מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?
אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מעג איך רעדן לשון הרע אויף יענעמס טאכטער אז קיינער זאל נישט אריינפאלן מיט איר?ברוך ברייער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 11:59 amהייסט עס לשון הרע?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?
אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
איך פרעג סעפעציפיש אױף אזא מעשה װי ס׳איז א סכנה (איך האב באמת אזא מעשה אין כ׳װיל װיסן צי כ׳מעג מעורר זײן דער ציבור דערװעיגען)
לעשירת דעתי זיכער אז יאabeg האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 12:15 pmאיך פרעג סעפעציפיש אױף אזא מעשה װי ס׳איז א סכנה (איך האב באמת אזא מעשה אין כ׳װיל װיסן צי כ׳מעג מעורר זײן דער ציבור דערװעיגען)
הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטאברוך ברייער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 11:59 amהייסט עס לשון הרע?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?
אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
אויש ס'טיט זייער וויי! שוין געהאט אזאנס מיט אן היימישע אידן אויף ברענד ניו עמעזאן אקאונט.....קעדילעק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 1:38 pmביי אונז האט א פיינהארציגער איד געשריבן א שלעכטע ריוויו, קיינער ווייסט נאך נישט פארוואס, מ'האט אים געאימעילט און ער האט נישט ריספאנדעט, נארמאל מאכן מיר זיך נישט אייבג צו טון פון איוויוס, היות ס'ווערט בטל בששים מיט די גוטע ריוויוס, אבער פונקט איז עס געווען נוגע פאר א צווייטן אינמיטן א דיעל, האט ער געברענגט א ראי' פון יענע פרישע בייזע ריוויו, און עס האט אונז געברענגט שאדן, ס'איז א שלעכטקייט, און גייט קלאר אריין אין גדר פון לשון הרע, און אפשר אפילו מלבין פני בחירו, און גניבה..
חצי גיבור שנונים..
די צווייטע איז ריכטיג! אוודאי וואלט ער! נאר מען לאזט אים נישט, טוט ער עס אויף גוגל...יצר טוב האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 1:54 pmדי חפץ חיים שרייבט קלאר אז לשון הרע גייט אויך אן בכתב.
ממ״נ אויב בוסטו פשוט נישט געווען צופרידן מיט די סערוויס פארוואס זאלסטו אים יעצט מעגן בארעדן?
אויב האלטסטו ער באגנבעט מענטשן און די מיינסט פשוט לשם שמים צו אפהאלטן אנדערע מענטשן אן קיין פרעזעליכע נגיעות, וואלסט אויך אויפגעהאנגען א צעטיל מיט די אינפארמאציע אין שול? וואלסט אויך געצאלט געלט עס אריין צו לייגן אין די טעגליכע צעטליך?
דעס אז ביזנעס גייט אזוי זעה איך נישט ס׳זאל אויסמאכן.זכריהו האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 2:39 pmדי צווייטע איז ריכטיג! אוודאי וואלט ער! נאר מען לאזט אים נישט, טוט ער עס אויף גוגל...יצר טוב האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 1:54 pmדי חפץ חיים שרייבט קלאר אז לשון הרע גייט אויך אן בכתב.
ממ״נ אויב בוסטו פשוט נישט געווען צופרידן מיט די סערוויס פארוואס זאלסטו אים יעצט מעגן בארעדן?
אויב האלטסטו ער באגנבעט מענטשן און די מיינסט פשוט לשם שמים צו אפהאלטן אנדערע מענטשן אן קיין פרעזעליכע נגיעות, וואלסט אויך אויפגעהאנגען א צעטיל מיט די אינפארמאציע אין שול? וואלסט אויך געצאלט געלט עס אריין צו לייגן אין די טעגליכע צעטליך?
מען דארף הערן א עכטע דעת תורה.
די צדדים וואס דער דיין דארף הערן:
1) דער גאנצער ביזנעס וועלט ארבעט היינט אזוי, אז צו שלעפן קאסטומערס דארף מען שווער ארבעטן אויף זיך צו שאפן גוטע רעוויוס, שרייבן שלעכטע רעוויוס אינפארסירט דעם בעה״ב זיך צו שאפן גוטע, און זיין ביזנעס ווערט בעסער. אויב האט ער נישט קיין שכל און ער ארבעט נישט אויף זיינע רעיטינגס, דארף מען דאך באמת אפהאלטן מענטשן פון גיין דארט.
2) קומט אריין א שטילער אינגערמאן צום געשעפט און דער בעה״ב גיבט אים א צובראכאנע אייטעם, דער בעה״ב האלט עס נישט ביים צוריקנעמען... וואס פינקטליך זענען די אפשענס פון דעם אינגערמאן?
ביז 20 יאר צוריק האט ער טאקע נישט געהאט קיין אפשענס, מסירה איז אסור, דין תורה פאר $100 שאדן איז נאריש, איבערדרייען א שטאט ווערסטו א משוגענער, האט ער זיך געבעטן ווי א גזלן און יענער האט אים טאקע אנגעפיפן.
היינט איז אכשיר דרא, דער קאסטומער האט אויך א וועג זיך צו לאזן הערן... אזוי ארבעט עס אין די גאנצע וועלט, און עס שפארן זיך נישט אפ קיין געשעפטן... פארקערט, יעדעמס סערוויס ווערט בעסער און בעסער. גוטע ריטערן פאליסיס וואס מ׳האט נאך קיינמאל נישט געהאט.
דאס טאר מען נישט טון אידישליך?
עס דארף א שטיקל אויסקלארונג.