מיך 'דאונגרעידעד' צו 404 - ווי א שפעטערע נומער איז א קלענערע רבותא, ווייניגער משוגע... - וואס איז בדרך כלל דער ציפער פון ERROR)
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

וואוו דעזשאווא (אזוי שרייבט מען עס?) איך בין אויך געווען אין יענע שפיטאל..... איך ווארט מיט שפאנונג
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:15 pm
וועלקאם טו די רינואל פעמעלי! פיין און וואויל געשריבן ביז אהער, זיי ביטע ממשיך!

- דאונער 404 (פלעג זיין 396... ביז זיי האבן איבערגערעכנט זייערע חשבונות, דערגרייכנדיג דעם "ואת האלף", און מען האט מיך 'דאונגרעידעד' צו 404 - ווי א שפעטערע נומער איז א קלענערע רבותא, ווייניגער משוגע... - וואס איז בדרך כלל דער ציפער פון ERROR)
איך מיין אז איך בין 1111
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

זייער אינטערעסאנט אויך א פליסיגע שפראך, ווילסט מיטיילן בערך דיין יארגאנג?
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף נאך. האסט א גוטע שפראך און א גוטע ניר...
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

זייער אינטערעסאנט קען מיר קוים ווארטן פאר די נעקסטע חלק
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

באמת אינטרעסאנט אראפגעלייגט, דער עולם ווארט מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג!!!
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער אינטערסאנט!
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

זייער אינטערעסאנט. איין שאלה ווי אזוי נעמט מען די טאג טעגליכע פארנומענע סקעידזיעל אין מען מאכט אפ אז יא איך גיי עס טאן איי עס וועט אוועקנעמען 2-3 וואכען ארבעט וכד' איך ווייס אז מען קען עס טאן אבער זיך נעמען דערצו איז זייער שווער.
אפילו ווען איך גיי וועקעישען אמאל אמאל איס עס געפלאנט וואכען פארדעם אפילו אזוי האלט איך עס אין שטופען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29846
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

VZQ האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm
זייער אינטערעסאנט. איין שאלה ווי אזוי נעמט מען די טאג טעגליכע פארנומענע סקעידזיעל אין מען מאכט אפ אז יא איך גיי עס טאן איי עס וועט אוועקנעמען 2-3 וואכען ארבעט וכד' איך ווייס אז מען קען עס טאן אבער זיך נעמען דערצו איז זייער שווער.
אפילו ווען איך גיי וועקעישען אמאל אמאל איס עס געפלאנט וואכען פארדעם אפילו אזוי האלט איך עס אין שטופען
מען ערלעדיגט פון פאראויס אלעס וואס מען דארף וויכטיג ערלעדיגן, און די אומוויכטיגע זאכן שטופט מען אפ אויף נאכדעם

דאס געהאלט פאר די פאר וואכן באקומט מען אדער פון דעם אייגענעם בעה"ב, און אויב יענער צאלט נישט - צאלט עס רינועל
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך קען אסאך מענטשן דא אויף אייוועלט אין איך ווייס וואספארע השפעה עס קען
האבן אין טאקע פאר דעם טו איך עס.
איך בין נישט קיין שרייבער (אויב עפעס זייער ווייט פון איינס),
אבער איך בין דא צו מאכן א קידוש השם.

עס נעמט מיר זייער לאנג צי שרייבן, אין זיכער מאכן אז עס איז גוט געשריבן.

ביטע לאזט איבער א לייק, אז מען זאל כאטש זען די פירות, אין געבן חיזוק אויף
ווייטער (דער וואס וויל נישט לייקן מוז נישט).
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

חיים97 האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:49 pm

איך מיין אז דעי אשכול קומט אנדשער און קרעטשמע ווי און געזונטהייט און דארט וועלן עס מער מענטשען זעהן

יא יא איר וועט נאך ליינען סאך וועגן דעם אי"ה אז איך האב עס (ליידער*) אפגעשטיפט א לאנגע צייט ביז איך האב עס געקענט טאן.
* איך וועל אי"ה ארויס שרייבן מער
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

גדל האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:53 pm
חיים97 האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:49 pm
איך קען אסאך מענטשן דא אויף אייוועלט אין איך ווייס וואספארע השפעה עס קען
האבן אין טאקע פאר דעם טו איך עס.
איך בין נישט קיין שרייבער (אויב עפעס זייער ווייט פון איינס),
אבער איך בין דא צו מאכן א קידוש השם.

עס נעמט מיר זייער לאנג צי שרייבן, אין זיכער מאכן אז עס איז גוט געשריבן.

ביטע לאזט איבער א לייק, אז מען זאל כאטש זען די פירות, אין געבן חיזוק אויף
ווייטער (דער וואס וויל נישט לייקן מוז נישט).
איך מיין אז דעי אשכול קומט אנדשער און קרעטשמע ווי און געזונטהייט און דארט וועלן עס מער מענטשען זעהן
.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום מאנטאג מאי 27, 2024 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

חיים97 האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:55 pm
גדל האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:53 pm
חיים97 האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:49 pm
איך קען אסאך מענטשן דא אויף אייוועלט אין איך ווייס וואספארע השפעה עס קען
האבן אין טאקע פאר דעם טו איך עס.
איך בין נישט קיין שרייבער (אויב עפעס זייער ווייט פון איינס),
אבער איך בין דא צו מאכן א קידוש השם.

עס נעמט מיר זייער לאנג צי שרייבן, אין זיכער מאכן אז עס איז גוט געשריבן.

ביטע לאזט איבער א לייק, אז מען זאל כאטש זען די פירות, אין געבן חיזוק אויף
ווייטער (דער וואס וויל נישט לייקן מוז נישט).
איך מיין אז דעי אשכול קומט אנדשער און קרעטשמע ווי און געזונטהייט און דארט וועלן עס מער מענטשען זעהן
וויאזוי טויש איך עס ?
בעט @לכאורה
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 pm
VZQ האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm
זייער אינטערעסאנט. איין שאלה ווי אזוי נעמט מען די טאג טעגליכע פארנומענע סקעידזיעל אין מען מאכט אפ אז יא איך גיי עס טאן איי עס וועט אוועקנעמען 2-3 וואכען ארבעט וכד' איך ווייס אז מען קען עס טאן אבער זיך נעמען דערצו איז זייער שווער.
אפילו ווען איך גיי וועקעישען אמאל אמאל איס עס געפלאנט וואכען פארדעם אפילו אזוי האלט איך עס אין שטופען
מען ערלעדיגט פון פאראויס אלעס וואס מען דארף וויכטיג ערלעדיגן, און די אומוויכטיגע זאכן שטופט מען אפ אויף נאכדעם

דאס געהאלט פאר די פאר וואכן באקומט מען אדער פון דעם אייגענעם בעה"ב, און אויב יענער צאלט נישט - צאלט עס רינועל
איך רעד נישט פון געלט איך האב ב"ה זייער אסאך צי טאן מיטן טאג איך פראביר אלטץ צי זיין עוועליבעל. איך מאך צייט פאר אלעס ב"ה, אבער די געדאנק פין ארויס טשעקן פאר צוויי וואכן איז זייער שווער פאר מיר זיך אוועקצושטעלן. לאמיר זאגן אז איך קען עס טאן איז עס עמאנציעל זייער א שווערע זאך נאר אפילו צי טראכטן.
איך האף איך בין גענוג קלאר מיט מיין שאלה.
אגב געבען א קידני איז שוין אויף מיין באקיט ליסט פאר צען יאר אדער מער אבער דאס איז א גרויסע צוריקהאלט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13798
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פליסיגע פעדער..

עמאציענאל..
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

VZQ האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:12 pm
לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 pm
VZQ האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:46 pm
זייער אינטערעסאנט. איין שאלה ווי אזוי נעמט מען די טאג טעגליכע פארנומענע סקעידזיעל אין מען מאכט אפ אז יא איך גיי עס טאן איי עס וועט אוועקנעמען 2-3 וואכען ארבעט וכד' איך ווייס אז מען קען עס טאן אבער זיך נעמען דערצו איז זייער שווער.
אפילו ווען איך גיי וועקעישען אמאל אמאל איס עס געפלאנט וואכען פארדעם אפילו אזוי האלט איך עס אין שטופען
מען ערלעדיגט פון פאראויס אלעס וואס מען דארף וויכטיג ערלעדיגן, און די אומוויכטיגע זאכן שטופט מען אפ אויף נאכדעם

דאס געהאלט פאר די פאר וואכן באקומט מען אדער פון דעם אייגענעם בעה"ב, און אויב יענער צאלט נישט - צאלט עס רינועל
איך רעד נישט פון געלט איך האב ב"ה זייער אסאך צי טאן מיטן טאג איך פראביר אלטץ צי זיין עוועליבעל. איך מאך צייט פאר אלעס ב"ה, אבער די געדאנק פין ארויס טשעקן פאר צוויי וואכן איז זייער שווער פאר מיר זיך אוועקצושטעלן. לאמיר זאגן אז איך קען עס טאן איז עס עמאנציעל זייער א שווערע זאך נאר אפילו צי טראכטן.
איך האף איך בין גענוג קלאר מיט מיין שאלה.
אגב געבען א קידני איז שוין אויף מיין באקיט ליסט פאר צען יאר אדער מער אבער דאס איז א גרויסע צוריקהאלט.
ס’איז דא ביזיער סיזענס און רוהיגערע מען קען וויסן א פאר וואכן אין עדווענס און מ’נעמט צוויי וואכן אפ

איך למשל ארבעט אין א ישיבה ממילא איז בין הזמנים מיר אויס געקומען די גרינגסטע נישט אז מארבעט נישט דעמאלטס אבער ס’איז נישט אזוי אנגעשטרענגט יעמאלט
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

סאבסקרייבט
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: מיין טאג ביך אלטץ ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

אי"ה נאך שבת קומט נאך א שיינע שטיקל,
האטס א זיסע לעכטיגע שבת
א גוט שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”