@החרדי מיט זיינע ארטיקלען

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

קאוד בתוך קאוד! הפלא ופלא!
פאר אונז איז געבליבן צו האפן אז משיח וועט אט אט קומען און אונז אנטשיידן די אלע
אומפארענטפערטע מיסטעריעזע קאודס ,ווייל צו וויסן אז אונז זענען בעקבות דמשיחא דארף
מען נישט צוקומען צו די קאודס — ס'איז אן אפענע גמרא.

סוף...

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

מארגן בע"ה וועלן מיר אנהייבן מיט א פרישקייט א פרישע ארטיקל...

וויאזוי איז די מיטל מזרח געווארן פון א עולם העשיה צו א עולם החרבה??
ווער אין די בני אדם פלאנעט איז שולדיג אין די אומזיסטע געשלעגערייען, מלחמות, בלוט פארגיסונגען, און אידילאגיע- געטריבענע עקסטרעמיזם וואס עס הערשט בשפע אין די מיטל מזרח??
וויאזוי קען זיין אז געוויסע לענדער אינעם מיטל מזרח, און אינעם גאלף באדן זיך אין געלט בעת טייל מדינות באדן זיך אין בלוט??

דאס אלעס און נאך, וועט אייך אי"ה פארענטפערט ווערן אין די קומענדיגע ארטיקל, וואס וועט בע"ה אנהייבן ערשיינען אין אט די אשכול...

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

בלוט פארגיסונגען, בירגער קריגן, רעוואלוציעס, זענען אפטע ערשיינונגען אין די מיטל מזרח אזש עס איז געווארן א נארמע וואס איז שוין נישט ווערט פאר א נייעס קעפל. פאר א זייטיגע צוקוקער מיט מערב וועלט גלעזער זעט דאס אויס מער ווי א געשלעג צווישן א רעזשים און איר באפעלקערונג וואס פארלאנגט דעמאקראטיע, אדער אפאר אומציוויליזירטע אראבער צעאמפערן זיך פאר ליידיג גיין, אדער עפעס א סכסוך צווישן פארשידענע טעראר ארגאניזאציעס איבער א שטיקל באדן. דאס און ענליכע ביישפילן ווערן געזען דורך די מערב שולדיג צו די יעצטיגע כאאס אין די מיטל מזרח.

איז עס טאקע אזוי?און אויב נישט, איז ווער איז יא שולדיג אין דעם כאאטישן צושטאנד?

קרעדיט פאר וויאזוי די מיטל מזרח קוקט יעצט אויס, קומט זיך פאר די מערב וועלט. אזוי טענה'ן אסאך עקספערטן וואס האבן דורך געטוהן דעם ראיאן און איר היסטאריע.
ליינט און שטוינט. די מערב לענדער וואס אנגעבליך זארגט זיך פאר א בעסערע וועלט זענען די וואס האבן גאר אנגעברענגט די חורבנות אין די דאזיגע ראיאן!

הונדערטער שבטים אין די מיטל מזרח...
די אמת איז אז די מיטל מזרח באשטייט נישט פון אפאר לענדער וואס מיר קענען פון די מאפע, נאר באשטייט פון הונדערטער שבטים וואס האבן קיין שייכות נישט איינעם מיטן אנדערן – אנדערע קולטור, אנדערע שפראך, און אפילו אנדערע רעליגיע, וואס מ'האט מיט צוואנג פאראייניגט אונטער איין פאן.
נישט נאר זיי האבן נישט קיין קשר צווישן זיך, נאר זיי האסן זיך, יעדע שבט קוקט אטאמאטיש אן דעם אנדערן שבט ווי א קאנקורענט זיינער.

די שבטים וואס שטייען שוין אויף איין פלאץ נויטיגן זיך אין די וויכטיגסטע, וואס דאס איז וואסער. דאס קומט וויבאלד די מיטל מזרח בעצם איז א מדבר און אין א מדבר ברויך מען האבן וואסער, נאטורליך רעגנ'ט זייער ווייניג דארט, איז איינע פון די הויפט מקורות ווי מ'נעמט וואסער איז די צוויי גרויסע טייכן וואס לויפן אדורך די מיטל מזרח אונזער באקאנטע חידקל און די פרת וואס ווערט דערמאנט אין פרשת בראשית אז דאס זענען איינע פון די פיר טייכן וואס שלענגלען זיך ארויס פון די גן עדן התחתון.

על כל פנים וואסער אלס לעבנס וויכטיג איז א אלף בית עלעמענט זיך צו קענען האלטן ביים לעבן. דאס איז די עיקר סיבה פארוואס די דאזיגע שבטים האבן זיך דווקא באזעצט נאנט צו די א.ד. טייכן. יעצט אז ס'איז דא הונדערטער שבטים וואס ווילן זיך באזעצן אויפן זעלבן פלאץ, ווערן זיי אויטאמאטיש אויסגעשפראכענע בלוט פיינט, וויסענדיג אז דא רעדט מען פון זייערע לעבנס, וואס ווענדט זיך אין די דאזיגע געמישאכטס פון מאלעקיוס וואס הייסט וואסער.

אזוי, מיט דעם געדאנקענגאנג, פחדים, חששות, האבן יענע שבטים געלעבט און זיך אנטוויקלט במשך הונדערטער און הונדערטער יארן. דורות אויף דורות האבן זיי געוואכט אויפ'ן עיקר פון לעבן און דורכמאכן דעם טאג – דעם טייערן קוואל וואסער, אויף וועלכן אזויפיל אנדערע שבטים און גרופעס זייערס-גלייכן האבן קאנקורירט און געלאקערט מיט צענדליגער אויגן. וואסער-קאנקורענץ האט געמיינט דאס זעלבע ווי דעם חילוק פון לעבן ביז טויט,

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

און יעדער חוץ מיין שבט איז מיר דערפאר געווען א שונא מובהק קעגן וועמען איך דארף זיך שיצן און פארטיידיגן מיט אלע כוחות.
האבן יענע שבטים היינט, אפילו וואס איז שוין יא דא וואסער האט זיך אבער די מהלך המחשבה פון קאנקירענטן זיך איינגעבאקן אין זייערע בלוט און עקזעסטירט נאך ביז היינט, ולא יסיר משם. אויף דעם אופן האבן זיי זיך אנטוויקלט און די דאזיגע קעגנזייטיגע חששות און שנאה איז אריבערגעגאנגען מדור לדור.

אין צוגאב איז דא נאך אן ערעסטע סיבה וואס מאכט זיי אלס ערענסטע שונאים. דאס איז זייערע טבעיות וואס ליגט זיי טיף אריינגעווארצעלט אין די בלוט, וואס דאס איז 'טויט צו די כופרים'. די דאזיגע סלאגאן ברענגט ארויף קאשמארן און שרעק פאר אונז אידן, אבער אליבא דאמת באטרעפט די טויט שטראף נישט נאר אונז אידן, נאר באטרעפט אויך נוצרים, מוסלעמענער פון אנדערע סעקטע'ס צוגלייך, און אין די מיטל מזרח זענען פארהאנען צענדליגער אפצווייגן פון איסלאם א שטייגער ווי סוני, שיא, די 'יאזידיס' וואס ענדעלט אביסיל אין דעת נוצרות אבער זענען פארט מוסלעמענער, אדער די סירישע 'אלאוויידס' וואס איז בעצם אן אפצווייג פון שיא אא"וו.

אז מ'רעדט שוין פון די אלאוויידס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז די אלאוויידס אין סיריע זענען א פריאריטעט אין לאנד דאך הרג'ט מען זיי נישט אויס דאס איז וויבאלד די ארטיגע פרעזידענט באשאר אל אסאד איז אן אלאווייד, און די עטוואס שטילקייט רעאליטיוו צו פאר אסאד'ס רעזשים קומט אויך א דאנק דעם וואס אסאד פירט זיין רעגירונג מיט דיקטארטורשאפט. ווי מיר וועלן בע"ה שפעטער אויסשמועסן אינעם ארטיקל.

כיוצא בו אין איראק איז געווען אן ענליכע אפשפיל. דארט איז רוב לאנד געווען/איז שיא. אבער סאדאם כסעין איז געווען א סוני. (אגב דאס איז די סיבה וואס איראן האלט זיך גאר נאנט צו איראק וויבאלד ביידע זענען שיא'ס).

וויאזוי פארמירט זיך א שבט...
וואס מיינט א שבט? וואס איז די דעפיניציע פון א שבט? וואס מאכט שבט, שבט?
א שבט מיינט א משפחה וואס גרופירט זיך און נעמט אויף און באקרוינט די חשוב'סטע/עלטסטע אלס אנפירער פון אט די שבט. אנפירער מיינט נישט רעאגירן מיט א שטייפע האנט, נאר ענדערש זיך זארגן פאר זיינע אינטערטאנען, אים פאלגן אלס רעספעקט אויס, נישט פון מורא אדער פחד.
אן אנפירער דארף האבן די נויטיגע פעאיגקייטן צו פירן זיין שבט אינערליך און אויסערליך. אינערליך ליגט אויף אים דאס אחריות זיכער צו מאכן זיכער אז זיינע מענטשן האבן זייערע נויטבארדערפענישן; אויסערליך, אפצושלאגן און אפצושטויסן סיי וואספארא מעגליכע אטאקעס פון א קעגנערישן שבט. (ווי פריערדערמאנט, איז יעדער שבט ברירת מחדל א קאנקורענט אין בעסטן פאל, אדער גאר א שונא). דאס רעכנט נישט נאר אריין פיזישע קאנפראנטאציעס, נאר אויך צו שטיין על המשמר אז קיין פרעמדע גרופע קומט נישט צו נאנט צו מיין שטח. אזוי מיט אלע געברויכן כלפי פנים און כלפי חוץ, וואס ליגן אויף די פלייצעס פונעם שבט-פירער, וועלכער דארף זיכער מאכן אז דער שבט בלייבט באשיצט און פארזיכערט קעגן יעדער מעגליכער געפאר און אז אלעס פארט על צד היותר טוב.

א שבט-פירער מוז זיין א דמות פון א טאטע, פון א ראש בית אב. דער טאטע פירט די משפחה. ער דארף האבן די אייגנשאפטן און קוואליפיקאציעס פון א טאטע – א ליבליכער, אבער אויך שטייפער און אין דער זעלבער ארנטליכער טאטע. דאס שטימט טאקע נישט מיט די כללים און פארשריפטן פון דעמאקראטיע, אבער איז אויך נישט קיין אמת'ע דיקטארטושאפט, אדער איינע פון די אנדערע אזעלכע און ענליכע הויכע דעזיגנירטע לשונות. די דאזיגע פארעם פון פירערשאפט איז א בריה פאר זיך.

יעדער וואס וויל א טייל אינעם כלל מוז האבן כללים...
יעדע ביזנעס, יעדע לאנד, יעדע צוזאמענארבעט פון מענטשן, מוז האבן כללים צו וועלכע יעדער מוז זיך האלטן. די כללים מוזן זיין די העכסטע פריאריטעט וואס איז שייך, העכער פון אלעם אריינגערעכנט אייגענע באדערפענישן און אפילו העכער רעליגיע (איינע פון כללים קען זיין אז רעליגיע איז א יוצא מן הכלל). למשל, נקמה איז פארבאטן לויט...

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זאגסט זייער שיין

אויב דו ווילסט דווקא קאנצעטרירן אלע דיינע ארטיקלען אין די איין אשכול, וואלט איך דיר געראטן צו אמווייניגסטנס אפדעיטן דעם קעפל פונעם אשכול מיט די נייעסטע ארטיקל, און צולייגן א לינק אנהייב פון די ערשטע תגובה צו די תגובה אינעם אשכול וואס דער נייעסטער ארטיקל הייבט זיך אן. אזוי ווי עס איז ווייסט נישט דער עולם אריינצוקומען צו ליינען די פרישע סחורה.
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

די איסלאמישע געזעצן, אבער ביי די שבטים אין די מיטל מזרח איז עס א פריאריטעט. נאכמער נקמה דארט איז אזוי שטארק אז אויב ס'איז נישט דא קיין שאנסן צו נקמה נעמען אין די באשולדיגטער אליינס, וועט מען נקמה נעמען אין איינער פון זיין שבט/משפחה.

נאך א כלל/פרינציפ איז לאיאליטעט צו דעם שבט און זיין פירער. געטריישאפט פארנעמט גאר א וויכטיג ארט אויף די כללים ליסטע, אויף אזוי ווייט אז אויב איינע פון די מיטגלידער פארראט די שבט אדער איר פירער קריגט ער טויט שטראף.

א שבט קומט מיט מעלות, א שטייגער ווי זיין פאראייניגט און האבן א פאראייניגטע כח קעגן די פאטענציאלע אנגרייפער. עס קומט אבער אויך מיט חסרונות. לאמיר נעמען א ביישפיל, שבטים פירן זיך צו משדך זיין נאר צווישן זיך. דאס מיינט נאר מיט משפחה און דאס מיינט אז די מחלות וואס אפילו איינער האט, כאפט זיך גאר שנעל אריבער איינער צום צווייטן צווישן די הייפעלע מענטשן, וואס צעוואקסט זיך שפעטער אלס א ריזן שבט אבער אויך א ריזן וויירוס, וואס לויפט גענעטיש ארום די שבט וואס באטרעפט אומצאליגע אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך. (אזוי ווי להבדיל אונז אשכנז'ישע אידן וואס דרייען זיך מיט גענעטישע מחלות וואס דערפאר איז געגרינדעט געווארן דור ישרים). די מדינת ישראל'דיגע באפעלקערונג באשטייט פון ארום צוואנציג פראצענט אראבערס, וואס אפילו מדינת ישראל ווערט באטראכט אלס א דעמאקראטישע לאנד, דרייען זיך נאכאלס ארום פארשידענע מחלות ביי די אראבישע געמיינדע.

לאמיר אנכאפן א מער ספעציפישע משל. אין די נגב, וואס איז אין דרום ארץ ישראל, געפינט זיך א 'בעדואין' משפחה, וואס זענען זיך טאקע משדך נאר צווישן זיך, און פערציג פראצענט פון די משפחה ווערן געבוירן טויב ל"ע.

ווי קומט די מערב וועלט אריין אין בילד?
נאכן ערשטן וועלט מלחמה מיט א קלארן זיג פאר די אליאירטע, האט די פעלקער ליגע (פארגייער פון די היינטיגע יונייטעד נעישענס) באשטימט געוויסע גרויסמאכטן איבערצונעמען די בעלות פון א צאל לענדער/טעריטאריעס אויף צייטווייליג ביז זאכן ווערן צוריק געשטעלט אין פלאץ.דאס איז געקומען נאך וואס די קאנצעפט פון אימפעריעס, אז
א גרויסמאכט באהערשט פרעמדע פעלקער וואס זענען אונטער זיי פארשקלאפט, האט אנגעהויבן צוזאמפאלן. אימפעריעס זענען געווען עטליכע. איינער פון די גרעסערע, די אטאמאנישע (טערקישע) אימפעריע, איז גענצליך צוזאמגעפאלן. די שטחים וואס זענען פריער געווען אנגעשלאסן אין דער טערקישער אימפעריע זענען יעצט געווארן
זעלבסטשטענדיגע לענדער. ס'האט געדארפט זיין ווער ס'זאל עס מסדר זיין.
ענגלאנד, אדער בעסער געזאגט די בריטישע אימפעריע, האט באקומען א ריזיגע פראצענט פון די מיטל מזרח אריינגערעכנט ארץ ישראל.

נאכן ערשטן וועלט מלחמה האט די בריטישע אימפעריע אנגעהויבן איינטיילן לענדער לויט זייערע געשמאק. דאס טייטש אז ענגלאנד האט נישט געקוקט אויף רעליגיע, קולטור, אדער מיטן מציאות, נאר געקוקט אויף זייערע אינטערעסן וואס ס'קומט זיי אויס גוט מיליטעריש און עקאנאמיש. א גוטע ביישפיל איז איראק, וואס איז צוזאמגעשמאלצן פון פארשידענע ערליי שבטים. מ'רעדט דא א סך הכל פון פיר און זיבעציג שבטים, וואס מיינט פיר און זיבעציג טעריטאריעס.

די פשוט'ע חשבון פון די ענגלענדער און די גאנצע מערב וועלט איז געווען, אז מיט די צייט וועט די באפעלקערונג שלום מאכן מיט די מצב און זיך צוגעוואוינען אז ס'איז דא א צענטראלע רעגירונג און זיי זענען געבינדען צו די איראקע קאנסטיטוציע, אן קיין אויסנאמען. אבער וואס זיי האבן נישט גענומען אין אכט איז אז די שנאה איינעם צום צווייטן לויפט גענעטיש אין די בלוט, ס'איז איינגעווארצעלט ביי זיי.

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

איראק און אירע שבטים...
לאמיר כאפן א בליק אויף איראק און זען טאקע ווי עס רעאגירן בערך פיר און זיבעציג אומאפציעלע אפהענגיקע לענדער...
אין צפון עק פון איראק איז דא א שבט וואס רופן זיך קורדן און זייער לאנד-וואס אויף די מאפע איז עס א חלק פון איראק, סיריע, איראן-רופן זיי קורדיסטאן. די קורדן האבן נישט אפילו קיין איין ענליכקייט צו די שבטים ארום זיי. זיי האבן אן אנדערע לעבנס שטייגער, טאטאלע אנדערע מהלך המחשבה, די פאן האבן זיי אן אייגענע, די קליידער וואס זיי גייען אנגעטוהן איז אנגאנצן אנדערש, אפילו זייער שפראך האט נישט די מינדעסטע שייכות מיט אראביש. נאר ענדעלט גאר שטארק מיט אונזער באקאנטע אראמיש– גמרא שפראך.

נאכדעם אין דרום איראק איז דא א שבט וואס מען רופט טורקמענער, וואס קומען אריגינעל פון טערקיי, אבער ווייטער זענען נישט קיין טערקן אדער איראקער, זיי זענען טורקמענער.

נאך א סיבה פארוואס די מערב וועלט איז שולדיג אין די חורבן...
די מערב וועלט אין שפיץ פון אמעריקע פרעזענטירן דעמאקראטיע. אמעריקע איז די פאן טרעגער פון דעמאקראטיע און לויט זייערע השגות און פרינציפן איז דעמאקראטיע די בעסטע פאר יעדעם און פאר אלעס.
לכבוד דעם לויט זייער פארשטאנד ברויך יעדער אננעמן אט די גירסא וויאזוי א לאנד דארף געפירט ווערן. איז ווען א דעמאקראטישע רעגירונג איז ארויפגעקומען אין איראק, האבן די שבטים אויסגענוצט די שוואכקייט וואס דעמאקראטיע ברענגט מיט מיט זיך, דהיינו ס'איז דא מאס וויפיל כח מ'קען נוצן קעגן געוואלדטאטן, און די שבטים האבן עס אויסגענוצט ביז א מאקסימום. זיי האבן זיך אנגעהויבן ארומשלאגן און ארומאמפערן איינעם מיטן צווייטן ביז בלוט. שווערע טויזענטער זענען אומגעקומען און טעגליכע שלאכטן אויף די גאסן ווען ס'איז נישט דא ווער עס זאל אפהאלטן די בלוט פארגיסונג וואס ווערט אייגנטליך דורכגעפירט דורך שווער באוואפענטע גרופעס/שבטים.

ביז...
1979 האט זיך די הפקירות אפגעשטעלט אין איראק. וואס איז געשעהן ניינצן ניין און זיבעציג? ניין, אמעריקע האט נישט אינטערווענירט, פארקערט גאר, די שונא ישראל און סאדיסט סאדאם כוסעין איז געקומען (בעסער געזאגט פארכאפט) צו די מאכט. איר קענט שטוינען, אבער אט די דעספאט האט געברענגט עטוואס שלווה אין איראק.
דאס איז וויבאלד ער האט געוואוסט די אורזאך צו די בלוט פארגיסונגען און אויך די לעזונג דערצו, נעמליך מיט געוואלד און עס האט געארבעט זאכן האבן זיך בארואיגט.

ביז...
אמעריקע האט אינוואדירט אין .2003 בוש דער צווייטער האט דערקלערט זיג קעגן איראק נאך וואס קאולין פאועל, די דעמאלטסדיגע סעקרעטערי אוו סטעיט, האט פרעזענטירט אין די יו.ען א כמו כעמישע פלעשל מיט זינלאזע טענות, אז איראק פראדאצירט כעמישע וואפן אין די מאסן און וויל עס נוצן צו עלימינירן די גאנצע מערב וועלט.

מיט אנגעבליך נישט צופיל אפציעס אויפן טיש איז געבליבן די 'אומווילנדע' פון אינוואדירן איראק. די אמעריקאנער רעגירונג האט אנגעהויבן מיט א מאסיווע אינוואזיע אויף איראק און אומגעווארפן סאדאמ'ען פון בענקל מיט א שטוינענדע שנעלקייט. איראק איז מיט א קורצער צייט נאך דעם אריינגעפאלן אין א מצב פון פולשטענדיגן כאאס.
אטאקעס איבער דער לענג און ברייט פון איראק האבן אפגעקאסט טויזנטער קרבנות.
וואס דא איז געשען איז זייער פשוט פאר עמיצן וואס פארשטייט די קולטור פון יענעם וועלט-טייל. צענדליגער שבטים, וואס האבן זיך קעגנזייטיג פיינט שוין דורות אויף דורות, האבן אויפאמאל באקומען די געלעגנהייט זיך נוקם צו זיין אין שכנים מיט וועמען זיי האבן לכתחילה נישט געוואלט צוזאמלעבן. די אומשטענדן האבן זיי צוזאמגעברענגט און א הארצלאזער דיקטאטור האט מיט א פארשטייפטער האנט אנגעהאלטן די ארדענונג. אין דער רגע וואס דער דעספאט איז אומגעווארפן געווארן פון דער מאכט, איז דער פחד פארשוואונדן און די אור-אלטע שנאה האט אויפגעריסן מיט דער קראפט פון צען אטאמישע אויפרייסן.

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

אבער אויך נאכן אומברענגען סאדאם כוסעין, וואס דאס איז געווען די אפיציעלע סיבה פון די גאנצע מלחמה, האט זיך אמעריקע בלי סיבה געבליבן אין איראק קעמפן, און די גאנצע וועלט איז געבליבן ווארטן ווען מען וועט טרעפן אמעריקע'ס אנגעבליכע באשולדיגונג פון מאסן כעמישע וואפן פראדוקציע, אבער די וועלט איז געבליבן ווארטן ביזן היינטיגן טאג.

אמעריקע איז געבליבן אין איראק פאר גאנצע פופצן יאר, אנצוהאלטן אנגעבליכע ארדענונג אין לאנד, וואס איז זייער א נאבעלע זאך מטעם די אמעריקאנער. אבער ווי יעדע רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז מען קען נישט וואלונטירן אויף אייביג, ביז די פריערדיגער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט ענדגילטיג ארויסגעצויגן אלע טרופן פון איראק. דאס האט נאך מער פארערגערט דער ביז יעצטיגער כאאטישער צושטאנד צו די סטאביליטעט אין איראק. ס'טייטש נישט דאס ארויסצוען זיך נאר די עצם אקט פון פארטרייבן סאדאם כסעין פון בענקל, וויבאלד אמעריקע האט אויפגעשטעלט א דעמאקראטישע רעגירונג מיט א דעמאקראטישע פרעזידענט, וואס האט געלאזט די שבטים צו טוהן וואס שמעק זיי.

ווען אמעריקע איז געווען אנוועזנד, זענען די אמעריקאנער זיי געשטאנען אין וועג איינמאל די 'פראבלעם' איז אוועקגעגאנגען איז אלעס צוריקגעגאנגען ווי 'נארמאל' דאס מיינט ווי פון פאר סאדאם כסעין איז געווארן פרעזידענט, און דאס טייטש כאאס. קומט אויס אין קורצן אז ווען נישט אמעריקע אינטעווענירט וואלט די אומסטאביליטעט קיינמאל נישט פאסירט אויף כוסעינ'ס זייגער.

אין קורצן מיינט דאס אז די אומצאליגע שבטים וועלן נישט זיך אויפהערן ארומאמפערן איינער מיט'ן צווייטן, נאר אויב איינער באצווינגט זיי מיט די מיטל פון כח, ווייל נאר כח פארשטייען זיי. בעסער געזאגט נישט אזוי ווייט זיי פארשטייען עס ווי ס'איז נישט דא קיין ברירה, זיי זענען געצוימט.

על כל פנים איראק האט געדינט אלס משל פאר אונזער טייערע ליינער, אבער אליבא דאמת דינען נאך אסאך לענדער די זעלבע גורל.

אלדזשיר איז למשל א לאנד וואס איז געווען א פראנצויזישע קאלאניע נאכן ערשטן וועלט מלחמה, אבער די פראנצויזן האבן זיך ארויסגעצויגן פון דארט אן קיין נארמאלע רעאליסטישע פלאן וואס צו טוהן מיט די חרוב'ע צושפליטירטע טעריטאריע און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט דאס )אומ(פאראויסגעזענע פון ציווילע מלחמות וואס האט געקאסט טויזענטער קורבנות.

אין סודאן איז עס געגאנגען נאך א טריט ווייטער. אין סודאן וואו עס געפינען זיך צענדליגער שבטים האט געפלאקערט א טויטליכע ברודער קריג מיט א שאצונג פון איבער צוויי מיליאן פאטאליטעטן! אומגלויבליך! און ווי איראניש עס הערט זיך איז די מערב וועלט אויפגעקומען מיט א מורא'דיגע המצאה וואס ווערט נאך שטודירט דורך עקספערטן אין די גרויסע אוניווערזיטעטן, פשוט צו צעטיילן סודאן אין צוויי, צפון סודאן וועט געהערן צו איין גרופע בעת וואס דרום וועט באלאנגען פאר די קענגרישע צד. אבער נאכן צעטיילן האבן זיי זיך געשלאגן אין די שוין צעטיילטע טעריטאריעס גופא– טייטש צווישן זיך אליינס.

וואס טוט זיך אין סיריע???
באשאר אל אסאד פרעזידענט/דיקטאטור פון סיריע האט עס גענומען צו א ווייטערע שטאפל. וויסענדיג אז די רעליגיע ווי ער געהערט, די אלאוויידס, איז א מיניאריטעט אין לאנד האט די זיידע פון די יעצטיגע פרעזידענט אין יאר 1936 געשיקט א בריוו צו זייערע אויבערהארן די פראנצויזן, אז זיי זאלן בשום אויפן נישט פארלאזן סיריע ווארום אן פראנקרייכ'ס אנוועזנהייט אין לאנד זענען זיי הילפסלאז קעגן די אומצאליגע שבטים וואס זוכן זיי צו פארציקן ווי נאר זיי קענען, פארן זינד פון האלטן אנדערש ווי זיי וואס אין זייערע אויגן איז דאס גענוג א סיבה זיי אויסצוראטן פון די מאפע. די אסאדס זענען דעמאלט אויפגעקומען מיט א וואזשנעם פלאן פון איבערנעמען די בעלות פון סיריע. וכך הוה באשאר אל אסאד האט גענוי דאס געטוהן און געווארן פרעזידענט פון סיריע און זיך אזוי פארזיכערט אז די אלאוויידס בלייבן פארזיכערט.

אין 2011 האט אויסגעבראכן מאסיווע פראטעסטן לענגאויס סיריע קעגן אסאדס רעזשים. אסאד האט עס פרובירט אפצושטעלן מיט געוואלד, אבער דעמאלט איז אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע געקומען צו לויפן זיך אנצונעמען פאר די באקרידעווטע וואס שמאכטן אונטער באשאר אל אסאדס דיקטארטושאפט.

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

ווי נאר אמעריקע האט זיך אריינגעמישט, האבן א גאנצע ליסטע מיט מדינות אינעם מיטל מזרח אנטייל גענומען אינעם קריג.
איראן און איראנס פאפעט כעזבאלא האט גענומען א צד מיט אסאד, נאך וואס די אלאוויידס איז אן אפצווייג פון שיא. רוסלאנד האט אויך גענומען די זייט פון אסאד פאר פאליטישע סיבות.
אמעריקע מיט אירע אליאירטע האבן זיך פארשטייט זיך אנגענומען פאר די רחמנות, די פראטעסטירער. אבער וואס אמעריקע האט נישט געוואוסט איז געווען, אז די צד וואס זיי שטיצן איז צעשפליטערט אין צענדליגער זייטן, צענדליגע שבטים מיט אנדערע אינטערעסן. געווען געוויסע אויף די זייט פון די אמעריקע וואס האבן געהאסט אמעריקע צום טויט, א שטייגער ווי אייסיס. יא, איר ליינט גוט! אמעריקע האט געשטיצט די גרעסטע ראדיקאלן. אין פאקט איז נאר געווען איין גרופע וואס האט אינגאנצן געשטיצט די אמעריקאנער, דאס איז געווען די קורדן.

דער צד השווה פון אלע גרופעס אינעם צד שכנגד פון אסאד איז געווען, אראפצואווארפן אסאד פון בענקל. פון דארט און ווייטער האבן זיי גארנישט געהאט בשותפות. צוזאמגעהאלטן האט זיי בעיקר א געמיינזאמער ציל פון באפרייען די פירערשאפט פון אסאד, כדי צו מאכן פלאץ פאר א צווייטן – יעדער מיט'ן זעלבן חשבון פון יא איך און
בשום אופן נישט דער צווייטער.

אלזא, די מיטל מזרח באשטייט פון הונדערטער שבטים וואס האבן גארנישט ביינאנזאם איינער מיטן אנדערן, און אין די רגע וואס פרעמדע האבן אראפגעווארפן די איינציגסטע זאך וואס האט זיי געהאלטן די הענט געבינדען–דיקטארטושאפט, האט די אלט איינגעגעסענע שנאה אויפגעפלאקערט און אנגעברענגט כאאס אויף אייביג!

דאס אז ס'איז יא דא געוויסע לענדער וואס זענען סטאביל און גאר בליען אין אלע הינזיכטן אין די מיטל מזרח, וועלן מיר באשרייבן קומנדיגע וואך אי"ה פארוואס דאס איז טאקע אזוי...

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOW הערליך און קלאר! קי"פ אי"ט קאמינ"ג
why drink and drive when you can smoke and fly
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

פאריגע וואך האבן מיר געשריבן פון לענדער וואס מאטערן זיך מיט אינערליכע קלענערע און גרעסערע פראבלעמען און קאנפליקטן און געפינען זיך נישט אין די בעסטע צושטאנד, מ'שטיינס געזאגט. הייינט וועלן מיר שרייבן וועגן א צאל לענדער וואו דער מצב איז פונקט דאס פארקערטע. דאס זענען לענדער וואו עס הערשט שלום, שפע, ברודערליכקייט, און הצלחה.

לאמיר באלד ביים אנהייב קלאר מאכן אז מיר רעדן פון די מיטל מזרח און די גאלף לענדער, אין פאל ס'האט זיך אייך געדאכט אז מיר האבן אריבערשפאצירט קיין אייראפע.
דער מדובר איז פון געציילטע לענדער, א שטייגער ווי באכרעין, סאודי אראביע, קאוועיט, קאטאר, די אראבישע עמיראטן, אדער 'יונייטעד אראב עמערעיטס' )וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זיבן קליינע מלוכה'לך, וואס בליען מיט סוקסעס און זענען פון די רייכסטע אויפן פלאנעט. רייך, זאג איך? ווען קרח וואלט געווען א לאנד, וואלט ער געווען
פון די ארימע שיכטן צווישן זיי. דאס מיינט, אז רייך ווי קרח איז גאר אונטערגעשאצט. אלס אילוסטראציע: די פאליציי אויטאמאבילן זענען געמאכט פון גאלד, די אינפעסטרוקטור שפיגלט זיך אין גאלד, און די בעסטע און שענסטע לוקסוס פון וואס דער גרעסטער בעל דמיון קען זיך נאר פארשטעלן וואלגערט זיך אין די גאסן.
בשעת ס'זענען פאראן לענדער וואס באדן זיך אין בלוט, איז דא אן אנדערן טייל וואס באדן זיך אין גאלד.

פרעגט זיך די קשיא: מה נשתנה??? וואס זענען 'די' לענדער אנדערש פון 'די' לענדער?
די קשיא ווערט נאך שווערער. ווייל דער גאנצער מיטל מזרח און די גאלף לענדער זענען געגרינדעט געווארן אינעם זעלבן צייט.

געווען איז דאס נאכן ערשטע וועלט מלחמה, ווען נאציאנאליזים איז געווארן א שטארקע באוועגונג ביי די אומות העולם (די ווינטן פון נאציאנאליזם האט זיך באוויזן אריינצורייסן אויף דער אידישער גאס, וואו ס'האט זיך דעמאלט געגרינדעט די אזויגערופענע פאליטישע ציוניסטישע באוועגונג, אבער לאמיר נישט פארקריכן צו ווייט). יעדער האט געוואלט האבן אן אייגן לאנד, אן אייגענע פאן, אייגענע שפראך, אא"וו.

כדי דאס צו ערייכן האט מען צעטיילט די מיטל מזרח אין טעריטאריעס, אויף וועלכע די יו. ען. האט שפעטער געגרינדעט א ריי פרישע לענדער.
איז, אויב אזוי: מיט וועלכע דבר ספעציאליזירן זיך אט די לענדער?

אויב איר האט געוואלט געבן דעם זעלבן ענטפער ווי מאנכע, אז די אייגנארטיגקייט פון די לענדער ליגט אין די אוצרות אויל וואס געפינט זיך באגראבן אין די זאמדן פון די דאזיגע לענדער, רעכנט זיך אויף אן אנטוישונג. אויל איז טאקע דער תירוץ וואס מען הערט אפט אלס הסבר פארוואס די א.ד. לענדער זענען מצליח. אבער דאס איז נישט ריכטיג.
למשל דובאי אלס די רייכסטע פון אלע, פארמאגט די ווייניגסטע אויל פון אלע. אין פאקט איז איראק די נומער איינס מיט די מערסטע אויל און דאך זענען זיי דורכפאל נומער איינס. דאס זעלבע אויך ליביע, וואס באזיצט מאסן קוועלער אויל, אבער וואלט דורך קיינעם נישט גענוצט געווארן אלס דוגמא פון א סוקסעספולן לאנד.

אלזא, אונזערע טייערע ליינער קענען שוין די תירוץ. די תשובה דערצו איז פשוט, 'בכלל לאו אתה שומע הן'...

פינטל (אדער בעסער געזאגט: אויסרוף צייכן!)...

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

דער תירוץ איז, אז אלע אומסטאבילע מדינות זענען צוזאמגעשטעלט פון קעגנערישע שבטים, בעת וואס די גוט גייענדע לענדער באשטייען פון איין שבט – איין משפחה. איין משפחה מיינט איין בלוט, איין נאטור, און די זעלבע געדאנקענגאנג.

לאמיר נעמען קאטאר אלס משל. אין קאטאר איז דא א באפעלקערונג פון באלד דריי מיליאן מענטשן, אבער נאר ארום דריי הונדערט טויזנט זענען בירגער אין לאנד. די איבעריגע זענען אויסלענדישע מענטשן, וואס געפינען זיך אין לאנד בתורת ארבעטערס צו באדינען די רייכע, פארפיעשטשעטע באפעלקערונג – פון דאקטוירים און אדוואקאטן, ביז בויערס און גאסן-קערער און אלעס אינדערצווישן.

אבער אן אויסנאם איז קאוועיט. קאוועיט איז יא צוזאמגעשטעלט פון א פאר שבטים. אבער ביי איר בראשית תקופה איז עס יא געווען איין שבט, און מיט די צייט זענען צוגעקומען פרעמדע שבטים וואס שפירן זיך ווי אורחים עד היום הזה, אפילו נאך עטליכע דורות, ווייל זיי ווייסן אז זיי זענען נישט מחותנים דא. זיי זענען ווי פרעמדע געסט ביי א צווייטן אינדערהיים.

נאך אן אויסנאם איז סאודי אראביע, וואס באשטייט שוין זינט איר גרינדונג פון מערערע שבטים. אבער דארט איז די סיטואציע אביסעלע אנדערש. דער גרינדער און ערשטער קעניג פון סאודי אראביע, 'אבדול אזיז על סאהוד', איז געווען גאר א קלוגער מענטש מיט א גוטן קאפ, וואס האט פאראויסגעזען די עתיד און טאקע צוגעגרייט זיין מלוכה מיט א גוטן פלאן זיך צו פארזיכערן מיט רואיגקייט און מנוחה.

וואס האט דער דאזיגער קלוגער מלך געטאן?
מיט א קארגע הונדערט יאר צוריק האט זיך אבדול אזיז על סאהוד מיט זיין שבט ערנסט באוואפנט ווי א מיליצע און ארומגעגאנגען אין שפיץ פון זיין שבט אין דעם אראבישן מדבר (דער אזויגערופענער 'אראבישער האלב-אינזל' איז א שם הכולל פאר א ריזן שטח, וואס נעמט אריין די לענדער פון סאודי אראביע, אמאן, תימן, יו.עי.אי. און נאך...). קאמפסט גרייט איז ער ארומגעגאנגען צו אלע שבטים אינעם אראביע מדבר און זיי פארגעשלאגן צוויי אפציעס: טויט, אדער לעבן מיט זיי בשלום. פארשטייט זיך אז יעדער האט אויסגעוועלט די צווייטע.
אבער צו זיין בשלום איז געקומען מיט באדינגונגען. דער עיקר פארלאנג איז געווען אז די חשוב'ע פון די שבט זאלן זיך משדך זיין מיט איינעם פון זיין שבט. דער חשבון איז געווען א פשוט'ע: בלוט קרובים וועלן זיך קיינמאל נישט שלאגן.
אבדול האט געהאט מיט זיין פאדערונג א טיפערן בליק. ער איז נישט דא געווען סתם צו מאכן שדכנות געלט. ער האט געוואוסט אז נאך געציילטע גענעראציעס וועט זייערע די.ען.עי. ווערן פאראייניגט און ווערן גענעטישע משפחה, ווייל ווער עס געדענקט זענען די שבטים אין אלגעמיין געשטאנען ווייט פון זיך משדך צו זיין איינער מיטן צווייטן, טאקע פאר אט די סיבה, ווייל דאס מאכט זיי פאר א שבט/משפחה.
רוב האבן אנגענומען דעם אנבאט פון אבדול'ן, אויסער צוויי משפחות, וועלכע האבן נישט געוואלט אננעמען די פארשלאג פון אבדולן.
איין שבט האט געהערט צו די 'שיא' פראקציע, וואס האט נישט געוואלט פאר קיין שום פרייז אין די וועלט זיך משדך צו זיין מיט א סוני משפחה, וועמען זיי קוקן אן אלס כופרים.
זיי האבן געוואוינט נעבן סאודי אראביע, היינט באקאנט אלס די לאנד תימן. אין פאקט האסן זיך די צוויי ביזן היינטיגן טאג.

היינט רופט מען אט די שיא שבט וואס האט אפגעזאגט די פארלאנגען פון אבדול אזיז על סאהוד די 'כוטי' (אויך באקאנט איבער דער וועלט אלס 'הוטי') רעבעלן אין תימן. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס סאודי אראביע שטיצט די תימנע רעגירונג, און איר בלוט פיינט איראן שטיצט די כוטי רעבעלן וואס באלאנגען צו די שיאס.

די צווייטע משפחה איז געווען א שבט וואס מ'האט גערופן די בארג שבט. דאס קומט וויבאלד זיי האבן געוואוינט אויף די בערג אין אראביע. זיי האבן זיך אנגעקוקט ווי א אריסטאקראטישער שבט און ס'האט זיי פשוט נישט געפאסט זיך צו משדך זיין מיט אבדול'ס וואנדעריגע שבט.

אין לויף פון די יארן האט זיי די סאודישע רעזשים פרובירט אונטערצושמירן מיט שוחד. זיי האבן אוועקגעגעבן די שליסל פון ריזיגע פירמעס, אריינגערעכנט א גרויס חלק פון די אינפארסטרוקטור אינדוסטרי.

א טייל פון די משפחה האט זיך נישט געלאזט אפקויפן פון די שוחד און געבליבן האסן סאודי אראביע ביזן היינטיגן טאג.

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

החרדי האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:48 am
WOW שכויעך!
why drink and drive when you can smoke and fly
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

איינע פון די וואס האט אפגעזאגט שלום צו מאכן, איז געווען דער ארכי טעראריסט אוסאמא בין לאדין, וואס ווי באקאנט געווען א דם שונא פון סאודי אראביע. בדרך אגב זענען דא אסאך עקספערטן וואס ציען שטריקן פון בין לאדינ'ס פאנטאסטישע געלט קאסע צו אט די א.ד. אינפארסטרוקטור פירמעס.

על כל פנים איז עס טאקע אמת אז אין סאודי אראביע געפינען זיך צענדליגער שבטים. ס'איז אויך א היסטארישער פאקט אז צווישן די דאזיגע שבטים הערשט אפטמאל א גרויסע מאס שנאה. פארט איז אין סאודי אראביע רואיג און שטיל, וויבאלד די ארטיגע שבטים זענען פארבינדן איינער מיטן צווייטן מיט א טיפן גענעטישן קשר. און דאס, צוזאמענהאנג מיט די רעזשים וואס אפערירט דארט, מאכט עס אלס א רעלאטיוו-סטאבילע לאנד – פון די ווייניג אינעם ראיאן פונעם פערסישן גאלף און דעם מיטל-מזרח בכלל.

אומאפיציעלע לענדער וואס קענען פאטענציעל מצליח זיין
יעצט לאמיר רעדן פון א לאנד וואס וואלט ווען אנגעקומען צום שפיץ לייטער ווען מען לאזט זיי ווען.
נו, ווילט איר דאך אוודאי וויסן: ווער לאזט זיי נישט? וועמען שטערט אז א צווייטע לאנד זאל בליען?
די תירוץ איז די מערב וועלט. גלגל החוזר: די מערב לענדער וואס האבן אפערירט אין די מיטל מזרח בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, האבן איינגעטיילט די לענדער לויט זייער געשמאק.
לאמיר צוריקגיין צו איראק א מינוט. די גרעניץ שטריכן זענען באשטימט געווארן דורך א מערב וועלט קאפ, וואס האט נישט אינאכט גענומען אז למשל אין צפון איז דא א שבט וואס באוואוינט א שטח וואס איז בעצם א לאנד פאר זיך. זיי לעבן ווי אפגעזונדערט פאר זיך. זיי האבן אן אייגענע פאליציי, אן אייגענעם פארלאמענט, אייגענע פאן, אא"וו. אין איין ווארט, אלעס וואס א געהעריגע לאנד האט און דארף האבן. זיי האבן אפילו א נאמען שוין – 'קורדיסטאן'. הערט זיך נישט ווי דעם נאמען פון אן עקזיסטירנדע לאנד?

קורדיסטאן האט נאנטע באציאונגען מיט דער מערב-וועלט, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל, מיט וועמען זיי האבן אסאך געמיינזאם און בשותפות. די קורדן טוישן – געבן און באקומען שפיאנאזש אינפארמאציע פון אמעריקע און מדינת ישראל, וועלכע באטראכטן קורדיסטאן ווי אן אליאירטע אין פארשידענע הינזיכטן.
למעשה איז קורדיסטאן נישט קיין לאנד. די קורדן האבן כמעט אלעס וואס פעלט אויס פאר א לאנד, אבער קיין אייגן, זעלבסשטענדיג לאנד איז קורדיסטאן פארט נישט. יתכן אז אמעריקע און אנדערע וואלטן זייער הנאה געהאט פון אזא לאנד און וואלטן זייער געוואלט זען א זעלבסטשטענדיגע קורדיסטאן. אמאל איז געווען אזא מעגליכקייט; היינט איז עס נישט אזוי פשוט. מ'קען זאגן אז יעצט איז שוין צו שפעט פאר אמעריקע זיי צו דערקלערן אלס לאנד, ווייל זיי זענען שוין לאנג נישט בעל הבית דארט. יעצט איז 'איראק' אין 'קאנטראל'.

'מרדכי קעדאר', א ריזיגער אינטערנאציאנאל-אנערקענטער מומחה פראפעסאר אויפ'ן מיטל מזרח און דער אראבישער קולטור בכלל טענה'ט, אז די זעלבע זאך וועט זיך אפשפילן אין איראן נאך דעם וואס איאטאלא כומעיני'ס רעזשים וועט אונטערגיין. דהיינו, ס'וועט זיך צעשפליטערן אין צענדליגער ראיאנען, און יעדער שבט וועט מאכן שבת און יום טוב פאר זיך, איינשטעלן אן אייגענע אויטאנאמיע, מיט אן אייגענער ווירטשאפט, און בשום אופן זיך נישט אונטערווארפן און לאזן פירן פון א צווייטן.

ווייל בעצם באשטייט איראן, נישט אנדערש ווי איר שכן איראק, פון מערערע גרופעס וואס האבן ווייניג שייכות איינע מיט דער אנדערער. לעולם ווילן זיי נישט זיין אינאיינעם און גארנישט האלט זיי צוריק פון זיך אפרייסן פונעם ארום, א חוץ די אייאטאלאס דינאסטיע וואס ציט איין איר באפעלקערונג מיט צוואנג.

וואס האט 'כאמאס' מיט די גאנצע זאך?
ס'איז נישט קיין נייעס אז אין ארצינו הקדושה פלאקערט יעצט א מלחמה צווישן מדינת ישראל און דער בלוטדארשטיגער כאמאס-גרופע. מיר גייען נישט שרייבן וועגן ספעציפיש די מלחמה, וויבאלד די ארטיקל איז נישט געאייגענט פאר נייעס. מיר ווילן אבער יא זיך אפשטעלן און שרייבן א פאר שורות איבער די טעראר ארגאניזאציע

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15898
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א באהאלטענער גאלד גרוב דא, א שאד דער קעפל איז איינס וואס ברענגט נישט טרעפיק.

א מעלה האט דאס אז דער רעדנער קען אנגיין אומגעשטערט פון די אזויגערופענע עקספערטן וועלכע דירעילן געווענליך אזא אויסגוס פון אינפארמאציע, און פרובירן עס צו פירן אין זייער דירעקציע.

איך באלעק מיך מיט יעדע צוגאבע עקסטער, יישר כח.
אזזזוי
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 11:26 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזזזוי »

יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 8:58 am
א באהאלטענער גאלד גרוב דא, א שאד דער קעפל איז איינס וואס ברענגט נישט טרעפיק.

א מעלה האט דאס אז דער רעדנער קען אנגיין אומגעשטערט פון די אזויגערופענע עקספערטן וועלכע דירעילן געווענליך אזא אויסגוס פון אינפארמאציע, און פרובירן עס צו פירן אין זייער דירעקציע.

איך באלעק מיך מיט יעדע צוגאבע עקסטער, יישר כח.
גא"מ!!
דער איז גאר גוט!!
א פעדער זעלטן צו טרעפן!!
החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

כאמאס און איר קשר צו אונזער אייגנטליכער טעמע אויף וואס דער ארטיקל איז געווידמעט. פאר דעם צוועק וועלן מיר דארפן צוריקמישן די היסטאריע בלעטער צו תש"ח, אדער 1948 למספרם.
דעמאלט האט די יו. ען. באשטעטיגט דאס רעכט פון דער ציוניסטישער באוועגונג צו דערקלערן א זעלבסטשטענדיג לאנד אין ארץ ישראל. דער שטח וואס די ציוניסטישע פירער האבן באקומען האט נישט איינגעשלאסן די שטחים פון עזה, יהודה ושומרון, די גולן הויכן, און ירושלים.
פארשטייט זיך אז די ציונים האבן עס אנגענומען און גראד דערקלערט מדינת ישראל. די אזויגערופענע פאלעסטינער אראבער זענען נישט געווען צופרידן מיט די החלטה און האבן גלייך נאך דער גרינדונג דערקלערט קריג אויף די פריש געבוירענע מדינת ישראל.

ביי די מלחמה האבן די מדינת ישראל קרעפטן, וואס איז בעצם געווען א צוזאמשטעל פון די פריערדיגע הינטערגרונט-גרופעס ווי הגנה, לח"י, אצ"ל, און פלמ"ח באוויזן אפצושלאגן די אטאקע, און די גרעניצן זענען געבליבן דארט וואו די יו. ען האט עס באשטעטיגט.
די אמת'ע פראבלעם וואס האט געשטערט די פאלעסטינער איז א אידישע אנוועזענהייט, די פראבלעם האט זיך פארגרעסערט ווען די אנוועזעהייט האט זיך פארגרעסערט, די פראבלעם האט זיך פארשטערקערט ווען זיי האבן גאר איבערגענומען די בעלות אין לאנד.
אין תשכ"ז אדער 1967 למספרם האט אויסגעבראכן די באקאנטע זעקס טאגיגע מלחמה, ביי וועלכער א צאל אראבישע לענדער האבן פרובירט צו אינוואדירן מדינת ישראל און איר פארניכטן. נאך עטליכע טעג פון שווערע שלאכטן האט מדינת ישראל אפגעהאלטן א ריזן נצחון, וואס איז באשטאנען נישט נאר פון צוריקשלאגן די אראבישע ארמייען, נאר אויך א ריי שטחים וואס מדינת ישראל האט דעמאלט איינגענומען – עזה און דעם סיני האלב אינזל פון עגיפטן, די גולן הויכן פון סיריע, און אלטשטאט ירושלים און די שטחים פון יהודה ושומרון (דער אזויגערופענער 'מערב ברעג') פון ירדן.

לויטן אינטערנאציאנאלן געזעץ בלייבט א שטח וואס ווערט איינגענומען אין א פארטיידיגונגס מלחמה אונטערן בעלות פונעם זיגער. למעשה האט מדינת ישראל מיט בערך 10 יאר שפעטער צוריקגעגעבן דעם סיני האלב-אינזל אלס חלק פונעם שלום-אפמאך מיט עגיפטן. מדינת ישראל איז גרייט געווען צוריקצוגעבן אויך עזה, אבער עגיפטן האט עס אפגעזאגט, נישט ווילנדיג זיך באפארן מיט צוויי א האלב מיליאן טעראריסטן וואס וועט פאלן אונטער זייער בעלות, וואס מיינט אויטאמאטיש זייער אחריות זיך צו אפגעבן מיט זיי.

אין תשס"ה האט מדינת ישראל אוועקגעגעבן עזה, אדער ווי מ'האט עס גערופן גוש קטיף, אינאיינעם מיט שטחים פון יהודה ושומרון, וואס איז געגאנגען פאר די פריש-געגרינדעטע פאלעסטינער אויטאריטעט, נאך די אוסלאו אפמאך (על שם די הויפטשטאט פון נארוועגיע, וואו די אפמאך איז פארגעקומען). א טייל פון די פלאן איז געווען די קאאפעראציע צווישן די פאלעסטינער אויטאריטעט און די מדינת ישראל איסטאנצן, וואס זאל בהדרגה פירן צו גרינדן א פאלעסטינער לאנד אויף עזה און חלקים פון יהודה ושומרון.

די אוסלאו אפמאכן זענען געקומען מיט'ן חשבון פון מאכן א שלום צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער אראבער. דערפאר האט זיי מדינת ישראל געגעבן די שאנס צו גרינדן אן אייגענע לאנד, און זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס.

מיט עטליכע חדשים נאך דעם וואס מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה און איבערגעגעבן די שליסלען פאר דער פאלעסטינער אויטאריטעט, זענען אין עזה פאררופן געווארן לאקאלע מוניציפאלע וואלן. כאמאס האט געזיגט מיט א גרויסער אויבערהאנט, און אין תשס"ו האט די דאזיגע טרויעריג-בארימטע טעראר-גרופע, וואס האט זיך היינט ארויסגעשטעלט צו זיין א צווילינג פון 'אייסיס', ארויסגעווארפן 'פאטאך', די פארטיי פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, פון עזה. עזה איז פון דארט און ווייטער געבליבן אונטער דער שליטה פון כאמאס, און די פאלעסטינער אויטאריטעט מיט איר פרעזידענט מאכמוד אבאס (אבו מאזאן) איז געבליבן אין קאנטראל פון די שטחים אין יהודה ושומרון, מיט ראמאלא אלס איר הויפטשטאט(?).

המשך יבוא בע"ה

אייער ליבער ברודער @החרדי
חברונער
שר האלף
תגובות: 1613
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

יישר כח @החרדי !! א הערליכע ווינקעל דא !

זייער אימפארמאטיוו און געשמאק געשריבן !!

פעלט לייקס דא, וועל איך געבן....
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



החרדי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 4:37 pm

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החרדי »

דורכאויס די יארן זענען ארויסגעוואקסן נאך א ריי טעראריסטישע גרופעס איינס עקסטרעמער ווי די אנדערן אריינגערעכנט איסלאמיק דזשיהאד, לייבן שטייג, און נאך... מיט דעם געוויזן אז א חלום פאר א צוויי שטאטן לעזונג איז א ווייטע דמיון און גאר ווייט פון די רעאליטעט.

די ניגון אין די מערב וועלט איז אגאנצע געווען און איז נאכאלץ 'שלום'. וואס מיינט שלום? שלום מיינט מען זאל קומען צו א פארשטענדעניש, צו א צוויי שטאטן לעזונג. ס'איז אונז נישט נוגע די פונקטליכע פלענער און פארגעשלאגענע עצות וויאזוי דאס צו ערייכן. לאמיר פאקוסירן און גיין אויף די עצם געדאנק פון א צוויי שטאטן לעזונג.

אונז גייען נישט אריין אין די פראקטישע חלק צי ס'איז בכלל מעגליך אזא זאך, אבער לאמיר גיין מיטן הנחה פון א פאלעסטינער לאנד, וואס וועט אבער נישט קענען ארבעטן פאר צוויי עיקר סיבות.

איינס, ווייל די פאלעסטינער אויטאריטעט וויל נישט. איר קענט שמייכלען, אבער דאס איז די מציאות: די וואס זיצן ביים געלט שיסל און שטאפן זיך אן מיט אלעם גוטן און מאכן א חיים טובים, ווי אבו מאזאן מיט זיינע מענטשן, לוינט זיך צו שפילן די נרדף ווייל דארט ליגט די שוואכקייט פון די מערב וועלט, און די מערב וועלט באגיסט די רחמנות-מענטשן וואס ווערט נעבעך אקופירט און געפייניגט דורך פרעמדע עלעמענטן, מיט הונדערטער מיליאנען
א יאר.

איז ווילאנג זיי לעבן גוט אויף די חשבון פון די פאלעסטינער באפעלקערונג ווילן זיי נישט א מדינה, ווייל זיי ווייסן אז איינמאל זיי האבן א לאנד פארלירן זיי זייער געלט פלוס, און דאס זענען זיי נישט מסכים צו אויפגעבן. די צווייטע סיבה איז די געבוי פון אונזער ארטיקל, נעמליך, א שפע מיט שבטים אינערהאלב די פאלעסטינער באפעלקערונג. לויט די א.ד. פראפעסער מרדכי קעדאר איז דא א קיימא לן פון אכט באזונדערע שבטים מיט אנדערע מיינונגען און אנדערע קולטורן.

ווען ס'וואלט יעצט געשטאנען א פאלעסטינער לאנד, וואלט עס געווען אן איבערשפיל פון עזה, וואו בלוט פארגיסונגען איז אן אפטע ערשיינונג. אפילו אין די אזויגערופענע שטחים וואס געפינען זיך אונטער'ן רשות פון דער 'מעסיגער' פאלעסטינער אויטאריטעט איז דא א גאר הויכע פארברעכן ראטע צווישן זיך אליינס, זיי שלאגן זיך צווישן זיך, אפילו שיסערייען קען אפטמאל פאסירן צווישן פארשידענע משפחות אין די מערב ברעג.

*

על כל פנים צווישן אונז אידן וועט אייביג זיין שלום און פאראייניגונג. נישט קיין חילוק וועלכע חסידות אדער וועלכע קרייז מיר געהערן, וועלן מיר אייביג מיט שפירן מיט א צווייטע איד, ווייל אונז זענען אידן און ביים שפיץ זענען מיר איין גרויסע ליבליכע משפחה – כי אנשים אחים אנחנו!

סוף...

אייער ליבער ברודער @החרדי
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

הערליך
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: @החרדי מיט זיינע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOW!!!
כה לחי.... קי"פ דע"ם קאמינ"ג!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”