סיני צו שמיטה מיט א הסבר א גוטע,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

סיני צו שמיטה מיט א הסבר א גוטע,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פרשת בהר



פוסט און טונקל
שטייט און ווינקל
א קערקע,

פיל מיט הערנער
ווילדע דערנער
שטארקע,

דער בעל הבית
זאגט אלעס דא-איז
הפקר,

די יאר איז שמיטה
קיינער נעמט אויף
מיין געשעפט-קער,

קומען פרעמדע
טוען נעמען-די
פירות,

סהייסט נישט רויבן
וואס זיי קלויבן
זייער-איז,

אלע גלייכע
ארעם רייכע
נעמען פאר פרי,

מגייט נישט
פלאנצען א יאר
אין א צי,

רש''י
פרעגט א קשיא
סהערט זיך ווי ניי,

מה ענין שמיטה
אצל הר סיני,

אז פונקט ווי דארטן
פרטים און סארטן
אויסגערעדט,

אויך די פרטים
פון די גאנצע תורה
ביים בארג סיני גערעדט,

בלייבט שווער ווידער
יעצט וואס אי-דיר
בעסער,

די קשיא ווערט
נאר ווייטער גרעסער,

עס קען דאך שטיין
פונקט אזוי שיין
אויף אן אנדער ארט,

און ארויס לערנען
איבעראל פון דארט,

אין ספרים שטייט
א שטארקע נקודה,

פונעם בארג סיני
מלערנט זיך א מדה,

געוועהן בענוה
הכל שוה
אזוי געטון,

דערפאר געגעבן
די תורה אהין,

דאס זעלבע קומט
אינז אויס צו לערנען שמיטה,

פיל נישט גרעסער
וועגן דיין ארבעט
גוטע,

טו נישט פלאנצן
פיל אינגאנצן
ווי אלע גלייך,

זיי בשפלות
צייל נישט וויפיל-איז
אריינגעקומען ווייניג אדער אסאך,

צום פרעמדער זאג אזוי-צו-איהם
ס'נישט כוחי ועוצם
ידי,

קום אריין
אין מיין
פעלד דא-די,

דער בעה''ב דווקא-ער
איז אלעס מפקיר
כהוגן,

אזוי האט זיך זיין גאווה
פון איהם געבויגן,

דערפאר שטייט הר סיני
נעבן דיני
שבועות,

ווייל ביידע
עולה לענין אחד כסדר
זי-איז,

זיי עניו
טו דאס אן-אויף
הער,

וועסטו וואקסן הער
מער
און מער,
!גוט שבת
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: סיני צו שמיטה מיט א הסבר א גוטע,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Wow!!!

What a powerful thing is it to combat Gaave!!! (See my signature line)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”