כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:40 pm
איך בין נייגעריג צו ס'איז דא אפגעשריבן דער פסק דין, אדער לפחות די טענות. ווייל דא זענען דא צופיל פרטים וועלכע קענען מיט איין קליינע קנייטש טוישן די משמעות מקצה אל הקצה.
ער זאגט אז די דין תורה גייט נאך אן.

ווען מ'שמועסט אויס ברבים די הלכה'דיגע חלק רעדט מען לויט די געשיכטע וואס מ'לייגט פאר. זיי קומען נישט פסק'נען אויף דעם ספעציפישן פאל (שלא בפני בעל דין א.א.וו.), ממילא די פונקטליכע מעשה שהיה מאכט נישט אזוי אויס.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

להודות האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:55 pm
צולייגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:40 pm
איך בין נייגעריג צו ס'איז דא אפגעשריבן דער פסק דין, אדער לפחות די טענות. ווייל דא זענען דא צופיל פרטים וועלכע קענען מיט איין קליינע קנייטש טוישן די משמעות מקצה אל הקצה.
ער זאגט אז די דין תורה גייט נאך אן.

ווען מ'שמועסט אויס ברבים די הלכה'דיגע חלק רעדט מען לויט די געשיכטע וואס מ'לייגט פאר. זיי קומען נישט פסק'נען אויף דעם ספעציפישן פאל (שלא בפני בעל דין א.א.וו.), ממילא די פונקטליכע מעשה שהיה מאכט נישט אזוי אויס.
זיין 'פסק' זעהט אויס צו זיין אביסל אינטערסאנט לויט די געווענליכע כללי המסחר. עס שיינט מיר ווי געוויסע פרטים פעלן דא און שטימען נישט מיט די אלגעמיינע מציאות. סתם נייגעריג...
געשטימט פאר ראשעק הול
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:43 pm
איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן??? וואס איז ער שולדיג אז זיין ארבייטער האט געגעבן א דיפאזיט?
דו ווילסט זאגן וואס איז געשעהן אדער וואס ער קען יעצט טענה'ן בשקר?
ער האט געוואוסט אז זיין ארדער איז געקענסעלט ווייל מ'האט צוריק געשיקט די דיפאזיט און ער האט זיי קאנטאקטעד אין רעפרענס צו די נייע באשטעלונג. יעדער פארשטייט אז ער האט נישט געוואלט רואינירן זיין אייגנס.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
זיין 'פסק' זעהט אויס צו זיין אביסל אינטערסאנט לויט די געווענליכע כללי המסחר. עס שיינט מיר ווי געוויסע פרטים פעלן דא און שטימען נישט מיט די אלגעמיינע מציאות. סתם נייגעריג...
ער פסק'ענט לויט זיין מעשה און זאגט אז ס'קען זיין ס'פעלט דעטאלן.

די מעשה בלייבט אינטרעסאנט + אביסל ידיעות אין חו"מ. וואס פונקטליך האט זיך אפגעשפילט אין זייער אפיס און וויזוי גענוי עס וועט זיך אויסלאזן, נישט אזוי וויכטיג... די מיליאן קומט נישט צו מיר, און האפענטליך אויך נישט א לא-תגנובו לולב האלטער.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:43 pm
איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן??? וואס איז ער שולדיג אז זיין ארבייטער האט געגעבן א דיפאזיט? זיין קאמפאני האט עפעס באשטעלט. און ער האט דערשמעקט אז זיין ארבייטער וויל אים בארויבן, האט ער געטוישט זיין ארדער. נישט אזוי?
איך האבן געשריבן די זעלבע ווי דיר זעה דא viewtopic.php?p=5124157#p5124157
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:40 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:43 pm
איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן??? וואס איז ער שולדיג אז זיין ארבייטער האט געגעבן א דיפאזיט? זיין קאמפאני האט עפעס באשטעלט. און ער האט דערשמעקט אז זיין ארבייטער וויל אים בארויבן, האט ער געטוישט זיין ארדער. נישט אזוי?
איך האבן געשריבן די זעלבע ווי דיר זעה דא viewtopic.php?p=5124157#p5124157
יאפ!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:46 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:43 pm
למעשה זעט מען קלאר פון די מעשה אז מיר אלע מוזן ארבייטן אויף אונזערע מידות. אוואדאי די מענעדזער, אבער אויך די בעל הבית. די געפיהל זאגט, לאמיך אים צופיקסן אין באבענס באבע אריין. און ער האט גאר שטארקע טענות! כאשר עשה כן יעשו לו, עם עיקש תתפתל, ועוד... מיט דעם אלעם, וואלט ער געדארפט ווען טראכטן, וואס וויל דער אייבערשטער איצט פון מיר.

למעשה, מיין דעת בעל הבית איז זייער שטארק צו מיטפיהלן מיטן בעל הבית, ווען מען האט געוואלט בארויבן, און נאך ווער? די אייגענע ארבייטער. איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן???

גנבים.png
אויב זיין קאמפעני, זיין ארדער, זיין אימייל, נאר די געלט פון די ארבעטער. זאל די בעל הבית נעמען אחריות אויף זיין ארדער און באצאלן פארן מענעזשער
זייט ווען דארף מען באצאלן פאר מענעדזערס? איך זאג אייביג פאר אלע ארבייטערס אונטער מיר (...אלטץ מענעדזשער, נישט בעל הבית), קיין קוואדער זאלסטו נישט אויסלייגן פארן קאמפאני. ווייל דאן וועסטו מחליט זיין אז די מעגסט אויך נעמען א קווארדער פון די קאמפאני... און די קוואדער וועט שנעל ארויפגיין אין דיינע אויגן. די קומענדיגע טאג וועט עס זיין א ריעם קאפי פעיפער וואס דיין ווייב האט געבעטן פאר דיין פרינטער אינדערהיים, און דערנאך וועסטו נעמען א טאונער פון די סופליי קלאזעט, און פון דארט איז שוין נישט ווייט צו גנבענען די גאנצע ארדער פון לולב האלטערס...

סוי, נאכאמאל, וואס עפעס דארף די בעל הבית באצאלן פארן מענעדזשער? ער האט עפעס געהייסן זיין מענעדזער זאל אויסלייגן די געלט פאר די ארדער? איז די מענעדזער-סלעש-ארבייטער, all of a sudden א שיתוף דא??? דער מענעדזער איז א גנב א רויבער!

נ.ב. ממש א מחי' pleasure בלע"ז אז מען קען האבן אזא שיינע אשכול אויף אייוועלט, ווי ממש די טראכטען איז זייער אנדערשט, פונקט פארקערט איינער פונעם צווייטען, און מען שרייבט אזוי שיין הין און צירוק אן פערזענליכע אטאקעס! אזוי דארף זיין!
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג מאי 28, 2024 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:54 pm
Two wrongs doesn't make one right
מיר ווייטוגט מער אז די טשייניזע קאמפעני האט פארדינט געלט פון גארבעטש און א יוד האט שאדן געהאט א מיליאן דולער, און זייער מעגליך אז נאך צענדליגע יודן ליידן דערפאר ווייל די מענעזשער האט זיך אפשר צוזאם געבארגט געלט פון אנדערע וואס ווערן יעצט אנגעזעצט.
דער בעה"ב קומט זיך מכות!!
דער בעה"ב איז אפשר נישט קיין ר' שעי' בן ר' משה... אבער פארוואס עפעס קומט אים מכות? ער טאר נישט טוישן זיין אייגענע ארדער??? אויב עפעס קומט פארן מענעדזער מכות, גנב רויבער וואס ער איז.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:54 pm
Two wrongs doesn't make one right
מיר ווייטוגט מער אז די טשייניזע קאמפעני האט פארדינט געלט פון גארבעטש און א יוד האט שאדן געהאט א מיליאן דולער, און זייער מעגליך אז נאך צענדליגע יודן ליידן דערפאר ווייל די מענעזשער האט זיך אפשר צוזאם געבארגט געלט פון אנדערע וואס ווערן יעצט אנגעזעצט.
דער בעה"ב קומט זיך מכות!!
אויב פארן בעה"ב קומט זיך מכות, קומט זיך פארן מענעזשער מיתה... א מין באנדיט דער מענעזשער
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

דעתי העני'...

דער מענעדזשער האט געטוהן א געוואלדיגע עוולה, ער האט בארויבט זיין בעל הבית און אים שאדן געמאכט געלט, פינטל.

יעצט צי מען קען אים מחייב זיין ווענדט זיך, איך וואלט אים געהייסן צאלן פארן בעל הבית נזק, צער, ריפוי, שבת און בושות. אבער פארדעם איז דאך דא דיינים און ביזדערווייל צייל איך זיך ליידער נאכנישט אלס א טייל פון זיי.

דער בעל הבית האט אויך געטוהן אן עוולה (טראץ וואס איך קוק עס אן אויף א קלענערע שטאפל ווי וואס דער מענעדזשער האט געטאן). צי ער דארף אים צאלן, מיין איך אז איך וואלט אים נישט מחייב געווען. 1) וויבאלד דער מענעדזשער האט געזאלט איבערקוקן א סעמפל פונעם ארדער בעפארן שיקן די איבריגע געלט. 2) די דיפאזיט ברויך ער אויך נישט צאלן ווייל מיט דאס האט אים דער מענעדזשער אים געטוהן די עוולה (כאטש ער האט עס צוריקבאקומען).

נאכאמאל איך בין (לעת עתה...) נישט קיין דיין, און מיין דעת איז ניטאמאל פון א בעל הבית ווייל איך טוה נישט אין די פעלד. עס איז בלויז א מיינונג וואס איז ווי פארשטענדליך היפך דעת תורה...
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20053
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נאר געהערט די מעשה, נישט די הלכה'דיגע צדדים.. כ'רעד נישט אריין אין די געפילישע חלק פון די חוצפה ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דער בעה"ב האט בעפאר דעם געטוהן פארן מענעדשער וואס האט געטריגערט ער זאל איהם וועלן אזוי בא'עוולה'ן... לדעתי דעת בעל הבית זעה איך נישט וויאזוי מען קען מדמה זיין די עוולה פונעם מענעדשער צו די עוולה פונעם בעה"ב.. דער מענדשער האט דא געפלאנט צו אויספירן א מניעת ריווח בשעת וואס דער בעה"ב האט מזיק געווען דעם מענעדשערס געלט.. דער מענעדשער האט דא געפלאנט צו טוהן א גניבה וואס איז ניתן לחזרה, בשעת דער בעה"ב האט מזיק געווען א היזק גדול שאי אפשר לתקן..
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני

אויכט די פאקט אז דער בעה"ב האט בשעת'ן טרעפן דעם גניבה שטיקל ענדערש אויסגעקליבן צו שאדן מאכן דעם מענעדשער ווי איידער צוריקנעמען די ריווח פאר זיך צייגט עפעס נישט גוט
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

ווער עס טוט ביזנעס מיט כינע, ווייסט אז די גרויסע קאמפאני פארלאנגט א לעטער-אוו-קרעדיט. - “LC”!

מ׳קען נישט טוישן קיין אדרעס. די PO ווערט אויס, ווייל די LC לאזט נישט טוישן קיין שיפינג אדרעס.

סאו די מעשה איז גאר שטארק במציאות.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

דריידל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:00 pm
געווען א שיעור איבער די מעשה אין בעלזער בית מדרש אין בארא פארק עטליכע וואכן צוריק.

https://torazoom.com/videos/35837/
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:35 pm
ווער עס טוט ביזנעס מיט כינע, ווייסט אז די גרויסע קאמפאני פארלאנגט א לעטער-אוו-קרעדיט. - “LC”!

מ׳קען נישט טוישן קיין אדרעס. די PO ווערט אויס, ווייל די LC לאזט נישט טוישן קיין שיפינג אדרעס.

סאו די מעשה איז גאר שטארק במציאות.
איך האב אין די לעצטע זעכציג טעג געטוישט PO אדרעסן, פאר ארדערס ווערט עטליכע הונדערט אלפים ביינאזאם. פון לאס אנדזשעלעס, קיין סעווענע דזש., קיין דאלאס וחוזר חלילה. נישט קיין מושג פון קיין LC רעסטריקשנס (כ'נאב נאך קיינמאל געשיקט א LC אויף כינע, אויף אינדיע יא). א ווענדאר מיט א לאנג טערם רילעישנשיפ קען טוישן וואס ער וויל, שיפינג קאמפאניס קענען צוויי מאל טוישן וואס זיי ווילן.
געשטימט פאר ראשעק הול
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

איך האב נישט אויסגעהערט די הלכדיגע צדדים אינעם שיעור, נאר די ערשטע 10 מינוט די מעשה.

וויאזוי איך קוק עס אן איז די מענעדזער איז גארנישט מחיוב פארן בעה"ב מיטן קענסלען האט ער נאר גורם געווען א מניעת ריוח, דער בעה"ב האט צוריק באקומען זיין גאננצע געלט.

כלפי דעס וואס דער בעה"ב האט שאדען געמאכט דעם מענדזער מיטן טוישן די ארדער צו לא תגנובו, דארף מען דן זיין וועמנס איז די ארדער. איזעס די בעה"ב מעג ער טוישען כמו שלבו חפץ דעס אז דער מענדזער האט אריינגעלייגט זיין אייגענע געלט איז נישט זיין פראבלעם, אויב איזעס דעם מענדזערס ארדער האט ער עם שאדען געמאכט.

יעצט די חפצים אליינס האט נישט באלאנגט פאר קיינעם בשעת'ן טויש ווייל ס'איז נישט געווען בעולם בכלל, די שאלה איז די הסכם ציווישען די כינעזער קאמפעני צום בייער איז ציווישען וועם און וועם.

מצד אחד האט דער מענעדזער געמאכט דעם הסכם מיט זיין געלט, און דעס אז ער האט עס געשוקט מכלומרשט פון זיין בעה"ב קאמפעני, און אפשר אפילו פון א קאמפעני אימעיל אדרעס מאכט עס נישט אויס זיין קאנטרעקט, העכסטענס האט ער געטוהן א עולה צו נוצען זיין בעה"ב נאמען און קאנטעקטס. און די בעה"ב מיטען טוישען די ארדער האט עם שאדען געמאכט פונקט ווי איך זאל טוישען א פרעמדע קאמפעניס ארדער אויף די אייגענע היינט.

פון די צווייטע זייט יתכן אז די קאנטרעקט איז ציווישען די כינעזער און Lulev LLC די בעה"ב קאמפעני ווייל דאס איז וואס זיי האבען געוויסט און פארשטאנען, דאס אז דער מענעדזער האט געגעבן זיין געלט איז זיין פראבלעם, צום ביישפיל אז איינער וויל מיר ארויסהעלפן מיט פרנסה און ער גייט צו א מעניופעקטורער און געט זיי געלט אז איך זאל קענען באשטעלען סחורה ביי זיי איז די הסכם צויווישען מיר און זיי, דער וואס האט געגעבן געלט תבא עליו ברכה ער האט אבער נישט קיין רעכט צום קאנטרעקט בכלל.
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am
ער דערציילט אינמיטן די שיעור א מעשה, איינער האט געוואלט שיקן א ספר תורה קיין אמעריקע, איז ער געגאנגן אין עירפארט און געפרעגט איינעם דארט צו ער גייט אויף די פליגער קיין ניו יורק, ער האט אים געבעטן צו האלטן א פאר מינוט די ספר תורה ווייל ער וויל ארויס גיין א מינוט, און למעשה האט יענער אפגעפיצט פון שטח און געלאזט יענעם האלטן די ספר אויפן גאנצע 12 שעהדיגע נסיעה, אנקומענדיג קיין ניו יורק האט איינער אפגעווארט צו באקומען די ספר אבער יענער האט עס באהאלטן און געוואלט באצאלט פארן סערוויס פון טראגן די ספר + קנס פארן עוולה
די מעשה אין בארא פארק מיט די ר' ישעי ב"ר משה צעטיל אויף די סענדוויטשעס וואס איינער האט ארויסגעשטעלט צום פארקויפן איז אויך זייער אינטערעסאנט וויאזוי מ'לערנט אפ נזק אין אזא פאל.
לעצט פארראכטן דורך מענדי אום דינסטאג מאי 28, 2024 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:32 pm
נאר געהערט די מעשה, נישט די הלכה'דיגע צדדים.. כ'רעד נישט אריין אין די געפילישע חלק פון די חוצפה ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דער בעה"ב האט בעפאר דעם געטוהן פארן מענעדשער וואס האט געטריגערט ער זאל איהם וועלן אזוי בא'עוולה'ן... לדעתי דעת בעל הבית זעה איך נישט וויאזוי מען קען מדמה זיין די עוולה פונעם מענעדשער צו די עוולה פונעם בעה"ב.. דער מענדשער האט דא געפלאנט צו אויספירן א מניעת ריווח בשעת וואס דער בעה"ב האט מזיק געווען דעם מענעדשערס געלט.. דער מענעדשער האט דא געפלאנט צו טוהן א גניבה וואס איז ניתן לחזרה, בשעת דער בעה"ב האט מזיק געווען א היזק גדול שאי אפשר לתקן..
אוועראל, האב איך ליב וואס איר שרייבט. אבער ווערן "געטריגעט" איז א לינקע ליבאראלע זאך וואס איז מתיר אלע עבירות. ביסט געווארן געטריגעט? קוויט דיין זשאב און גיי פאר הילף. און דאס שרייב איך נאכן אדורכטוהן די נושא בכובד ראש. דאס שרייב איך אפילו איך גלייב אז עס איז דא אזא מין זאך ווי טריגערס. מיט דעם אלעמען, און נאך אלעמען, איז א מענטש אחריות אויף זיינע מעשים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20053
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:03 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:32 pm
נאר געהערט די מעשה, נישט די הלכה'דיגע צדדים.. כ'רעד נישט אריין אין די געפילישע חלק פון די חוצפה ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דער בעה"ב האט בעפאר דעם געטוהן פארן מענעדשער וואס האט געטריגערט ער זאל איהם וועלן אזוי בא'עוולה'ן... לדעתי דעת בעל הבית זעה איך נישט וויאזוי מען קען מדמה זיין די עוולה פונעם מענעדשער צו די עוולה פונעם בעה"ב.. דער מענדשער האט דא געפלאנט צו אויספירן א מניעת ריווח בשעת וואס דער בעה"ב האט מזיק געווען דעם מענעדשערס געלט.. דער מענעדשער האט דא געפלאנט צו טוהן א גניבה וואס איז ניתן לחזרה, בשעת דער בעה"ב האט מזיק געווען א היזק גדול שאי אפשר לתקן..
אוועראל, האב איך ליב וואס איר שרייבט. אבער ווערן "געטריגעט" איז א לינקע ליבאראלע זאך וואס איז מתיר אלע עבירות. ביסט געווארן געטריגעט? קוויט דיין זשאב און גיי פאר הילף. און דאס שרייב איך נאכן אדורכטוהן די נושא בכובד ראש. דאס שרייב איך אפילו איך גלייב אז עס איז דא אזא מין זאך ווי טריגערס. מיט דעם אלעמען, און נאך אלעמען, איז א מענטש אחריות אויף זיינע מעשים.
מ'רעדט נישט פון מתיר זיין קיין איסורים ח"ו
כ'רעד כלפי די געפילישע טענה אז דער בעה"ב האט געהאט רעכט איהם צו מזיק זיין נאך וואס ער האט געטוהן, הגם עס איז ברור שהוא מזיק בדיני שמים און גייט דארפן באצאלן דערפאר בעולם האמת.. זאג איך אז מען דארף אויכט וויסן וואס דער בעה"ב האט געטוהן פארן מענעדשער איידער ער האט דאס געטוהן.. יתכן אז דאס וועט אוועקנעמען די געפילן צים בעה"ב..
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:32 pm
כ'ווייס דאך נישט וואס דער בעה"ב האט בעפאר דעם געטוהן פארן מענעדשער וואס האט געטריגערט ער זאל איהם וועלן אזוי בא'עוולה'ן...
זיינט ווען זענט איהר אויף די זייט פון די מעפ?

אלעמאל איז דער בעלעבוס שולדיג, ווייל ווער ווייסט ווי אזוי ער פירט זיך אויף צום ארבייטער?
אפשר פיהרט ער זיך אויף זייער שיין?

וואס איז קלאהר איז אז דער ארבייטער איז א פאלנער רויבער, אפילו אויב דער בעה"ב איז דא שולדיג ע"פ הלכה, מיינט עס נישט אז דער בעה"ב איז א רויבער, נאר ווי דער סיפור הדברים שרייבט, אז ער האט בשעת כעסו זיך נישט באהערשט, און מזיק געווען, (על צד אז אזוי איז עס ע"פ הלכה).
אבער דער ארבייטער? אפילו אויב ער איז פטור, איז ווייל מ'קען איהם נישט מחייב זיין אויף מניעת רווח וכדומה, אבער א בוגד און גנב בלייבט ער (ער האט דאך בפועל בא'גנב'עט, נאר ער האט צוריק באצאלט, אבער א רי"ש שי"ן עי"ן מיט אלע פירושים בלייבט ער, און א רחמנות פאר זיין קומענדיגע מעביד און בעל הבית. )

אפדעיט:
כ'האב נישט געזעהן אז מ'רעדט שוין פון דעם, קאושער האט שוין אהנגעפרעגט.
לעצט פארראכטן דורך אויסגעהיילט אום דינסטאג מאי 28, 2024 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:41 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:03 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:32 pm
נאר געהערט די מעשה, נישט די הלכה'דיגע צדדים.. כ'רעד נישט אריין אין די געפילישע חלק פון די חוצפה ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דער בעה"ב האט בעפאר דעם געטוהן פארן מענעדשער וואס האט געטריגערט ער זאל איהם וועלן אזוי בא'עוולה'ן... לדעתי דעת בעל הבית זעה איך נישט וויאזוי מען קען מדמה זיין די עוולה פונעם מענעדשער צו די עוולה פונעם בעה"ב.. דער מענדשער האט דא געפלאנט צו אויספירן א מניעת ריווח בשעת וואס דער בעה"ב האט מזיק געווען דעם מענעדשערס געלט.. דער מענעדשער האט דא געפלאנט צו טוהן א גניבה וואס איז ניתן לחזרה, בשעת דער בעה"ב האט מזיק געווען א היזק גדול שאי אפשר לתקן..
אוועראל, האב איך ליב וואס איר שרייבט. אבער ווערן "געטריגעט" איז א לינקע ליבאראלע זאך וואס איז מתיר אלע עבירות. ביסט געווארן געטריגעט? קוויט דיין זשאב און גיי פאר הילף. און דאס שרייב איך נאכן אדורכטוהן די נושא בכובד ראש. דאס שרייב איך אפילו איך גלייב אז עס איז דא אזא מין זאך ווי טריגערס. מיט דעם אלעמען, און נאך אלעמען, איז א מענטש אחריות אויף זיינע מעשים.
מ'רעדט נישט פון מתיר זיין קיין איסורים ח"ו
כ'רעד כלפי די געפילישע טענה אז דער בעה"ב האט געהאט רעכט איהם צו מזיק זיין נאך וואס ער האט געטוהן, הגם עס איז ברור שהוא מזיק בדיני שמים און גייט דארפן באצאלן דערפאר בעולם האמת.. זאג איך אז מען דארף אויכט וויסן וואס דער בעה"ב האט געטוהן פארן מענעדשער איידער ער האט דאס געטוהן.. יתכן אז דאס וועט אוועקנעמען די געפילן צים בעה"ב..
די גאנצע גערעדעכטץ דא איז וועגן דעת בעל הבית וואס באדייט א געפילישע בליק אויף א זאך און נישט א תורה'דיגע.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
שאלות
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלות »

ס'איז דא אסאך גירסאות צו דער מעשה:

גירסה #1 :הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א וואס ער האט געהערט.

גירסה # 2: וואס איינער האט געשריבען צו הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א.

גירסה # 3: וואס הרב שמואל יהודה בריסק שליט"א זאגט אין זיין שיעור.

דער הלכה און דער געפילען טוישען זיך לויט דער גירסאות.
שאלות
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלות »

יעצט וועל איך פארברייטערען:

גירסה # 1:

הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א וואס ער האט געהערט:

שמעון האט געהערט אז ער ראובן האט געמאכט אן ארדער פון לולב האלטערס, האט ער נאכגעמאכט ראובן'ס אימייעל אדרעס מיט איין אות אנדרעש, אז דער כינעזער קאמפעני זאל מיינען אז ער איז ראובן.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania, 1984

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

חצי נזק האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:28 pm
איך וואלט אים געהייסן צאלן פארן בעל הבית נזק, צער, ריפוי, שבת און בושת.
דאס איז לשיטתך אז היינט עקזעסטירן די אלע זאכן פון פרשת משפטים, אריינגערעכנט חצי נזק...
שאלות
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלות »

שאלות האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:13 pm
ס'איז דא אסאך גירסאות צו דער מעשה:

גירסה #1 :הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א וואס ער האט געהערט.

גירסה # 2: וואס איינער האט געשריבען צו הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א.

גירסה # 3: וואס הרב שמואל יהודה בריסק שליט"א זאגט אין זיין שיעור.

דער הלכה און דער געפילען טוישען זיך לויט דער גירסאות.
גירסה # 2:

וואס איינער האט געשריבען צו הגאון רבי מנדל שפרן שליט"א:

שמעון איז געווען אין כינע און געזען לולב האלטערס אינמיטען גרייט ווערען, האט ער געפרעגט וויפיל צאלט ראובן פאר דעם האט דער קאמפעני געענטפערט 5 סענט האט שמעון געזאגט געב עס פאר מיר פאר 7 סענט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”