א ווייטאגליכע טענה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

א ווייטאגליכע טענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

וויאזוי שפירט די שארב ווערנדיג צובראכן.
נעכטן נאך געווען הערליך בשלימות.

וויאזוי שפירט די מוריטשקע קריכנדיג צווישן ריזן.
די בריאה פאר זיך איז דאך א שלימות.

וויאזוי שפירט די ווייכער בלעטל ווען ווינטן טוען איר ווארפן.
נעכטן זיך נאך אזוי שיין מיטגעשאקלט מיט הארמאניע.

וויאזוי שפירט די פליג וואס ווערט פארטריבן ווי א נודניק.
ער פליעט דאך ארום אין זיין אייגענע וועלטל.

וויאזוי שפירט די ערד וואס ווערט באטרעטן אזוי הארט.
דאך א פערטל כח מיט וואס די וועלט איז באשאפן.

וויאזוי שפירט א קינד ווען זיין טאטע שפייט אים אין פנים.
ער האט דאך נאר איין בלויזע פאטער.

וויאזוי שפירט א מענטש אוועקגעמאכט דורך מענטשהייט.
ער איז דאך אן אייגענע שותף אין די זעלבע באזיצטע וועלטל.

וויאזוי שפירט א צעקלאפטע נשמה געשלאגן מיט אייטער.
זי איז דאך א חלק אלוקי ממעל וועמען עס קומט ווען אויבענאן.

וויאזוי קען ווייטאג דורכנעצן אזויפיל שטח פרייוויליג.
די שטח געהערט דאך אויך פאר שמחה און קוועלעניש.

ווייטאג, ריקט דיר אין א זייט ביים ווינקל...
לאז איבער א ברייטע שטרעקע פאר ענדלאזע גליק.
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: א ווייטאגליכע טענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

נעילד איט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”