וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א ון וואס סהאט פאסירט מיט די Airbus A370 ווייסט איר שוין יא?!

אויף מיין בארדינג פאס שטייט אז איך זיץ אויף סיעט 34H און אויף מיין ווייבס שטייט זי זיצט 34J. איינמינוט, כהאב דאך באשטעלט 2 זיצען איינס לעבען אנדערען טא ווער זיצט אויף 34I?

אויף מיין שכן און פאראנט פון מיר שטייט אז ער זיצט 12 און ביי מיר 14 איז ווי איז 13 געגאנגען א גאנג?!

די און נאך פראגען וועלען בעזר השם פארענטפערט ווערען דורך אויס די ארטיקעל. אבער כדי צו קענען פארשטיין די תירוצים דארף מען געבען א טיפירע בליק אריין און די Airbus מאדעלס.
אזוי ווי סשטייט ומעבירין לפניו פרים ואלים וכבשים כדי שיהא מכיר ורגיל בעבודה ממילא לאמיר אביסעל ארומרעדען פון די פרים ואילים
בילד
ובזה החלי.

Airbus 300-Airbus 310

Airbus האט אנגעהויבן מיט A300 און A310.

די 2 מאדעלס זענען זייער אלט און ווערען שוין נישט ליסטעד אויף זייער וועבזייטעל. היינט צוטאגס ווערען זיי בעיקר באנוצט דורך FedEx און USP פאר קארגא.

ווי אויך ווערט עס נאך גענוצט דורך איראן וואס האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קויפען נייערע צוליב די סאנקציעס וואס די וועלט האט אויף זיי ארויפגעלייגט. (מאכט נאר זעכער ביפאר איר נעמט די פלייט אז סגייט נישט פארן און א בערגיגע געגענט)

די 300 מיט די 310 זענען גרעסער ווי די 320 און זענען שפעטער ריפלעסד געווארן מיט די 330.

Airbus 320

דערנאך קומט די A320 פאמיליע. די A320 איז פאר Airbus זייער א גוטע פראדאקט. זיי האבען פארקויפט זייער אסאך דערפון.

די A320 איז גאר פאפאלער און אייראפע צו פארען פון איין לאנד צום צווייטען. דאס ווערט בעיקר גענוצט פאר מער קלענערע רייזעס. די פליגער האט 1 אייל (One aisle) צוטיילינדיג די זיצען אויף 2. על פי רוב וועט די זיצען זיין 3 און 3.

און די משפחה קען מען אויך אריין לייגען די Airbus A318 וואס ווערט אנגערופען די בעבי באס צוליב איר קליינקייט. די 318 איז שוין כמעט נישט און באנוץ.

דערנאך איז דא און די משפחה די A319 און A321. די 319 איז קלענער ווי די 320 און די 321 איז אביסעלע גרעסער. אבער מער ווייניגער זענען זיי זייער גלייך.

Airbus האט אויך אן A220 וואס איז ארגינעל געווען א Bombardier aircraft. דאס איז געווען א קאנקארענץ פאר Airbus אבער Airbus האט עס שפעטער אפגעקויפט און ויקרא שמו באירבאס A220. דאס ווערט געמאכט און קאנאדא אנדערש ווי אלע אנדערע פראדאקטס פון Airbus וואס מען מאכט און אייראפע.

די נייערע A320 ווערט אנגערופען A320neo (new engine option) מאכענדיג די עלטערע צו ווערען גערופען A320ceo (current engine option).

אזוי אויך איז דא די A321LR וואס באדייט Long Range און A321XLR פאר Xtra Long Range. דאס הייסט אז סקען פארן פאר לענגערע שטרעקעס.

די פליגערס וואס Jetblue נוצט פון ניו יארק קיין לאנדאן זענען די 321LR פליגערס.

בילד


Airbus 330-Airbus A340

דערנאך זענען דא די A330 און די A340.

Airbus A330 Variants

די A330 קומט און אפאר ווערסיעס.

די ערשטע זענען ארויסגעקומען די A330-300. שפעטער האבאן זיי געוואלט מאכען עפעס וואס איז א טראפקעלע קלענער זענען זיי ארויסגעקומען מיט די A330-200. די ביידע ווערסיעס זענען די עלטערע A330 מאדעלס אויך אנגערופען ceo. זעה אויבען די באדייט.

די 2 זענען איבערגעפרישט געווארן מיט די נאמען neo ווי אויבען געשמועסט וואס דאס באדייט. די A330-800 האט ריפלעסד די A330-200. און די A330-900 האט ריפלעסד די A330-300.

Airbus A340 Variants.

יעצט לאמיר זעהן די ווערסיעס פון די A340 דערנאך וועט מען אויסשמועסן די חילק פון די 330 ביז די 340.

קודם איז געווען
Airbus A340-200 און
Airbus A340-300

שפעטער האבען זיי עס איבערגעמאכט און ארויסגעגעבען די

Airbus A340-500 דאס איז געווען אביסעל קלענער מיט אן Ultra long range ווי אויך איז ארויסגעקומען די
Airbus A340-600. די 600 איז אביסעל גרעסער ווי די 500 אבער די 500 קען פארן אויף לענגערע שטרעקס.

די A330 און די A340 זענען ביידע ארויסגעקומען און די זעלבע צייט. די ביידע זענען גרעסערע פליגער אקעגען די A320. די ביידע האבען 2 איילס צוטיילינדיג די זיצען אויף 3 חלקים.

די חילק צווישען די 2 איז אז ביידע זענען פאר Long Range trips אבער די 340 איז געמאכט פאר נאך ווייטערע דעסטענאציעס און קען פארן פאר מער לענגערע שטרעקס ווי די A330.

די גרעסטע חילק איז געווען אז די 340 האט געהאט 4 engines און די 330 האט נאר געהאט 2.

Airbus האט מיט די 340 געטרייט צו קאמפיטען מיט די Boeing 747. די 330 האט געדארפט זיין מער ענדליך צו Boeing757 און 767.

למעשה (מיט די @ליטווישער הברה) האט זיך די 340 ארויסגעשטעלט אלץ א דורכפאל. ווייל די 330 וואס איז זייער ענדליך האט דאך געקענט פארן נאר מיט 2 engines. ווי אויך איז Boeing ארויסגעקומען מיט די 777 וואס איז אויך ענדליך צו די 340 און האט געקענט פארן מיט 2. פארן מיט 4 האט גורם געווען אז סזאל דארפען נוצען אסאך געז. צוליב דעים האט Airbus אויפגעהערט מאכען די 340 און ארויסגעקומען מיט א נייע מאדעל וואס האט אויך נאר 2 engines און קען אויך פארן אויף לאנגע שטרעקס.

די זיצען אויף די 330 און 340 זענען ע"פ רוב 2 4 2

בילד פון א 330
בילד
Airbus 350

די נייע מאדל רופט זיך Airbus A350.

דאס האט אויך געטרייט צו קאמפיטען מיט די Boeing 787.

די 350 איז גאר א נייע מאדעל. דאס איז אפילו ארויסגעקומען נאך די A380 ווי מען וועט באלד אויסשמועסן.

די A350 קומט און 2 ווערסיעס.

A350-900 און
A350-1000

די 1000 איז אביסעל גרעסער ווי די 900.

@לכתחילה האט געהייסען אז סגייט אויך זיין א A350-800 וואס וועט זיין אביסעל קלענער ווי די 900 אבער דאס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. אנדערע זאגן אז דאס איז צוליב וואס אנשטאטס דעים האבען זיי איבער געמאכט דיי 330neo.

די 350 זיצען זענען 3 3 3
בילד
Airbus 380

ואחרון אחרון חביב איז די תנין הגדול די A380.

דאס איז די גרויסע 2 שטאקידעגע פליגער וואס האט אפציעל געדארפט צו זיין א מעכטיגע hit פאר Airbus. למעשה האט מען מן השמים אנדערש געוואלט און סהאט זיך אויסגעשטעלט אז סאיז נישט געווען קיין demand פאר אזאלעכע גרויסע פליגערס.

די זיצען אויף די 380 איז 3 4 3
בילד
איז דא שטעלט זיך די קשיא פארוואס האט Airbus דאס א נאמען געגעבען 380 ווען סאיז נאכנישט דא 360 370 און אפילו 350 איז דאן נאכנישט געווען?!

איז דא אפאר מהלכים און די אח'גוים ווי אזוי דאס צופארענטפערן.

איין מהלך איז אז וויבאלד דאס איז געווען א גאר גרויסע פליגער האט מען געוולט לאזן א gap אז אויב וועט מען שפעטער מאכען עפעס קלענער ווי די 380 אבער גרעסער ווי די 340 זאל מען עס דארטען אריינשטופען.

אנדערע לערנען פשט אז וויבאלד און די אזיא לענדער איז די נומבער 8 גאר א פרייליכע נומבער האט די קאמפעני געוואלט רופען אזא מעכטיגע פראדאקט 8 ווייל די קאמפעני האט עס שטראק פראבירט צו מארקעטאן און אזיא.

נאך א סברה איז אז וויבאלד די 380 קען האבען צוויי מאל אזוי סאך מענטשן ווי די 340 איז דאך עס א double decker 340 צוויי מאל 40 איז 80.

למעשה איז זייער מעגליך אז די קומענדיגע מאדעל וואס זיי גייען ארויסגעבען א מאדעל גייט עס יא הייסן 360 וכו'.

שוין! פארשטייט מען שוין וואס האט פאסירט מיט די 360.
air chart.png
air chart.png (19.32 KiB) געזען 2929 מאל
אבער איין מינוט איך בין נאכנישט פארטאג. דער עולם זאל זיך צוריק זעצען אויף די פלעצער.

לאמיר געבען א בליק וואס Boeing האט צו פארקויפן.
לאמיר זעהן אויב זיי האבען נאך עפעס איבערגעבליבען מיט גאנצע טירן.
בילד
Boeing 707-Boeing 717-Boeing 727

איז אזוי. Boeing האט אנגעהויבן די "7" SERIES מיט די 707.

דאס איז שוין נישט און באנוץ פאר קאמערשיל באנוץ.

דערנאך האבען זיי געהאט די קליינע 717 וואס איז שוין אויך כמעט נישט און באנוץ. סאיז דא נאר 3 אירליינס וואס נוצען עס נאך. דאס זענען Delta Hawaiian און Qantaslink.

די Boeing 727 איז שוין אויך ארויס פון באנוץ פאר קאמערציאלע באנוץ.

Boeing 737

איז די ערשטע אויף די רייע וואס איז נאך העווי און באנוץ איז די Boeing 737.

די 737 איז מער א קלענערע פליגער ענדליך צו די Airbus 320.
דאס נוצט מען בעיקר פאר דאמעסטיק רייזעס ווי למשל פון ניו יארק קיין פלארידע.

די 737 איז זייער א סוקסעספול פראדאקט פאר Boeing פארקויפענדיג פון דעים גאר אסאך.

דאס איז אסאך מאל איבערגעמאכט געווארן און פארשידענע וועריסיעס. קודם זענען געווען די ערשטע גענעראציע וואס האט געהאט און זיך
737-100
737-200

דערנאך איז געקומען די צווייטע גענעראציע גערופן די Classic. דאס האט געהאט און זיך די

737-300
737-400
737-500

דערנאך איז געקומען די דריטע גענעראציע וואס דאס איז שטארק באנוצט היינטיגע טעג. די גענעראציע ווערט אויך אנגערופען די 737 NG NG באדייט Next generation דאס זענען די

737-600
737-700
737-800
737-900
737-700ER
737-900ER

ER באדייט extended-range. דאס הייסט אז סהאט געקענט גיין אויף ווייטערע שטרעקס ווי די נישט ER.

צום לעצט איז Boeing ארויסגעקומען מיט די טרועריגע באקאנטע Boeing 737 MAX. דאס איז די פערטע גענעראציע.

דאס קומט און 4 מינע.

Boeing 737 MAX 7
Boeing 737 MAX 8
Boeing 737 MAX 9
Boeing 737 MAX 10

10 קען האבען מער פאסאנדשירען ווי 9. 9 מער ווי 8 און אזוי ווייטער.

די מעקס איז געווארען Grounded פאר קרוב צו 2 יאר צוליב 2 מעקס פליגערס וואס האבען געקראכט. די 2 זענען געווען די Boeing 737 MAX 8.

די אינסידענט וואס האט לעצטענס פאסירט מיט א טיר וואס איז ארויסגעפאלען אינמיטען פליען פון אן אלאסקע אירליינס איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער א Boeing 737 MAX 9.

דא און דא האט מען גערעדט דערוועגען

די 737 זיצען זענען 3 און 3
בילד
תם ונשלם 737. לאמיר זיך געבען א רוק פאראויס.

Boeing 747

דאס איז די jumbo jet די גרעסטע ערעפלאן ארויסגעקומען דורך Boeing. דאס האט 4 engines.

דאס איז באקאנט מיט די איינס און אהאלב שטאק. אסאך אידן זענען במשך די יארן געפארן צו און פון ארץ ישראל מיט אט די דאזיגע פלען.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די
Boeing 747-100 דערנאך די פאלגענדע
Boeing 747SP
Boeing 747-200
Boeing 747-300
Boeing 747-400 די 400 איז געווען א גרויסע סוקסעס.
Boeing 747-8 דאס איז די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען.

די 747 הייבט אן צו ווערען ווייניגער און וויינגער ווי אירליינס ריפלעסען דאס מיט אנדערע מינע א שטייגער ווי די 777 אדער 787.

די זיצען זענען 3 4 3
בילד
Boeing 757

די 757 איז אויך א פליגער מיט איין אייל צוטיילינדיג די זיצען אויף 3 און 3 אזוי ווי די 737. די 757 איז געבאט און א וועג צו קענען פארן אויף לענגערע שטרעקס ווי די 737. פונקט אזוי ווי ביי Airbus קען די 321 פארן לענגער ווי די 320 אזוי גלייכען די חברה צו די 757 צו די 321. דאס איז אויך עפעס וואס מען מאכט שוין נישט היינט אבער סאיז נאך און באנוץ.

למשל United האט א פליגער וואס פארט פון Newark קיין אנטווערפען מיט אט א Boeing 757.

די 757 איז א medium פליגער קומט און 2 משפחות

Boeing 757-200
Boeing 757-300
בילד
Boeing 767

דאס איז ארויסגעקומען צוזאמען מיט די 757 אבער דאס איז געווען געמאכט פאר Long Range טריפס.

דאס איז דא און 3 מינע

Boeing 767-200
Boeing 767-300
Boeing 767-400

דאס איז מער א ברייטער פליגער מיט 2 איילס. צוטיילינדיג די זיצען און 3. אבער נישט מוראדיג ברייט אקעגען אנדערע. דאס וועט געווענליך נאר האבען 2 3 2 סיעט Configuration.

Boeing 777

דאס איז זייער א נייע מאדעל און א פיינעם פליגער. דאס האט Boeing געבויט צו אנפילען די געפ וואס איז געווען צווישען די 747 וואס איז געווען צוגרויס און די 767 וואס איז געווען היפש קליין. זענען זיי ארויסגעקומען מיט די באקאנטע 777 וואס ווערט היינט אפט גענוצט אויף רייזעס אריבער דעם אטלאנטעק.

די זיצען זענען 3 4 3.

די פליגער איז ענדליך צו די A340 וואס Airbus האט.

דאס איז ארויסגעקומען און 3 גענעראציעס.

די ערשטע גענעראציע האט אריינגענומען און זיך די
777-200
777-200ER
777-300

די צווייטע גענעראציע האט און זיך די
777-300ER
777-200LR

ווי געשמועסט שוין וואס די LR און ER מיינט. LR קען פארן לענגער ווי די ER.

די דריטע און לעצטע אויף דערווייל איז די 777X

דאס נעמט אריין די
777-8
777-9 די צווייע זענען לעת עתה אינטער דעוועלעפמענט און נאכנישט אינדרויסען.
בילד
Boeing 787

דאס זענען די אלעמען באקאנטען Dreamliner פליגערס.

דאס קומט און 3 ווערסיעס
787-8
787-9
787-10
די 8 איז די קליינע די 9 איז גרעסער און די 10 נאך גרעסער.
דאס האט אויך 2 איילס. די זיצען זענען 3 3 3.

די דרימליינער איז באקאנט מיט די פענטסטערס וואס ווערען טינקעל עלעקטעראניש. ווי אויך איז עס זייער א לייכטע פליגער מאכענדיג אז סזאל נישט נוצען אסאך געז. פון די אנדערע זייט קען די 777 טראגען מער פאסאנדשירען אויף איינמאל מאכענדיג יענצט גאר שטארק און באנוץ.
בילד

boeing chart.png
boeing chart.png (44.42 KiB) געזען 2929 מאל
שוין. ווייסען מיר שוין מיט וועלעכע פליגער מיר גיימער פארן. אבער אויף וועלעכע זיץ זיצען מיר?!

איז ווי באקאנט איז 13 נישט אזא גוטע נומבער און די גוישע וועלט. אסאך בילדינגס האבען נישט קיין דרייצענסטע שטאק. דאכציך מיר אז די פראדשעקס און וויליאמסבורג האט אויך נישט.
אזוי אויך וועט אסאך פליגערס נישט האבען קיין דרייצענסטע רייע.

לאמיר לייגען אפאר בילדער פון די זיצען אויף פליגערס און זעהן ווי אזוי מען שטעלט דאס אויס.

בילד

די בילד איז פון א United 767

בילד

דאס איז פון א Lufthansa A340

איז ווי איר קענט אליין זעהן האט די ערשטע בילד נישט קיין C Row און די צווייטע האט נישט קיין B. איז וואס איז פשט? פשט איז אז וויבאלד די 2 פליגערס האבען נאר 2 זיצען אויף די לינקע זייט אבער די וואס האבען דריי וועט דאך עס זיין A B C איז ווען סאיז נאר דא 2 מיז מען דאך איינס ארויסנעמען. איז געוויסע אירליינס האבען אפגעמאכט אז מען נעמט ארויס B און געוויסע C. איי פארוואס קען מען נישט מאכען אז די 2 זאלן זיין A B און C זאל זיין די ערשטע פון די מטילסטע רייע? דאס איז וויבאלד אירליינס ווילען אנהאלטען א סטאנדערד אז A B און C זאלן זיין דעדייקעדיט פאר די לינקע רייע

לאמיר גיין ווייטער געט נאר א קוק אויף די American airlines 787 בילד.
בילד

פעלט די F G און I רייע.

איז אזוי, וויבאלד די I איז זייער ענדליך צו די נומבער 1 איז כדי מענטשען זאלן זיך נישט פארמישען האט מען איבעראל אינגאנצן ארויסגענומען א רייע מיט די Letter I.

און וואס האט פאסירט מיט די F און די G? איז אזוי לעת עתה איז נישט דא קיין פליגער מיט מער ווי 10 זיצען א רייע. די 747 מיט די 380 זענען 3 4 3. איז ווי זענען די חברה אנגעקומען ביז L. די תירץ איז אז טאמער וועט זיך אמאל מאכען אז סוועט יא זיין 11 און א רייע זאל מען האבען אן איבריגע Letter. איז פונקט וווי A B C וועט אייביג זיין די לינקע זייט האבען זיי געמאכט די לעצטע 3 J K L. איז ממילא די מיטילסטע 3 האט מען געמאכט ביי די פליגער D E און H און געבליבען מיט אפאר ליידיגע. פארשטייט זיך אז נישט יעדע אירליין גייט מיט די J K L כלל. יעדער מאכט זיך שבת פארזיך.

געט א קוק די Lufthansa 747 נוצט אן אנדערע כלל

בילד

דא זעט איר אז זיי גייען מיט די מהלך פון 10 זיצען א רייע. I רעכענט מען דאך נישט איז אלעס בסדר.

דא האט איר זייער א גוטע וועבזייטעל צו טשעקען אלע סיעט מעפס.

מיט דעים זענען אלע קשיות פארענטפערט געווארן. אויב נישט דאן שעמט אייך נישט צו פרעגען.

אויב האט איר הנאה געהאט ביטע זיי אזוי גוט און דרוק די לייק קנעפעל אזוי וועלען מיר וויסען צו ברענעגען נאך פיינע פרישע סחורה.
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מיטוואך מאי 29, 2024 3:53 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

וואף!!
וואס פאר א ארבעט אהער געשטעלט!
קיפ איט אפפ
לעצט פארראכטן דורך איך הייק אום מיטוואך מאי 29, 2024 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

וואף

ערנסטע סוגיא דאס גאר אינטרעסאנט
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

וואוו!!!! מאסיוו מאסיוו
איך גלייך גאר שטארק צו ליינען וועגן ערעפלאנען.
גאר אסאך חומר האסטו אריינגעפאקט דא!
קיעפ אן גאינג
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

קלאר שיין!
הערליכע ארבעט!
yid101
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid101 »

I still remember when the 777 was a 3 3 3 configuration vs 3 4 3 today
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

yid101 האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:27 pm
I still remember when the 777 was a 3 3 3 configuration vs 3 4 3 today
סאיז דא
למשל Turkish

וועגען דעים האב איך געשריבען על פי רוב

זעה דא

https://www.seatguru.com/airlines/Austr ... 200_V2.php
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נישט גרינג צו ליינען אין איין שאס...
אוודאי נישט צו שרייבן דאס
אוועטאר
FDR
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

עפעס אויסערגעווענליך איך הייב אן פארן מיט @בריטיש עירוועיס אלעמאל!!!
"איך בין נישט דיין חבר אז די זאלסט מיר קאלן יעדע שני וחמישי פאר געלט"

dropbox איז געמאכט פאר גוים
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

Just WOW!
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

א מעכטיגע און קלארע ארבעט, צום געבענטשט ווערן!
גיימער בל"נ אוועק לייגן צייט דאס אפצולערנען בעיון רב
hoipt1
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

יישר כח !
pdf?
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:30 pm

ווי אויך ווערט עס נאך גענוצט דורך איראן וואס האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קויפען נייערע צוליב די סאנקציעס וואס די וועלט האט אויף זיי ארויפגעלייגט. (מאכט נאר זעכער ביפאר איר נעמט די פלייט אז סגייט נישט פארן און א בערגיגע געגענט)

Was Helicopter not airplane. But by any chance, do you know if the security measures of an airplane are better or worse?
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

בריטיש קומט אריין גאר קלאר!

הערליך הערליך שיין באשריבן, ייש"כ.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הערליך שיין
הלואי וואלט עס געווען ציטיילט אין צוויי קען איך ווען געבן 2👍

זאל כאטש זיין דאס @👍👍👍👍
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין און אינפארמאטיוו, הגם רוב זאכן האב איך שוין געוואוסט, אין לך בו אלא חידושו, בפרט די מהלך פון די סיעטס האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען.

איך בין נאר מסופק צו דער קעפל איז גענוג גוט אז די ניקס זאלן כאפן וואספארא אוצר דא ליגט באשריבן.

א ריזיגע דאנק!!!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שכח @בריטי ! האסט געמאכט א "סופער" דזשאב!
כ'האב הנאה געהאט עס צו ליינען אין איין שאס!
ווען קומט נאכאיינס?
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:02 pm
שכח @בריטי! האסט געמאכט א "סופער" דזשאב!
כ'האב הנאה געהאט עס צו ליינען אין איין שאס!
ווען קומט נאכאיינס?
וואס ווילסטו ער זאל באשרייבן? באמבארדיער אדער עמברוער?...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:02 pm
שכח @בריטי! האסט געמאכט א "סופער" דזשאב!
כ'האב הנאה געהאט עס צו ליינען אין איין שאס!
ווען קומט נאכאיינס?
I'm open for all sort of ideas

Just come in with your suggestions
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

@בריטי וואט עי קאַנאָן!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

@בריטיש עירוועיס

מאסיווע ארבעט אריינגעלייגט.

קיפ איט אפ
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:14 pm
רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:02 pm
שכח @בריטי! האסט געמאכט א "סופער" דזשאב!
כ'האב הנאה געהאט עס צו ליינען אין איין שאס!
ווען קומט נאכאיינס?
וואס ווילסטו ער זאל באשרייבן? באמבארדיער אדער עמברוער?...
גראדע האב איך געמיינט צו זאגן COMAC...
ווען @בריטיש עירוועיס שרייבט, איז עניטינג אינטערעסאנט, אפילו נישט עראפלען רילעיטעד
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
בוק קיפפער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

Wow איך האב לעיב אוויעישאן און גראדע געוויסט אסאך פון די זאכן אבער נישט די היסטערי און אלעס ארום עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט!

קיפ איט אפ

אפשר זאלסטו אנהייבן מסביר זיין אויך די פליגער סייז קאודס סאו ווען איינער וויל בוקען למשל זאל ער וויסן פון וואס מ׳רעדט, למשל 777-300 רופט זיך א 777W און נאך

אזוי אויך אפשר באשרייבן עירפארט קאודס די 3 און 4 דיזשיט קאודס און וואס איז די חילוק פון די 3 און 4 יעדע עירפארט האט ביידע

אזוי אויך ראנוועיס ווען מאכט מען אפ וועלכע נאמבער צו לייגן און וועלכע צו סקיפן למשל 4 און 22

וואס טוט זיך מיט די אנדערע פליגערס ווי באמבאריער און עמבאריער ברייט באנוצט און אסאך פלעצער פאר דאמעסטישע רייזעס?

אבער וועסט דארפן טוישן די קעפל אז די קארסט שוין אסאך אנדערע זאכן און אפשר באלאנגט עס און ידיעות און וויסנשאפט
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בוק קיפפער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:39 pm


אפשר זאלסטו אנהייבן מסביר זיין אויך די פליגער סייז קאודס סאו ווען איינער וויל בוקען למשל זאל ער וויסן פון וואס מ׳רעדט, למשל 777-300 רופט זיך א 777W און נאך
ווען מען באקט א פליגער שטייט געהעריג ארויס וועלעכע פליגער לויט ווי אזוי איך האב עס געשריבען נישט מיט קיין קאדס.

כהאב יעצט איבערגעקוקט א לעצטיגע פלייט
בוק קיפפער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:56 pm
בוק קיפפער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:39 pm


אפשר זאלסטו אנהייבן מסביר זיין אויך די פליגער סייז קאודס סאו ווען איינער וויל בוקען למשל זאל ער וויסן פון וואס מ׳רעדט, למשל 777-300 רופט זיך א 777W און נאך
ווען מען באקט א פליגער שטייט געהעריג ארויס וועלעכע פליגער לויט ווי אזוי איך האב עס געשריבען נישט מיט קיין קאדס.

כהאב יעצט איבערגעקוקט א לעצטיגע פלייט
שוין יא געזעהן ביי אנדערע אסאך מאל יא שטיין קאודס און ספיציעל ביים טרעקן אסאך זעה איך ביי A320 A20N עפעס אזוי אויך ביי אנדערע מאדעלס אויך באוינג אינטערעסאנטע קאודס א באריכט ווי אזוי דאס ערבעט וואלט געווען עפרישיעיטעט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”