כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

כל טוב
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:15 pm

מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף באצאלן ווייל ער האט שאדן געמאכט פאר איינעם געלט. מיט אלע זיינע חשבונות אז יענער גייט בעטן א סעמפל האצעך עס אבער ניש אויסגעארבעט. כ׳האב זייער רחמנות אויף אים, אבער ער האט בא׳גנב׳עט איינעם מיט געלט, ברויך ער עס באצאלן.

נאר, איך האלט אז דער מענעדזשער דארף פונקט אזוי באצאלן פאר׳ן באלעבאס פאר׳ן אים שאדן מאכן די פראפיט וואס ער וואלט געקענט מאכן פון די לולב האלטערס. איז אבער שוין זייער שווער אויסצורעכענען וויאזוי מ׳באצאלט אזוינס.
אני הק' זעה נישט פארוואס דער בעה''ב זאל נישט דארפן באצאלן, ער האט אים געהעריג שאדן געמאכט א מיליאן דאלאר,
און כ'זעה נישט פארוואס דער מעדנעדזשער זאל דארפן באצאלן, ער האט אים גארנישט שאדן געמאכט.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ווי באלאנגט דער בריסק?
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

כל טוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:28 am
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:15 pm

מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף באצאלן ווייל ער האט שאדן געמאכט פאר איינעם געלט. מיט אלע זיינע חשבונות אז יענער גייט בעטן א סעמפל האצעך עס אבער ניש אויסגעארבעט. כ׳האב זייער רחמנות אויף אים, אבער ער האט בא׳גנב׳עט איינעם מיט געלט, ברויך ער עס באצאלן.

נאר, איך האלט אז דער מענעדזשער דארף פונקט אזוי באצאלן פאר׳ן באלעבאס פאר׳ן אים שאדן מאכן די פראפיט וואס ער וואלט געקענט מאכן פון די לולב האלטערס. איז אבער שוין זייער שווער אויסצורעכענען וויאזוי מ׳באצאלט אזוינס.
אני הק' זעה נישט פארוואס דער בעה''ב זאל נישט דארפן באצאלן, ער האט אים געהעריג שאדן געמאכט א מיליאן דאלאר,
און כ'זעה נישט פארוואס דער מעדנעדזשער זאל דארפן באצאלן, ער האט אים גארנישט שאדן געמאכט.
איך האלט טאקע אז דער באלעבאס דארף באצאלן. האלטסט אז שאדן מאכן א זיכערע (בקיצור, ווייסעכמיין) פראפיט הייסט נישט שאדן?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ווי קען זיין אז די 900,00 האבן זיי געבעטן פונעם מענעדזשער, און די נייע ווערטער האט דער בעה''ב געקענט ריקוועסטן?
קלונימוס קלמן
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 29, 2022 11:50 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס קלמן »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:59 am
ווי באלאנגט דער בריסק?
בעלזא
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:10 am
ווי קען זיין אז די 900,00 האבן זיי געבעטן פונעם מענעדזשער, און די נייע ווערטער האט דער בעה''ב געקענט ריקוועסטן?
אויב זיי זענען געוואוינט געווען אז די צוויי ארבעטן ביינאזאם איז עס ממש מעשים בכל יום. יעדן טאג וואס ס'געשעהט נישט איז א פלא...
געשטימט פאר ראשעק הול
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

איך פרוביר צו פארשטיין איין דעטאל פון די מעשה:

אז דער בעה״ב האט שוין געוואוסט דעם נעקסטן טאג אז זיין ארדער איז געקענסלט פארוואס האט ער נישט ריסאמביטעט זיין ארדער פון א אנדערע אימעיל און א אנדערע בענק אקאונט?

ער האט עפעס אזוי גרינג אויפגעגעבן די שווערע מיליאנען פראפייט?

אלא מאי לכאורה האט ער עס טאקע געטוהן אויף גאר א שטילע וועג וואס דער מענדזשער ווייסט פשוט נישט דערפון דער בעה״ב פארציילט עס נאר נאכנישט.

אשר על כן אם כנים הדברים אויב בית דין קען עס מברר זיין באיזה אופן האט דער מענדזשער גארנישט שאדן געמאכט פארן בעה״ב, נישט דירעקט און נישט מניעת הריוח. דאס איינציגסטע פראבלעם וואלט געווען אז ער וואלט אים קאמפיט מיטן פרייז אויפן מארקעט וואס איז א באזונדערע שאלה אבער איז נישט נוגע יעצט אין דעם ספעציפישן יוניק שאלה.

ממילא קומט נאר אריין די שאלה אז דער בעה״ב האט שאדן געמאכט פארן מענעדזשער, צו דאס הייסט א היזק און טאקע בגוף הדבר, צו בלויז א גרמי אדער א גרמא, אדער אפשר האט ער פשוט מקיים געווען הגונב מן הגנב, צו גאר הייסט דאס נישט אזוי, וכולהו…
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

די נקודה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:38 am
איך פרוביר צו פארשטיין איין דעטאל פון די מעשה:

אז דער בעה״ב האט שוין געוואוסט דעם נעקסטן טאג אז זיין ארדער איז געקענסלט פארוואס האט ער נישט ריסאמביטעט זיין ארדער פון א אנדערע אימעיל און א אנדערע בענק אקאונט?

ער האט עפעס אזוי גרינג אויפגעגעבן די שווערע מיליאנען פראפייט?

אלא מאי לכאורה האט ער עס טאקע געטוהן אויף גאר א שטילע וועג וואס דער מענדזשער ווייסט פשוט נישט דערפון דער בעה״ב פארציילט עס נאר נאכנישט.

אשר על כן אם כנים הדברים אויב בית דין קען עס מברר זיין באיזה אופן האט דער מענדזשער גארנישט שאדן געמאכט פארן בעה״ב, נישט דירעקט און נישט מניעת הריוח. דאס איינציגסטע פראבלעם וואלט געווען אז ער וואלט אים קאמפיט מיטן פרייז אויפן מארקעט וואס איז א באזונדערע שאלה אבער איז נישט נוגע יעצט אין דעם ספעציפישן יוניק שאלה.

ממילא קומט נאר אריין די שאלה אז דער בעה״ב האט שאדן געמאכט פארן מענעדזשער, צו דאס הייסט א היזק און טאקע בגוף הדבר, צו בלויז א גרמי אדער א גרמא, אדער אפשר האט ער פשוט מקיים געווען הגונב מן הגנב, צו גאר הייסט דאס נישט אזוי, וכולהו…
הרב בריסק זאגט דערויף אז שוין געווען צו שפעט צו מאכן א נייע ארדער אויף צו אנקומען פארן קומענדיגן סוכות.
למעשה איז עס דאך שוין אבער יא יעצט אנגעקומען פסח צייט איז הדרא קושי' לדוכתי'.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

לכאורה אויב דער בעה"ב האט געקענט מאכן טוישינגען צום ארדער איז לכאורה פשט אז דאס איז געווען כאילו אויף זיין אקאונט, זיי האבן געמיינט ער איז דאס, אם כן קען ער אפשר זאגן אז די ארדער פון די לא-תגנובו האלטערס זענען באמת זיינע, און האט גארנישט קיין שייכות מיטן מענעדשער, ער האט דאס באשטעלט פאר זיך ווייל ער וויל פארקויםן לא-תגנובו האלטערס, ממילא די געלט וואס דער מענעדשער האט געגעבן פאר די פעקטארי אין טשיינע איז געווען על קרן הצבי, איי וועסטו זאגן אז יעצט זאל עס די בעה"ב איבערנעמען און אים צוריקצאלן, וועט ער זאגן אז ער האט יעצט איינגעזעהן אז עס איז גארנישט ווערט און ער וויל עס נישט איבערנעמען, ממילא די בעה"ב האט א סכסוך מיטן פאבריק אין טשיינע, און דער מענעדשער האט געווארפן זיין געלט אין גארבידש על דעת עצמו.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
אגם המלך
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:59 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגם המלך »

קלונימוס קלמן האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:03 am
ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:59 am
ווי באלאנגט דער בריסק?
בעלזא
א זון פון טאשנאד רב
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

ער דערציילט אינמיטן די שיעור א מעשה, איינער האט געוואלט שיקן א ספר תורה קיין אמעריקע, איז ער געגאנגן אין עירפארט און געפרעגט איינעם דארט צו ער גייט אויף די פליגער קיין ניו יורק, ער האט אים געבעטן צו האלטן א פאר מינוט די ספר תורה ווייל ער וויל ארויס גיין א מינוט, און למעשה האט יענער אפגעפיצט פון שטח און געלאזט יענעם האלטן די ספר אויפן גאנצע 12 שעהדיגע נסיעה, אנקומענדיג קיין ניו יורק האט איינער אפגעווארט צו באקומען די ספר אבער יענער האט עס באהאלטן און געוואלט באצאלט פארן סערוויס פון טראגן די ספר + קנס פארן עוולה
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4011
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am

דעי מעשה הייסט: נבל ברשות ה (ספר) תורה
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:15 pm
שמעלץ טאפ האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 8:17 pm
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די דעת בעל הבית דא.

ווער ס'קען ביטע שרייבט דיין מיינונג און וואס איז דיין logic?

מיין מיינונג:
דער בעל הבית דארף נישט באצאלן, דער ארבעטער וואלט געדארפט בעטן א Top of Production sample אדער מינימום א בילד פונעם אייטעם, און דעס איז געווען די חשבון פונעם בעלבאס. און נישט צו שאדן מאכן א מיליאן דאלאר.
מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף באצאלן ווייל ער האט שאדן געמאכט פאר איינעם געלט. מיט אלע זיינע חשבונות אז יענער גייט בעטן א סעמפל האצעך עס אבער ניש אויסגעארבעט. כ׳האב זייער רחמנות אויף אים, אבער ער האט בא׳גנב׳עט איינעם מיט געלט, ברויך ער עס באצאלן.

נאר, איך האלט אז דער מענעדזשער דארף פונקט אזוי באצאלן פאר׳ן באלעבאס פאר׳ן אים שאדן מאכן די פראפיט וואס ער וואלט געקענט מאכן פון די לולב האלטערס. איז אבער שוין זייער שווער אויסצורעכענען וויאזוי מ׳באצאלט אזוינס.
מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף גארנישט באצאלן!
נאכאמאל, נאר מיין דעת בעל הבית, איך קען זיך נישט אויס וואס די הלכה איז.
דאס איז דאך געווען "זיין" ביזנעס. און "זיין" מענעדשער האט געפלעיסט אן ארדער פאר זיין ביזנעס. און וואס ער האט געטוהן, בדידיה קעביד. וואס איז, א בעל הבית מעג נישט טוישן זיין אייגענע ארדער? ווער האט געהייסן דעם מענעדזער גנב צו טוישן די ארדער און געבן א דיפאזיט פון זיין געלט? האט ער דען נישט גע'קאנטאקט די כינעיזער אלטץ בעל הבית פון זיין קאמפני? מיט זיין אימעיל???
איך האב נאר געהערט די אנפאנג פון די מעשה, קען זיין איך קען נישט גענוג גוט די דיטעילס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am
ער דערציילט אינמיטן די שיעור א מעשה, איינער האט געוואלט שיקן א ספר תורה קיין אמעריקע, איז ער געגאנגן אין עירפארט און געפרעגט איינעם דארט צו ער גייט אויף די פליגער קיין ניו יורק, ער האט אים געבעטן צו האלטן א פאר מינוט די ספר תורה ווייל ער וויל ארויס גיין א מינוט, און למעשה האט יענער אפגעפיצט פון שטח און געלאזט יענעם האלטן די ספר אויפן גאנצע 12 שעהדיגע נסיעה, אנקומענדיג קיין ניו יורק האט איינער אפגעווארט צו באקומען די ספר אבער יענער האט עס באהאלטן און געוואלט באצאלט פארן סערוויס פון טראגן די ספר + קנס פארן עוולה
יא, יא. געווען איצט ביי א נסיעה, ווען איינער אין אייראפע געט איבער זיין האנד באגאדז (שוין נאך סעקיוריטי, אין עירפארט), און זאגט אים, נעם עס ארויף אויפן פליגער פאר מיר, און ער ווערט פארשווינדען. נישט געווארט פאר א יא, נישט געווארט מען זאל מסכים זיין. דער אינגערמאן רעגט זיך, והילד איננו. ער פרעגט זיך נאך, לויפט ארום, דאן לאט ער עס איבער ביים געיט און גייט ארויף אויפן פליגער. דער בעל הא'רענצעל קומט ארויף אויפן פליגער און פרעגט אים ווי איז מיין רענצל. זאגט ער אים, ביים געיט, אויב סעקיוריטי האט עס נאך נישט אוועקגענומען. דער בא'שייגעצט אים אז די ביסט אן אומ-מענטש, א גנב. א דעיס מיט א יענץ. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אים געלונגען, אבער ער איז אראפגעלאפן פונעם פליגער און נאך געטראפן זיין רענצעל. געווענדליך ווען מען באורד קען מען שוין נישט אראפגיין. וואס האלט דער עולם, ווער איז דא גערעכט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4011
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am

אוודאי נעמט נישט א פעקל ביים ערעפלאן.. און נאכדערצו אין יאגעניש.. סאונד פישי [נד”נ]
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2638
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am
וואס האלט דער עולם, ווער איז דא גערעכט?
אוודאי דער באטראפענער וואס וואלט געקענט חלילה ווערן אדער שיר נישט געווארן א פדיון שבויים קעיס.

חוץ דאס
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am
ער פרעגט זיך נאך, לויפט ארום
וואס איז געווען א טעות. ער וואלט עס געדארפט אראפלייגן גראד און אוועקוואקן לחיים ולשלום.
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

זייער אינטערעסאנט,

צו אלע מיט פראגעס,
אוודאי איז ער משנה געוויסע פרטים פון די מעשה פארן פאבליק.

וואס איז הרב בריסק נוטה למעשה?
נישט געהערט ביזן סוף.
לעצט פארראכטן דורך טראפקעלע אום דינסטאג מאי 28, 2024 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2638
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איך בין מסופק אויף דעי חלק
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am
דער בעל הא'רענצעל קומט ארויף אויפן פליגער און פרעגט אים ווי איז מיין רענצל. זאגט ער אים, ביים געיט, אויב סעקיוריטי האט עס נאך נישט אוועקגענומען.
איז עס מענטשליך אדער נאיוו? וואלט נישט געפאסט בעסער צו זאגן: איך ווייס נישט וואס דו רעדסט?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:22 pm
זייער אינטערעסאנט,

צו אלע מיט פראגעס,
אוודאי איז ער משנה געוויסע פרטים פון די מעשה פארן פאבליק.

וואס איז דער בריסק נוטה למעשה?
נישט געהערט ביזן סוף.
ער פערזענליך האלט אז ער איז מחויב צו באצאלן
אבער ברענגט מיינונגען פון הרבנים רב (כגדענק נישט זיין נאמען) פון בעלזא בי"ד און פון הרב זילבער פון התאחדות אז ער איז נישט מחויב צו באצאלן (מכח סברת כאשר עשה כן יעשה לו)
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am
גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am
ער דערציילט אינמיטן די שיעור א מעשה, איינער האט געוואלט שיקן א ספר תורה קיין אמעריקע, איז ער געגאנגן אין עירפארט און געפרעגט איינעם דארט צו ער גייט אויף די פליגער קיין ניו יורק, ער האט אים געבעטן צו האלטן א פאר מינוט די ספר תורה ווייל ער וויל ארויס גיין א מינוט, און למעשה האט יענער אפגעפיצט פון שטח און געלאזט יענעם האלטן די ספר אויפן גאנצע 12 שעהדיגע נסיעה, אנקומענדיג קיין ניו יורק האט איינער אפגעווארט צו באקומען די ספר אבער יענער האט עס באהאלטן און געוואלט באצאלט פארן סערוויס פון טראגן די ספר + קנס פארן עוולה
יא, יא. געווען איצט ביי א נסיעה, ווען איינער אין אייראפע געט איבער זיין האנד באגאדז (שוין נאך סעקיוריטי, אין עירפארט), און זאגט אים, נעם עס ארויף אויפן פליגער פאר מיר, און ער ווערט פארשווינדען. נישט געווארט פאר א יא, נישט געווארט מען זאל מסכים זיין. דער אינגערמאן רעגט זיך, והילד איננו. ער פרעגט זיך נאך, לויפט ארום, דאן לאט ער עס איבער ביים געיט און גייט ארויף אויפן פליגער. דער בעל הא'רענצעל קומט ארויף אויפן פליגער און פרעגט אים ווי איז מיין רענצל. זאגט ער אים, ביים געיט, אויב סעקיוריטי האט עס נאך נישט אוועקגענומען. דער בא'שייגעצט אים אז די ביסט אן אומ-מענטש, א גנב. א דעיס מיט א יענץ. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אים געלונגען, אבער ער איז אראפגעלאפן פונעם פליגער און נאך געטראפן זיין רענצעל. געווענדליך ווען מען באורד קען מען שוין נישט אראפגיין. וואס האלט דער עולם, ווער איז דא גערעכט?
מילא ביי די מעשה פון די ספר תורה קען ער דאך נישט יברלאזן דעם ס''ת בבזיון אויף הפקר
אבער ביי סתם א פעקל? וואס די שאלה, מוז ער דען מקבל זיין שמירה?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2638
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אביונה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm
ברענגט מיינונגען פון הרבנים רב חיים צבי שפירא פון בעלזא בי"ד און פון הרב זילבער פון התאחדות אז ער איז נישט מחויב צו באצאלן
די 2 האבן געזאגט ער איז א "מזיק בידים", נאך שטערקער פון וואס ער האלט אליין אז ס'איז גרמי. להלכה איז נישט קיין נפק"מ ווייל ער איז חייב סייווי.

ובשם ר"מ שאפראן אז ס'איז גרמי, אבער מיט נאך פרטים פון פאטענט וכו'.

ובשם הרב בריזל פון א"י אז ס'איז נאר גרמא ופטור.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איך בין נייגעריג צו ס'איז דא אפגעשריבן דער פסק דין, אדער לפחות די טענות. ווייל דא זענען דא צופיל פרטים וועלכע קענען מיט איין קליינע קנייטש טוישן די משמעות מקצה אל הקצה.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

למעשה זעט מען קלאר פון די מעשה אז מיר אלע מוזן ארבייטן אויף אונזערע מידות. אוואדאי די מענעדזער, אבער אויך די בעל הבית. די געפיהל זאגט, לאמיך אים צופיקסן אין באבענס באבע אריין. און ער האט גאר שטארקע טענות! כאשר עשה כן יעשו לו, עם עיקש תתפתל, ועוד... מיט דעם אלעם, וואלט ער געדארפט ווען טראכטן, וואס וויל דער אייבערשטער איצט פון מיר.

למעשה, מיין דעת בעל הבית איז זייער שטארק צו מיטפיהלן מיטן בעל הבית, וועמען מען האט געוואלט בארויבן. און נאך ווער? זיין אייגענע ארבייטער!

איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן??? וואס איז ער שולדיג אז זיין ארבייטער האט געגעבן א דיפאזיט? זיין קאמפאני האט עפעס באשטעלט. און ער האט דערשמעקט אז זיין ארבייטער וויל אים בארויבן, האט ער געטוישט זיין ארדער. נישט אזוי?

גנבים.png
גנבים.png (91.57 KiB) געזען 461 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:43 pm
למעשה זעט מען קלאר פון די מעשה אז מיר אלע מוזן ארבייטן אויף אונזערע מידות. אוואדאי די מענעדזער, אבער אויך די בעל הבית. די געפיהל זאגט, לאמיך אים צופיקסן אין באבענס באבע אריין. און ער האט גאר שטארקע טענות! כאשר עשה כן יעשו לו, עם עיקש תתפתל, ועוד... מיט דעם אלעם, וואלט ער געדארפט ווען טראכטן, וואס וויל דער אייבערשטער איצט פון מיר.

למעשה, מיין דעת בעל הבית איז זייער שטארק צו מיטפיהלן מיטן בעל הבית, ווען מען האט געוואלט בארויבן, און נאך ווער? די אייגענע ארבייטער. איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו מיין טענה בעפאר, איך זעה נישט אז איינער זאל דאס אויסשמוסן. ווי איך פארשטיי האט דער בעל הבית געהייסן די כינעזער טוישן "זיין ארדער", וואס "זיין קאמפאני" האט געגעבן???

גנבים.png
אויב זיין קאמפעני, זיין ארדער, זיין אימייל, נאר די געלט פון די ארבעטער. זאל די בעל הבית נעמען אחריות אויף זיין ארדער און באצאלן פארן מענעזשער
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

Two wrongs doesn't make one right
מיר ווייטוגט מער אז די טשייניזע קאמפעני האט פארדינט געלט פון גארבעטש און א יוד האט שאדן געהאט א מיליאן דולער, און זייער מעגליך אז נאך צענדליגע יודן ליידן דערפאר ווייל די מענעזשער האט זיך אפשר צוזאם געבארגט געלט פון אנדערע וואס ווערן יעצט אנגעזעצט.
דער בעה"ב קומט זיך מכות!!
לעצט פארראכטן דורך גבריאל אום דינסטאג מאי 28, 2024 1:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”