מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

הייסט עס לשון הרע?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?

אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

הייב אויף א טעלעפאן און רוף אים אן און זאג אים וואס דו האלטס אויף אים אדער זיין ביזנעס א ריוויא טוט גארנישט אויף צו פארבעסערן א קאמפאני
לפנות בוקר
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

ברוך ברייער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:59 am
הייסט עס לשון הרע?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?

אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
מעג איך רעדן לשון הרע אויף יענעמס טאכטער אז קיינער זאל נישט אריינפאלן מיט איר?
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מעג איך למשל אױפמערקזאם מאכן דעם ציבור אױף א געװיסע פראדאקט פון א הײמישע קאמפעני אז ס׳איז א סכנה צי ניצן?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

abeg האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:08 pm
מעג איך למשל אױפמערקזאם מאכן דעם ציבור אױף א געװיסע פראדאקט פון א הײמישע קאמפעני אז ס׳איז א סכנה צי ניצן?
איז א יעדע שלעכטע review טאקע צו מונע זיין א סכנה ?
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

נחום וואהלינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
abeg האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:08 pm
מעג איך למשל אױפמערקזאם מאכן דעם ציבור אױף א געװיסע פראדאקט פון א הײמישע קאמפעני אז ס׳איז א סכנה צי ניצן?
איז א יעדע שלעכטע review טאקע צו מונע זיין א סכנה ?
איך פרעג סעפעציפיש אױף אזא מעשה װי ס׳איז א סכנה (איך האב באמת אזא מעשה אין כ׳װיל װיסן צי כ׳מעג מעורר זײן דער ציבור דערװעיגען)
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

abeg האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:15 pm
נחום וואהלינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
abeg האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:08 pm
מעג איך למשל אױפמערקזאם מאכן דעם ציבור אױף א געװיסע פראדאקט פון א הײמישע קאמפעני אז ס׳איז א סכנה צי ניצן?
איז א יעדע שלעכטע review טאקע צו מונע זיין א סכנה ?
איך פרעג סעפעציפיש אױף אזא מעשה װי ס׳איז א סכנה (איך האב באמת אזא מעשה אין כ׳װיל װיסן צי כ׳מעג מעורר זײן דער ציבור דערװעיגען)
לעשירת דעתי זיכער אז יא
דערווייל אבער בין איך נאכנישט א דיין
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ברוך ברייער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:59 am
הייסט עס לשון הרע?
הייסט עס שאדן מאכן פאר יענעם?

אדער קען זיין גאר פארקערט ווייל די העלפסט ארויס אז נאך איינער זאל נישט אריינפאלן?
הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא

ריף אים אן (אימעיל) פריוואט, מאך אים אויפמערקזאם איבערן פראבלעם. וואס עפעס אויסקלאפן אין בית המדרש
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

געגעסן פון א היימישע טעיקאוט און זיך פארדארבן די מאגן מעג מען עס אויספויקן אויף גאגל?
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אלטע שמועסן בענין זה
viewtopic.php?f=5&t=44353
viewtopic.php?t=61268
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אז אין די רעסטאראנט לויפן ארום מייז.
מעג מען עס אויספויקן פאר די גאנצע וועלט?

איך גלייב אז אין א שמועס וואלטן עס מענטשן יא געזאגט, אבער צעשמירן איז פיל שעדליכער.

מ׳קען יענעם קאמפליטלי אוועקלייגן.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

ביי אונז האט א פיינהארציגער איד געשריבן א שלעכטע ריוויו, קיינער ווייסט נאך נישט פארוואס, מ'האט אים געאימעילט און ער האט נישט ריספאנדעט, נארמאל מאכן מיר זיך נישט אייביג צו טון פון ריוויוס, היות ס'ווערט בטל בששים מיט די גוטע ריוויוס, אבער פונקט איז עס געווען נוגע פאר א צווייטן אינמיטן א דיעל, האט ער געברענגט א ראי' פון יענע פרישע בייזע ריוויו, און עס האט אונז געברענגט שאדן, ס'איז א שלעכטקייט, און גייט קלאר אריין אין גדר פון לשון הרע, און אפשר אפילו מלבין פני חבירו, און גניבה..

חצי גיבור שנונים..
לעצט פארראכטן דורך קעדילעק אום מיטוואך מאי 29, 2024 1:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

שאדן מאכן א צווייטן יוד'ס פרנסה, מיט אלע התירים שבעולם, איז ווייט פון א קינדער שפיל.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

קעדילעק האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:38 pm
ביי אונז האט א פיינהארציגער איד געשריבן א שלעכטע ריוויו, קיינער ווייסט נאך נישט פארוואס, מ'האט אים געאימעילט און ער האט נישט ריספאנדעט, נארמאל מאכן מיר זיך נישט אייבג צו טון פון איוויוס, היות ס'ווערט בטל בששים מיט די גוטע ריוויוס, אבער פונקט איז עס געווען נוגע פאר א צווייטן אינמיטן א דיעל, האט ער געברענגט א ראי' פון יענע פרישע בייזע ריוויו, און עס האט אונז געברענגט שאדן, ס'איז א שלעכטקייט, און גייט קלאר אריין אין גדר פון לשון הרע, און אפשר אפילו מלבין פני בחירו, און גניבה..

חצי גיבור שנונים..
אויש ס'טיט זייער וויי! שוין געהאט אזאנס מיט אן היימישע אידן אויף ברענד ניו עמעזאן אקאונט.....


אבער: אמונה אמונה אמונה.... קיינער קען דיך נישט שלעכט טיען... קיינער!
אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

די חפץ חיים שרייבט קלאר אז לשון הרע גייט אויך אן בכתב.

ממ״נ אויב בוסטו פשוט נישט געווען צופרידן מיט די סערוויס פארוואס זאלסטו אים יעצט מעגן בארעדן?

אויב האלטסטו ער באגנבעט מענטשן און די מיינסט פשוט לשם שמים צו אפהאלטן אנדערע מענטשן אן קיין פרעזעליכע נגיעות, וואלסט אויך אויפגעהאנגען א צעטיל מיט די אינפארמאציע אין שול? וואלסט אויך געצאלט געלט עס אריין צו לייגן אין די טעגליכע צעטליך?
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

ח''ו קיינער זאל נישט מיינען אז איך וויל לייגו א שלעכטע רעוויא אויף איינעם...

א איד (גראדע א ארויפגעקוקטע איד) האט זיך באנוצט מיט מיין סערוויס און נאכדעם האט ער דעספיוט זיין קארטל
איך האב פראבירט צו רעדן מיט עם אבער גארנישט..
האב איך געפייט די דעספיוט
איז ער געגאנגען און געלאזט א שלעכטע רעוויא,

וויל איך וויסן אויב עס איז א אויסגעהאלטנע זאך
זכריהו
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

יצר טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:54 pm
די חפץ חיים שרייבט קלאר אז לשון הרע גייט אויך אן בכתב.

ממ״נ אויב בוסטו פשוט נישט געווען צופרידן מיט די סערוויס פארוואס זאלסטו אים יעצט מעגן בארעדן?

אויב האלטסטו ער באגנבעט מענטשן און די מיינסט פשוט לשם שמים צו אפהאלטן אנדערע מענטשן אן קיין פרעזעליכע נגיעות, וואלסט אויך אויפגעהאנגען א צעטיל מיט די אינפארמאציע אין שול? וואלסט אויך געצאלט געלט עס אריין צו לייגן אין די טעגליכע צעטליך?
די צווייטע איז ריכטיג! אוודאי וואלט ער! נאר מען לאזט אים נישט, טוט ער עס אויף גוגל...

מען דארף הערן א עכטע דעת תורה.

די צדדים וואס דער דיין דארף הערן:

1) דער גאנצער ביזנעס וועלט ארבעט היינט אזוי, אז צו שלעפן קאסטומערס דארף מען שווער ארבעטן אויף זיך צו שאפן גוטע רעוויוס, שרייבן שלעכטע רעוויוס אינפארסירט דעם בעה״ב זיך צו שאפן גוטע, און זיין ביזנעס ווערט בעסער. אויב האט ער נישט קיין שכל און ער ארבעט נישט אויף זיינע רעיטינגס, דארף מען דאך באמת אפהאלטן מענטשן פון גיין דארט.

2) קומט אריין א שטילער אינגערמאן צום געשעפט און דער בעה״ב גיבט אים א צובראכאנע אייטעם, דער בעה״ב האלט עס נישט ביים צוריקנעמען... וואס פינקטליך זענען די אפשענס פון דעם אינגערמאן?

ביז 20 יאר צוריק האט ער טאקע נישט געהאט קיין אפשענס, מסירה איז אסור, דין תורה פאר $100 שאדן איז נאריש, איבערדרייען א שטאט ווערסטו א משוגענער, האט ער זיך געבעטן ווי א גזלן און יענער האט אים טאקע אנגעפיפן.

היינט איז אכשיר דרא, דער קאסטומער האט אויך א וועג זיך צו לאזן הערן... אזוי ארבעט עס אין די גאנצע וועלט, און עס שפארן זיך נישט אפ קיין געשעפטן... פארקערט, יעדעמס סערוויס ווערט בעסער און בעסער. גוטע ריטערן פאליסיס וואס מ׳האט נאך קיינמאל נישט געהאט.

דאס טאר מען נישט טון אידישליך?

עס דארף א שטיקל אויסקלארונג.
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

im thinking the same, im in a development, with a bad managment, im holding myself back every day not to put a bad revei
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

די שאלה דארף מען פרעגן פון א AI דיין
ווייל עס איז א טעקנאלעדזשי שאלה
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

איך האב געקויפט א לעדר קויטש דא היימיש לאקעל. למעשה איז עס נישט לעדער.

פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן אויף גאגל?
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:49 pm
איך האב געקויפט א לעדר קויטש דא היימיש לאקעל. למעשה איז עס נישט לעדער.

פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן אויף גאגל?
ווייל ווען איינער וועט דאס זעהן וועט ער נישט וועלן גיין דארט קויפן
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:49 pm
איך האב געקויפט א לעדר קויטש דא היימיש לאקעל. למעשה איז עס נישט לעדער.

פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן אויף גאגל?
זייער אינטרעסאנט, מסתמא איז געווען א מיספארשטענדעניש.
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

Pinchus האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:49 pm
איך האב געקויפט א לעדר קויטש דא היימיש לאקעל. למעשה איז עס נישט לעדער.

פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן אויף גאגל?
ווייל דאס איז לשון הרע, אויב דיין חבר וויל דארט גיין קויפן און ער קומט דיר פרעגן דיין עקספריענס קען זיין די מעגסט אים זאגן.
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

זכריהו האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:39 pm
יצר טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:54 pm
די חפץ חיים שרייבט קלאר אז לשון הרע גייט אויך אן בכתב.

ממ״נ אויב בוסטו פשוט נישט געווען צופרידן מיט די סערוויס פארוואס זאלסטו אים יעצט מעגן בארעדן?

אויב האלטסטו ער באגנבעט מענטשן און די מיינסט פשוט לשם שמים צו אפהאלטן אנדערע מענטשן אן קיין פרעזעליכע נגיעות, וואלסט אויך אויפגעהאנגען א צעטיל מיט די אינפארמאציע אין שול? וואלסט אויך געצאלט געלט עס אריין צו לייגן אין די טעגליכע צעטליך?
די צווייטע איז ריכטיג! אוודאי וואלט ער! נאר מען לאזט אים נישט, טוט ער עס אויף גוגל...

מען דארף הערן א עכטע דעת תורה.

די צדדים וואס דער דיין דארף הערן:

1) דער גאנצער ביזנעס וועלט ארבעט היינט אזוי, אז צו שלעפן קאסטומערס דארף מען שווער ארבעטן אויף זיך צו שאפן גוטע רעוויוס, שרייבן שלעכטע רעוויוס אינפארסירט דעם בעה״ב זיך צו שאפן גוטע, און זיין ביזנעס ווערט בעסער. אויב האט ער נישט קיין שכל און ער ארבעט נישט אויף זיינע רעיטינגס, דארף מען דאך באמת אפהאלטן מענטשן פון גיין דארט.

2) קומט אריין א שטילער אינגערמאן צום געשעפט און דער בעה״ב גיבט אים א צובראכאנע אייטעם, דער בעה״ב האלט עס נישט ביים צוריקנעמען... וואס פינקטליך זענען די אפשענס פון דעם אינגערמאן?

ביז 20 יאר צוריק האט ער טאקע נישט געהאט קיין אפשענס, מסירה איז אסור, דין תורה פאר $100 שאדן איז נאריש, איבערדרייען א שטאט ווערסטו א משוגענער, האט ער זיך געבעטן ווי א גזלן און יענער האט אים טאקע אנגעפיפן.

היינט איז אכשיר דרא, דער קאסטומער האט אויך א וועג זיך צו לאזן הערן... אזוי ארבעט עס אין די גאנצע וועלט, און עס שפארן זיך נישט אפ קיין געשעפטן... פארקערט, יעדעמס סערוויס ווערט בעסער און בעסער. גוטע ריטערן פאליסיס וואס מ׳האט נאך קיינמאל נישט געהאט.

דאס טאר מען נישט טון אידישליך?

עס דארף א שטיקל אויסקלארונג.
דעס אז ביזנעס גייט אזוי זעה איך נישט ס׳זאל אויסמאכן.
ווייל איינער ארבעט נישט אויף זיין רעיטינגס מעג איך אים בארעדן אין די גאסן?

וואס זענען מיינע אפשענס ווען איינער שטעקט אריין זיין הענט און מיין טאש און נעמט ארויס א הונדערטער פון דארט? איך מעג אים יעצט באשמוצן אין בהמי״ד?
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

יצר טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:08 pm
Pinchus האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:49 pm
איך האב געקויפט א לעדר קויטש דא היימיש לאקעל. למעשה איז עס נישט לעדער.

פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן אויף גאגל?
ווייל דאס איז לשון הרע, אויב דיין חבר וויל דארט גיין קויפן און ער קומט דיר פרעגן דיין עקספריענס קען זיין די מעגסט אים זאגן.
לא! איך וויל אז אנדערע אידן זאלן נישט אריין פאלן מיט דעם!

דאס איז די איידיע פון ריוויוס...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”