Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!
איז שוין דא א פסק פון א בי"ד?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
דער קיטשען סוחר איז נישט שולדיג אז דער קאנטראקטער איז א באנדיט. ער האט אים געגעבן די מעזשורמענטס וואס ער ווייסט וויאזוי צו ליינען, וויפיל צו צולייגן וכו׳גליטשעדיג האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 04, 2024 7:16 pmבנוגע די קיטשען מעשה:
דער קאנטראקטער האט שטארק בא'עוולה'ט און בא'גנב'ט דעם קיטשען סוחר מיטן רופן מעסטן כאטש ער האט נישט געפלאנט צו נוצן זיין סערוויס. (להלכה טאר מען אפילו נישט קאלן פרעגן א פרייז פון א סטאר נאר אויב מען פלאנט צו קויפן, ס'איז גניבת דעת, און מ'נעמט צו יענעמס צייט, חוץ אז מען זאגט ארויס קלאר אז מען פלאנט נישט צו קויפן).
דער קיטשען מענטש האט נישט געטארט שאדן מאכן יענעם איד קיין איין פעני, נאר געדארפט קלאר ארויסזאגן איך בין דיר גרייט צו געבן די מעזשערמענטס, בתנאי אז אויב דו נעמסט מיך נישט קאסט עס כך וכך).
חושן משפט שאלות זענען הארבע איסורי דאורייתא וואס מען קען עובר זיין, און מען דארף פרעגן א שאלה אויף יעדע זאך וואס מען איז מסופק.
דו פרעגסט?
איך בין מיט דיר. ער האט קלאר געוואוסט אז יענער גייט באשטעלן ביי א צווייטען והא ראי׳ אז ער האט געטוישט.בטלן האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 26, 2024 10:45 pmאויסגעהערט די נייע שיעור, למעשה בין איך נישט אזוי קלאר, לכאורה די קיטשען קאמפעני האט קלאר געוויסט װען ער האט געשיקט די מעשארמענטס, אז די סוחר פארלאזט זיך נאר אויף זיין עדווייס, פארוואס הייסט ער נישט א מזיק? ער גיבט דאך דא קלארע שלעכטע אינפארמאציע - אזוי ווי שולחני.
לאמיר זאגן א שולחני רעכנט געלט פאר זיין אפשאצונג, אויב איינער קימט עים פרעגן אויף מטבע (און ער ווייסט אז די שואל'ס קרעדיט קארד גייט נישט דורכגיין...) מעג ער עים גיבן שלעכטע עדווייס און מזיק זיין? אוואדע נישט, און לכאורה גייט ער דארפן באצאלן פאר גיבן אומריכטיגע אינפארמאציע.
דא איז די חילוק אז די סוחר האט טאקע נישט קלאר געבעהטן די עדווייס בפירוש, אבער די קיטשען סטאר האט אבער יא "קלאר געוויסט" אז ער בעהט די פלענס צו באשטעלן ביי א צווייטע קאמפעני, פארוואס קוק איך עים נישט אן ווי א מזיק?
ער זאגט דאך אויב מ'פארשטייט אליינס אלץ "סומכוני עליך" איז מען מחייב אפילו מ'האט נישט קלאר ארויסגעזאגט.
איז נישט די פאל כאולי ער האט געזאגט "סומכנו עליך"?
K#גענאגלט!farshlufen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:46 pmווי וויט איך פארשטיי, פראקטיש גערעדט פון א בעל מלאכה'אישער בליק.
צו געבן א פרייז דארף מען בערך'דיגע מעזשורמענטס, צו מאכן די דזשאב און אינסטאלירן דארף מען אבער די פאקטישע פונקטליכע מאסן אויף די 1/16 פון אן אינטש, באשטעלן אויף די רויע מאסן איז א טעות פונעם דעוועלאפער, דער קיטשען אינסטאללער איז אים גארנישט שולדיג.
אויב זיין כונה איז געווען צו מזיק צי זיין, מיכי תיתיקיסריה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:54 pmK#גענאגלט!farshlufen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:46 pmווי וויט איך פארשטיי, פראקטיש גערעדט פון א בעל מלאכה'אישער בליק.
צו געבן א פרייז דארף מען בערך'דיגע מעזשורמענטס, צו מאכן די דזשאב און אינסטאלירן דארף מען אבער די פאקטישע פונקטליכע מאסן אויף די 1/16 פון אן אינטש, באשטעלן אויף די רויע מאסן איז א טעות פונעם דעוועלאפער, דער קיטשען אינסטאללער איז אים גארנישט שולדיג.
די קיטשען קאמפאני זאגט עס טאקע היינט צוטאגס משום מעשיות שהיו...בעל דמיון האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:13 pmאיך פארשטיי נישט דעי קיטשען מעשה, (חוץ אויב ס'עפעס אנדערש וואס מאכט מער סענס)
ווען איך האב גערופן א קיטשען קאמפעני מעסטען און איך האב עס איבערגעקוקט און אים געזאגט אז עס שטימט נישט האט ער מיר געענטפערט אז "איקזעקט מעזשורמענטס" באקומט מען נאר נאך א דיפאזיט.
איך זעה נישט קיין שום ריזען פארוואס א קיטשען קאמפעני זאל געבן פוקנטליכע מעזשורמענטס אן א דיפאזיט
און עז עי סייד נאוט: כלל ישראל דארף גוט דורך לערנען דעי סוגיא פון נעמען א קוואוט וואס איינער האט אריינגעלייגט שעות צאמצושטעלן און עס אריינטראגן צו א צווייטע סוחר וואס טוט גארנישט חוץ ק/פ און קומט אריין ביליגער.
מ'קען עס רופן אזא סארט "היפך כוונה".