דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)
אלעס האט זיך אנגעהויבן דא.
דא רעדט מען גאר אסאך פון די פערזענליכקייט פון הייליגן בית יוסף זיע”א, אבער גאר ווייניג איבער זיינע הייליגע ספרים הנפוצים בתפוצות ישראל.
פאר אסאך אידן וועט נישט שטיין דא קיינע חידושים, אבער פאר ווער יא, האף איך אז ער וועט הנאה האבן בעז”ה.
דא וועל איך מאכן א שטיקל סדר הדברים נאך אסאך בירורים איבער די צייט פון יעדע ספר, און די השתלשלות הענינים ווען דער בית יוסף האט געשריבן זיינע ספרים, און פארשטייט זיך בעיקר וועלן מיר רעדן איבער די ספר בה”א הידיעה שעל שמו יקרא ”דער הייליגער בית יוסף”.
קודם, דער בית יוסף איז געבוירן ה’רמ”ח און געלעבט 87 יאר ביז ה’של”ה.
ספר בית יוסף
די ספר איז געבויעט אויף די פסקים פון די דריי עמודי ההוראה, דער רי”ף, דער רמב"ם, און דער רא"ש. און ווען זיי זענען געווען מחולק האט ער אנגענומען ווי רוב, אויב איז נישט געווען א קלארע פסק פון איינע פון דעי דריי, האט ער צוגעלייגט די פאלגנדע: רמב”ן, רשב”א, מרדכי, ר”ן, סמ”ג, און לויט דעם האט ער געבויעט די פסק הלכה.
דערויף האט דער בית יוסף געשריבן די ספר ”בדק הבית”, וואס איז הערות אויף די בית יוסף.
די צייט פון שרייבן די ספר כסף משנה אויפן רמב"ם, בית יוסף, שו”ע.
עס איז הונדערט אכציג יאר נאכן פטירה פונעם הייליגן בעל טור, און דער בית יוסף שרייבט א הקדמה לספרו בית יוסף אויפן טור (אגב, ביי דעם ספר אויך, איז דאס די מערסט באוואוסטע פירוש אויפן טור) אז ער האט געוואלט מאכן א פירוש אויפן רמב”ם אבער ער האט צוריק געצויגן, וויבאלד דער רמב"ם איז נאר איין דעה, אבער דער טור ברענגט גאר אסאך דעות, ממילא וועט ער בויען זיין פירוש לויטן טור.
דאס שרייבן דעם ספר בית יוסף האט גענומען 33 יאר, פון ה’רפ”ב ביז ה’שט”ו.
און 3 יאר שפעטער נעמט דער הייליגער בית יוסף ווידער די מלאכת הכתיבה פון זיינע הייליגע ספרים און הייבט אן שרייבן דעם באוואוסטען ספר: ”שולחן ערוך”. די ספר וואס איז געווארן די מערסט אנגענומענסטע הלכה ספר ביי כלל ישראל במשך הדורות, פארמאגט אזויפיל ווי 25(!) הויפט פירושים, און נאך גאר אסאך ספרים און חיבורים במשך השנים.
יעצט, די ספר כסף משנה איז מסתמא געשריבן געווארן אינגאנצן נאכן ספר בית יוסף, כנ”ל.
איך האב געזעהן א מקור וואס שרייבט אז עס קען נישט זיין ווייל ער דערמאנט עטליכע מאל אינעם ספר בית יוסף דעם ספר כסף משנה, אבער יענער צייכנט נישט צו א מקור.
חוץ מזה האב איך נישט געטראפן א געהעריגע מקור, נאר עס מוז זיין אז די סדר (פון די הלכה ספרים הנ”ל) איז געווען: בית יוסף, שולחן ערוך, און דערנאך כסף משנה.
ווי אויך איז דא נאך עטליכע ספרים:
אבקת רוכל - שאלות ותשובות.
שו”ת בית יוסף - אין הלכות אבן העזר.
כללי הגמרא והתלמוד.
מגיד מישרים.
נ. ב. צו זעהן מער איבער די סדר הכתיבה פון ספרי הרמב"ם, עיין בספר יד מלאכי.
אז מען רעדט שוין פון דעם הייליגן צדיק איז מיר געווען אינטערסאנט 2 נקודות וואס כ’האב נישט געוואוסט איבער אים; איינס, אז דער בית יוסף האט געהאט א קינד יהודה ביי די 84 יאר אלט! צוויי, אז ער איז געווען א מחותן מיטן הייליגן אר”י.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן.